Chabad Library · The Rebbe
Likkutei Sichos· Vol. 39· Additions and Explanations in Likkutei Levi Yitzchok on Iggeret HaTteshuvah· Addition of Explanations on Iggeret HaTteshuvah· 196לקוטי שיחות· כרך לט· הוספות - ביאורים בלקוטי לוי"צ על אגה"ת· הוספה - ביאורים באגרת התשובה· 196
אנוסף שרק בירושלמי מיחשב תענית], האָט ער דאָך לכאורה געדאַרפט ברענגען אויך דעם אופן, אַז דורך פאַסטן צוויי מעל"ע רצופים, בייט מען אום ארבעים תעניות (שזהו קל יותר לבריאות כדמוכח מרמ"א הנ"ל)?
באון אעפּ"י אַז בנוגע די תעניתים של תשובה וועלכע שטייען אין רוקח, וואָס "כל דבריו דברי קבלה", זאָגט דער חתם סופר (או"ח סקע"ג — נדפס בשו"ע שם על הגליון) אַז מען זאָל זיך ניט פאַרלאָזן אויף דעם וואָס עס שטייט אין שו"ע אַז דער תענית הפסקה איז במקום מ' יום (אָדער ווי עס שטייט אין ספרי מקובלים — במקום כ"ו יום), ווייל "דבר זה אין לו סמך מן הראשונים כלל",
גאיז דאָך אָבער דעם חתם סופר גופא זאָגט דאָרטן, אַז בנוגע די תעניתים וואָס הוסיפו המקובלים קען מען זיך יע פאַרלאָזן אויף די עצה הנ"ל, ווייל "הם אמרו והם אמרו". בלייבט דאָך די קשיא: אין אגה"ת רעדט ער דאָך וועגן די צומות "לכל עון ועון מעונות החמורים כו'", וואָס דער מקור אויף רובם פון די צומות איז בלויז פון מקובלים הנ"ל, טאָ פאַרוואָס ברענגט ער ניט ענין הנ"ל?
דאין אַן אַלטן תניא האָב איך געפונען אַ הגהה פון אימעצן (אינו ידוע ממי), אַז פון דעם וואָס דער אַלטער רבי ברענגט ניט ענין הנ"ל איז אַ ראי' אַז ער האַלט כדעת הפּוסקים (בהג"ה זו מצויין לשו"ת הלק"ט ח"ב סרנ"ב, ואינו תח"י עתה לראות בו) אַז בימינו אלה, מצד חלישות הדורות, טאָר מען ניט פאַסטן קיין תענית הפסקה צוויי מעל"ע.
הס'איז אָבער שווער צו זאָגן, אַז דער אַלטער רבי זאָל חולק זיין אויפ'ן מחבר און רמ"א וואָס זאָגן אַז מען קען יע פאַסטן אַ תענית הפסקה51.
ומה. בעת מען איז מעיין אָבער אין דעם המשך הענינים שבאגה"ת, איז הנ"ל, מלכתחילה קיין קשיא ניט:
זדער ענין וואָס ער רעדט דאָ (בד"ה ומ"מ כל בעל נפש) קומט בהמשך צו דעם וואָס ער זאָגט פריער "מי שריבוי הצומות מזיק לו. . אסור לו להרבות בתעניות. .