Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5680 to 5687·Sefer HaSichos 5685·Lag BaOmer 5685ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תר"פ-תרפ"ז·ספר השיחות תרפ"ה·ל"ג בעומר תרפ"ה

אל"ג בעומר תרפ"ה
קטע
באונזערער1 אַ קרוב, אַ רב אין וועליז, האָט געהאַט גרויסע רדיפות פון צוויי גבירים און פון אַ גביר'טע. האָט ער אָנגעשריבן אַ בריוו צו אדמו"ר האמצעי זי"ע.
גאדמו"ר האמצעי איז דאַן געווען אין קאַרעלסבאַד2. האָט אדמו"ר האמצעי זי"ע געענטפערט אַ בריוו, צו איין גביר האָט ער געשריבן "יתחרט מיד וה' יסלח לו", צו דעם צווייטן האָט ער געשריבן "הזהר והשמר פן בחרב אצא לקראתך"3 און צו די גביר'טע — "אין חכמה לאשה אלא בפּלך"4.
דאַז דער רב האָט געבראַכט דעם בריוו אין בית המדרש צום דאַוונען, האָט דער ערשטער גביר אַ זאָג געטאָן: יע, וואָס דאַרף איך מיט זיי אָנהויבן זיך. דער צווייטער האָט געזאָגט: אַ נייער גובערנאַטאָר האָט זיך געפונען?
הנאָכן דאַוונען אַז מ'איז אַרויס פון שול, איז דורכגעלאָפן אַ סאָטניע (הונ­דערט) קאָזאַקן רייטנדיק אויף פערד און איינער האָט אַרויס געכאַפּט די סאַשקע (שווערד) און האָט אים, דעם צווייטן גביר, אָפּגעהאַקט די קאָפּ. און די אשה די גבירה האָט געהאַלטן די אָטקופּ (פאַבריק פון ספּירט) און ניט געצאָלט די מסים, האָט מען אויף איר געמאַכט אַ משפּט און מ'האָט ביי איר אַלץ צוגענומען אַז זי איז געבליבן אָרעם.
ואין אַ צייט אַרום אַז מ'האָט דאָס דערציילט דעם מיטעלן רבי'ן, האָט ער זיך אַרויסגענומען דעם לעבער פון דעם, "גם ענוש לצדיק לא טוב"5.