Chabad Library · The Rebbe

Likkutei Sichos·Vol. 39·Additions and Explanations in Likkutei Levi Yitzchok on Iggeret HaTteshuvah·Addition of Explanations on Iggeret HaTteshuvah·191לקוטי שיחות·כרך לט·הוספות - ביאורים בלקוטי לוי"צ על אגה"ת·הוספה - ביאורים באגרת התשובה·191

אע"ד ווי קרבן עולה בזמן הבית — האָט דאָך געדאַרפט שטיין אין גמרא און אין רמב"ם, שו"ע וכו' (וואָס זיינען געשריבן געוואָרן שוין נאָכ'ן חורבן), ובדרך פּס"ד — בדוגמת קרבנות הנ"ל, אַז מען דאַרף פאַסטן אויף אַלע עונות וחטאים42, און דעם מספּר הצומות אויף יעדער חטא (פּונקט ווי ס'איז דאָ דער דין (אין תושב"כ און אין גמרא) אַז בזמן הבית האָט מען געדאַרפט מקריב זיין אַ קרבן עולה)?
בדעריבער שרייבט דער אַלטער רבי "ועל יסוד זה לימד האריז"ל לתלמידיו עפּ"י חכמת האמת מספּר הצומות כו'", אַז די ענינים זיינען עפּ"י חכמת האמת, און דעריבער שטייען זיי ניט אין גמרא וכו', ווייל פאַר דער צייט פון דעם אריז"ל האָט מען די חכמה ניט געטאָרט מגלה זיין; זי איז געווען "נסתרה בימיהם כו' כ"א ליחידי סגולה ואף גם זאת בהצנע לכת כו'"43.
גדער יסוד פון דעם ענין שטייט טאַקע אין גמרא (ברכות יז, א), און ווי עס ברענגט זיך פריער אין דעם פּרק "כמ"ש בגמרא שיהא מיעוט חלבי ודמי שנתמעט כאילו הקרבתי לפניך". דאָרט אָבער שטייט בלויז דער יסוד פון דעם ענין, און "על יסוד זה" האָט דער אריז"ל געלערנט לתלמידיו דעם מספּר הצומות, ווייל בזמנו "בדורות אלו" איז געקומען די צייט, וואָס "מותר ומצוה לגלות זאת החכמה"43.
דנאָר אעפּ"כ, איז אויך בזמנו של האריז"ל, איז דאָס געווען אַ לימוד (והוראות) לתלמידיו; לימד נאָר לתלמידיו. אָבער דערנאָך, בזמנו של הבעש"ט ואדמו"ר הזקן, אַז ס'איז געקומען די צייט ונתגלה ונתפּרסם מענה מלכא משיחא יפוצו מעינותיך חוצה; אַז ס'איז געקומען די צייט וואָס מען האָט אָנגעהויבן מגלה זיין "זאת החכמה" בפּרסום, און אַראָפּטראָגן איר אין חכמה בינה ודעת פון יעדער אידן, האָט דער אַלטער רבי אַריינגעשטעלט דאָס וואָס לימד לתלמידיו כו' אין אגה"ת און אַרויסגעגעבן עס פאַר אַלעמען, וואָרום איצט איז דאָס פאַר יעדער אידן און אין אַן אופן פון "קרוב אליך הדבר מאד בפיך ובלבבך לעשותו".
המ"ע דרבנן כמו תפלה:
ולז. אין להוכיח מכאן דאדה"ז ס"ל דתפלה מדרבנן [ראה שו"ע דאדה"ז סק"ו, תניא רפל"ח. לקו"ת בלק (ע, ג). ובמכ' אדה"ז הידוע (בית רבי ח"א כ, א) בפּשיטות דתפלה מה"ת. וראה משנת יואל שקו"ט וביאור], כי לכו"ע זמני התפלה הם דרבנן וכשביטל זה ציוה האריז"ל להתענות ס"א כו'.
זוכמ"ש בישעי':
חראה לעיל סעיף כב. ובהערה 19.