Chabad Library · The Rebbe
Likkutei Sichos· Vol. 39· Additions and Explanations in Likkutei Levi Yitzchok on Iggeret HaTteshuvah· Addition of Explanations on Iggeret HaTteshuvah· 184לקוטי שיחות· כרך לט· הוספות - ביאורים בלקוטי לוי"צ על אגה"ת· הוספה - ביאורים באגרת התשובה· 184
אכט. וואָס איז דאָס נוגע בעניננו, וואָס דערפאַר ברענגט דער אַלטער רבי אַרויס דאָ אין אגה"ת אַז זיין פאַסטן איז געווען "על שלא קיים דברי חבריו" און ניט "על שלא מיחה" וכיו"ב?
בבנוגע צו כמה ענינים וועלכע זיינען דאָ אין פיל מצות, אַזוי ווי חצי שיעור, למשל, וואָס ער איז דאָ אין אַלע איסורים20, איז דאָ אַ חקירה21 צי ער איז אַן ענין בפני עצמו — אַז ביי וואָס פאַר אַן ענין דער חצי שיעור זאָל ניט זיין (אכילת חלב, דם, מלאכת שבת, ועוד) איז דער איסור אין דעם — חצי שיעור. אָדער אַז דער חצי שיעור וואָס אין יעדער איסור, גייט אַריין אין דעם איסור פּרטי: בעת מען עסט חלב אַ חצי שיעור, איז עס אַן איסור חלב, און בעת מען טוט אַ ח"ש פון אַ מלאכה בשבת, איז עס אַן איסור שבת.
גדי זעלבע חקירה איז אויך בנוגע צו "לפני עור לא תתן מכשול"22, ועוד.