Chabad Library · The Rebbe
Likkutei Sichos· Vol. 39· Additions and Explanations in Likkutei Levi Yitzchok on Iggeret HaTteshuvah· Addition of Explanations on Iggeret HaTteshuvah· 214לקוטי שיחות· כרך לט· הוספות - ביאורים בלקוטי לוי"צ על אגה"ת· הוספה - ביאורים באגרת התשובה· 214
אוועגן זיי רעדט ער דאָ בפירוש אין אגה"ת), כאָטש אויך זיי נעמען זיך פון חיצוניות החיות, זיינען ניט נקרא בשם אלקים. (און אַזוי אויך נשמות (למטה), כאָטש זיי נעמען זיך פון פּנימיות החיות, זיינען ניט נקרא בשם הוי'. וכנ"ל סעיף סה).
בואעפּ"י אַז יעדער נברא ווערט אָנגערופן מיט דעם נאָמען פון די אותיות וועלכע זיינען אים מחי', אַזוי ווי אַ שטיין וואָס הייסט מיטן נאָמען "אבן" מצד דעם וואָס זיין חיות איז פון שם ב"ן (כדלעיל ח"ב פ"א. פ"ז) — ווערן דאָך אָבער נבראים ניט אָנגערופן בשם אלקים (און אַזוי אויך נשמות למטה — בשם הוי'), וואָס ער איז משמותיו של הקב"ה.
גקומט דאָך אויס אַז דאָס וואָס מלאכים זיינען יע נקרא בשם אלקים איז עס ניט בלויז מצד דעם וואָס זייער חיות נעמט זיך פון שם אלקים (בחי' חיצוניות), נאָר אויך מצד דעם וואָס דער חיות פון שם אלקים וואָס איז זיי מחי' שטייט אין זיי באופן דקריאה — בגילוי
ד[און כאָטש אַז אויך אין צבא השמים איז אלקות בגלוי (כנ"ל סעיף סוז), איז עס נאָר אַז זייער מציאות ווייזט אויף אלקות: דורך דעם וואָס מען זעט די צבא השמים — דברים נפלאים ושמשתחווים כו' בגלוי, דערזעט מען גלייך אַז זיי זיינען באַשאַפן געוואָרן פון אַ כח נפלא ביותר ושיש מציאות שבטלים אליו. ס'איז אָבער ניט אַז אין זיי גופא שטייט דער כח אלקי בגילוי.
המשא"כ מלאכים, וויבאַלד אַז אין זיי גופא שטייט אלקות בגילוי, וואָס דעריבער שטייען זיי מיט אַ ביטול צו אלקות און זיינען גרייט שטענדיק צו מקיים זיין דעם אויבערשטנס שליחות (וואָס דערפאַר הייסן זיי אַלעמאָל "מלאכים" אויך שלא בשעת שליחותם), זיינען זיי נקרא בשם אלקים].
ואיז דאָך ניט מובן: וואָס איז נוגע דאָ אין אגה"ת צו מבאר זיין מעלת המלאכים, אַז דער (חיצוניות ה)חיות פון וואַנעט זיי נעמען זיך שטייט אין זיי בגילוי?
זע. איז דער ביאור אין דעם:
חפאַר די ווערטער "ולכן נקראו המלאכים כו'" זאָגט ער אַז נשמת האדם ווערט נמשך תחלה פון בחי' פּנימיות החיות, "ואח"כ ירדה. . ע"י בחי' האותיות שבמאמר נעשה אדם".
טשטעלט זיך לפי"ז די קשיא: אויך די התהוות פון אַלע נבראים איז פון שם הוי', ווי ער איז מבאר פריער (ח"ב פ"ד) אַז דער פּירוש פון שם הוי' איז "שמהווה את הכל מאין ליש" (און דאָס וואָס די גאַנצע בריאה ווערט נתהווה פון שם הוי' איז עס שטענדיק, ווי ער זאָגט דאָרטן "והיו"ד משמשת על הפּעולה שהיא בלשון הוה ותמיד"). עס איז מערניט וואָס דערנאָך דאַרף עס דורכגיין דורכן שם אלקים וואָס ער איז מגין לשם הוי', כמבואר בשעהיוה"א שם.
יאיז דאָך ניט מובן, וואָס איז סו"ס דער הפרש עצום מאד פון נשמות ביז אַלע