Chabad Library · The Rebbe
Likkutei Sichos· Vol. 39· Additions and Explanations in Likkutei Levi Yitzchok on Iggeret HaTteshuvah· Addition of Explanations on Iggeret HaTteshuvah· 212לקוטי שיחות· כרך לט· הוספות - ביאורים בלקוטי לוי"צ על אגה"ת· הוספה - ביאורים באגרת התשובה· 212
אכוכבים70] און אפילו מלאכים, נעמען זיך פון חיצוניות החיות — אותיות שבעשרה מאמרות.
בוואָס אין דעם איז ניט מובן די הוספה "השמים": אויך צבא הארץ נעמען זיך פון די אותיות שבעשרה מאמרות, כמבואר בארוכה לעיל ח"ב בתחלתו. און אויך אין פי"א — וואָס ער איז מציין דאָ אין אגה"ת — רעדט ער וועגן מים וואָס איז פון צבא הארץ. היינט פאַרוואָס זאָגט ער דאָ אַז די "צבא השמים" (דוקא) נעמען זיך פון דיבור?
גמען קען ניט לערנען אַז דאָס וואָס ער כאַפּט דאָ אָן צבא השמים איז עס מצד דעם וואָס ער וויל זאָגן אַז אפילו צבא השמים נעמען זיך בלויז פון דיבור — וואָרום אויב אַזוי האָט ער געדאַרפט זאָגן "אפילו", אַזוי ווי ביי מלאכים וואָס ער זאגט בפירוש "ואפילו המלאכים"?
דועפּ"י הנ"ל מובן: וויבאַלד ער רעדט דאָ וועגן דעם "הפרש עצום מאד" — גילוי (כנ"ל), רעדט ער דעריבער וועגן די נבראים וואָס די עשרה מאמרות שטייען אין זיי בגילוי. און דעריבער זאָגט ער "צבא השמים" דוקא, ווייל אין זיי שטייט דער כח אלקי בגילוי,
הוכמ"ש שאו מרום עיניכם וראו מי ברא אלה (ישעי' מ, כו); כי אראה שמיך גו' ירח וכוכבים גו' (תהלים ח, ד) — אַז ווי מען גיט נאָר אַ קוק אויפן שמים, דערזעט מען גלייך דעם "מי ברא אלה". משא"כ בצבא הארץ דאַרף מען האָבן אַ ריבוי התבוננות.
וסז. עפּי"ז וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס עס שטייט (תהלים קיט, פט) לעולם הוי' דברך נצב בשמים. דלכאורה: דער דבר הוי' איז דאָך נצב אין אַלע נבראים, כמבואר בארוכה בשעהיוה"א בתחלתו. טאָ פאַרוואָס זאָגט ער נצב בשמים?
זואעפּ"י אַז מען קען פאַרענטפערן אַז מיטן וואָרט "דברך" מיינט ער דעם מאמר יהי רקיע, וואָס דער מאמר איז נצב בשמים דוקא — איז דאָך אָבער הא גופא קשיא: וויבאַלד אַז די אותיות פון אַלע עשרה מאמרות שטייען שטענדיק אין אַלע נבראים צו מהווה זיין זיי מאין ליש, איז הלמאי רעדט דער פּסוק דוקא וועגן דעם מאמר יהי רקיע וואָס ער איז נצב בשמים71?
חאָבער עפּ"י הנ"ל איז דאָס מובן: "נצב" מיינט אויך מלשון "נצבמלך". וואָס דאָס ווייזט על ענין הגילוי (התוקף) של דברך. און דערפאַר זאָגט ער "דברך נצב בשמים", ווייל אין ארץ קען זיין דער דיבור אויך בהעלם, ביז אַז דער בגילוי קען