Chabad Library · The Rebbe

Likkutei Sichos·Vol. 39·Additions and Explanations in Likkutei Levi Yitzchok on Iggeret HaTteshuvah·Addition of Explanations on Iggeret HaTteshuvah·199לקוטי שיחות·כרך לט·הוספות - ביאורים בלקוטי לוי"צ על אגה"ת·הוספה - ביאורים באגרת התשובה·199

אמח. איז דער ביאור אין דעם:
באין די "עונות כיוצא בהן" (וועלכע זיינען בדומה צו די עונות החמורים שחייבים עליהם מיתה) זיינען פאַראַן אַזוינע ענינים וועלכע קענען זיין אויך בהיתר. אַזוי ווי, למשל, כעס (וואָס ער זאָגט אויף דעם ווייטער אין פ"ז "כל הכועס כאילו עוע"ז"54), איז דאָך פאַראַן אַמאָל אַז דער כעס איז גאָר קיין עבירה ניט, ואדרבה, "חייב לכעוס עליהם"55. ובמילא קען דאָך ווערן אַ ספק צי דאָס וואָס ער האָט כועס געווען איז געווען בהיתר צי באיסור56. אויף דעם זאָגט דער אַלטער רבי "אשר כל לב יודע כו'", אַז דער לב איז יודע צי ס'איז געווען באיסור.
גשטעלט זיך דאָך די שאלה: עס קען דאָך זיין אַז ער זאָל אַ טעות האָבן ובפרט שנוגע בדבר און אעפּ"י שנדמה לו שהי' באופן המותר — אין אמת'ן איז עס געווען אַ כעס באיסור, און ווי קען ער זיך פאַרלאָזן אויף זיין ידיעה?
דאויף דעם איז דער אַלטער רבי מדגיש "לב יודע מרת נפשו": די ידיעה וואָס "לב יודע" איז עס ניט קיין ידיעת השכל, נאָר אַ געפיל וואָס איז פאַרבונדן מיט די נקודה העצמית שבנפש, וואָס איז נאחז אין לב57. און אין דער נקודה איז ניט שייך קיין טעות58.
הוואָס דערפאַר איז דער דין (יומא פג, א. שו"ע אדמוה"ז סתרי"ח) בנוגע יו"כ [וואָס אויך יו"כ איז דאָך פאַרבונדן מיט תשובה ומגו דכן הוא ביוהכ"פ נמשך גם בעוד הלכות] אַז בשעת אַ חולה זאָגט "צריך אני לאכול" און "מאה רופאים אומרים שא"צ לאכול", איז כאָטש אַז די רופאים זיינען בקיאים אין דער חכמה, און דער חולה ווייס עס ניט בשכלו, פאַרלאָזט מען זיך אויפן חולה, ווייל "לב יודע מרת נפשו".