Chabad Library · The Rebbe

Likkutei Sichos·Vol. 39·Additions and Explanations in Likkutei Levi Yitzchok on Iggeret HaTteshuvah·Addition of Explanations on Iggeret HaTteshuvah·206לקוטי שיחות·כרך לט·הוספות - ביאורים בלקוטי לוי"צ על אגה"ת·הוספה - ביאורים באגרת התשובה·206

אאין דעם ערשטן חלק תניא (פל"ט — נג, א) איז דער אַלטער רבי מפרש דעם מאמר רז"ל (אבות פ"ד מ"ב) "שכר מצוה מצוה" — "פי' שמשכרה נדע מהותה ומדריגתה".
בדער ענין פון "משכרה נדע מהותה" ליגט אין די ווערטער "שכר מצוה מצוה": וואָרום דאָס וואָס פון דעם שכר המצוה קען מען וויסן מהותה ומדריגתה, איז עס מצד דעם ווייל דער שכר המצוה איז די מצוה גופא — ע"ד עלול ומסובב שכלולים בעילתם וסיבתם (און ווי ער זאָגט פריער (רפל"ז) "הגורם שכר המצוה היא המצוה בעצמה" ולא עוד ענין שמקשר השכר בהמצוה). און דאָס איז דער פּירוש פון שכר מצוה מצוה — אַז די מצוה גופא איז דער שכר.
גפון דעם איז מובן אויך בנוגע צו עונשים, אַז זיי קומען אַרויס בטבע פון די עבירות. וואָס דאָס איז דער פּירוש פון "שכר עבירה עבירה" (שבאבות שם).
דאון אין דעם טיילן זיך אויס עונשי ב"ד (אַזוי ווי מלקות און ד' מיתות ב"ד) פון אַנדערע עונשים, אַז זיי זיינען ניט מסובב בטבע פון דער עבירה, נאָר זיי קומען אַלס שטראָף פאַר דער עבירה. וויבאַלד אַז מען דאַרף אָנקומען צו ב"ד, אַז זיי זאָלן אים דן זיין און פּסק'ענען דעם עונש עכצ"ל שרצה הקב"ה וביטל הטבע הנ"ל שבעבירות אלו.
האון פון דעם איז מובן אויך בנוגע דין ד' מיתות לאחרי שבטלו סנהדרין, אַז וויבאַלד דער דאָזיגער דין איז תמורת מיתת ב"ד, איז עס ניט מסובב באופן טבעי פון די עבירות, נאָר — אַלס שטראָף פון ב"ד שלמעלה.
ונח. עפּי"ז איז פאַרשטאַנדיק וואָס די קשיא פון תוספות איז דוקא אויף "דין ד' מיתות", און די קשיא שבאגה"ת — דוקא אויף כרת ומיתה ביד"ש:
זכרת און מיתה ביד"ש, וויבאַלד זיי זיינען מסובב בטבע פון די עבירות, איז אין זיי פאַראַן אַ חילוק פון זמן הבית צו זמן הגלות. כמבואר אין אגה"ת (פ"ו) אַז בזמן הבית, וויבאַלד אידן האָבן מקבל חיות געווען נאָר דורכן נפש האלקית, איז בשעת דער חבל ההמשכה האָט זיך איבערגעריסן, האָבן זיי ניט געהאַט פון וואַנעט צו מקבל חיות זיין. משא"כ בזמן הגלות, קען מען מקבל חיות זיין אויך פון היכלות הסט"א.
חאון דעריבער איז די קשיא פון תוספות דוקא אויף "דין ד' מיתות" און ניט אויף כרת ומיתה ביד"ש — ווייל בנוגע כרת ומיתה ביד"ש קען מען ענטפערן דעם תירוץ שבאגה"ת. משא"כ בנוגע צו "דין ד' מיתות", וויבאַלד ס'איז ניט קיין דבר טבעי, נאָר ס'איז עפּ"י ב"ד שלמעלה, היינט וויבאַלד אַז עפּ"י דין קומט אים אַן עונש, איז דאָך קיין נפק"מ ניט צי ס'איז בזמן הבית צי בזמן הגלות.
טאון דערפאַר ענטפערט תוספות "דע"י תשובה הקב"ה מיקל כו'", וואָס דאָס איז ווי ער זאָגט פריער אין אגה"ת (רפ"ב) אַז דורך תשובה איז "אין מזכירין לו דבר וחצי דבר ביום הדין כו' ונפטר לגמרי מן הדין".