Chabad Library · The Rebbe

Likkutei Sichos·Vol. 39·Additions and Explanations in Likkutei Levi Yitzchok on Iggeret HaTteshuvah·Addition of Explanations on Iggeret HaTteshuvah·176לקוטי שיחות·כרך לט·הוספות - ביאורים בלקוטי לוי"צ על אגה"ת·הוספה - ביאורים באגרת התשובה·176

אוויבאַלד אַז "השיבנו ה' אליך" איז די תשובה פון אות יו"ד — בחינת החכמה — וואָס קומט לאחרי די תשובה פון די פריערדיקע דריי אותיות, קען מען דאָך מיינען, אַז וויבאַלד זיי האָט ער שוין אומגעקערט, איז די תשובה פון "השיבנו ה'" טוט אויף בלויז אין חכמה
ב— אויף דעם איז ער מרמז דעם "ונשובה", אַז דער "השיבנו ה'" פּועל'ט אויך "ונשובה" — השבה אין אַלע כחות הנפש. וכמבואר בתניא ח"א פי"ט, אַז בשעת עס ווערט נתעורר בחינת החכמה, פּועל'ט עס אין אַלע כחות הנפש, און ביז אפילו אין לבוש המעשה.
גאון הגם אַז אין די פריערדיקע דריי אותיות איז דאָך שוין געווען אויך פריער די תשובה, פונדעסטוועגן, וויבאַלד אַז חכמה איז דער שרש ומקור, איז בשעת אַז דער שרש ווערט נתעורר, ווערט במילא אַן עילוי אויך אין אַלע כחות17, און אַן עילוי שבאין ערוך, ביז אַז דאָס ווערט אָנגערופן בשם תשובה — ונשובה — תשובה חדשה אפילו לגבי מצבם לאחרי ג' התשובות שלפ"ז.
דוהיינו כשתשובתו כו':
הראה לעיל סעיף ח'.
ושום תענית כלל:
זראה להלן סעיף כ'.
חכמ"ש בתורה והתודו את חטאתם וגו':
טיט. בשעת דער אַלטער רבי ברענגט אַז וידוי ובקשת מחילה ווערט יע דערמאָנט אין רמב"ם און סמ"ג, ווייל זיי זיינען יע נוגע צו מצות התשובה, שרייבט ער: "כמ"ש בתורה והתודו את חטאתם וגו'".
יולכאורה איז ניט מובן:
יאא) צוליב וואָס דאַרף ער שרייבן כמ"ש כו', וואָס איז נוגע אין אגה"ת מציין זיין דעם מקור פון רמב"ם און סמ"ג?
יבב) אפילו ווען ער וויל שוין יע ברענגען דעם פּסוק, האָט ער געקענט שרייבן כמ"ש והתודו. צוליב וואָס דאַרף ער שרייבן כמ"ש בתורה, למאי נ"מ צי דער פּסוק איז אין תורה צי אין נביאים וכתובים?