Chabad Library · The Rebbe
Likkutei Sichos· Vol. 39· Additions and Explanations in Likkutei Levi Yitzchok on Iggeret HaTteshuvah· Addition of Explanations on Iggeret HaTteshuvah· 186לקוטי שיחות· כרך לט· הוספות - ביאורים בלקוטי לוי"צ על אגה"ת· הוספה - ביאורים באגרת התשובה· 186
אמשמע, אַז דער "הרבה מאד" איז ניט בלויז בערך צו דעם "דבר קל" אויף וועלכן זיי האָבן געפאַסט, נאָר אויך בעצם איז עס "הרבה מאד". מוז מען דאָך זאָגן, אַז אויך מ' צומות, כאָטש ס'איז אַ סאַך ווייניקער פון דעם ריבוי התעניות דורך וועלכע עס ווערט "הושחרו שיניו", הייסט עס "תעניות הרבה מאד".
בלא. איינע פון די ענינים אין וועלכע עס גלייכן זיך אויס תורה, תפלה און תשובה (ראה לעיל סעיף.. . וסעיף יו"ד), איז דאָס וואָס אַלע דריי זאַכן שטעלן זיך אויס אין אַ מספּר פון ארבעים23.
גווי מען זעט אין די דריי מאָל ארבעים יום וואָס משה רבינו איז געווען בהר, אַז אין די ערשטע ארבעים יום האָט ער מקבל געווען תורה ובמדרז"ל24 תורה שניתנה למ' יום (וואָס דאָס איז דאָך אויך דער רמז אין וואָרט תרומה: תורה מ'25), די צווייטע ארבעים יום האָט ער מתפּלל געווען, ווי עס שטייט אין פסוק ואתפּלל גו'26, און די דריטע ארבעים יום האָט ער אויפגעטאָן דעם "סלחתי כדברך"27 — ענין התשובה28.
דאון פון די דריי מאָל ארבעים יום וואָס זיינען געווען ביי משה רבינו, מז' הרועים וכללות כולם29 איז אַרויסגעקומען דער מספּר פון ארבעים ביי די אַלע דריי זאַכן — תורה, תפלה ותשובה — אויך ביי אַלע אידן: