Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Sefer HaSichos Rayatz· 5680 to 5687· Sefer HaSichos 5685· Simchas Torah 5685ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ· תר"פ-תרפ"ז· ספר השיחות תרפ"ה· שמחת תורה תרפ"ה
אשמחת תורה תרפ"ה
א. אחד שאל, הלא ענין השמחה דשמח"ת הוא לאחר העבודה דר"ה ויוהכ"פ, ומפני מה ענין הבכי' דר"ה ויוהכ"פ הוא בדרך ממילא והשמחה דשמחת תורה צריכים סיוע (משקה)?
א. אחד שאל, הלא ענין השמחה דשמח"ת הוא לאחר העבודה דר"ה ויוהכ"פ, ומפני מה ענין הבכי' דר"ה ויוהכ"פ הוא בדרך ממילא והשמחה דשמחת תורה צריכים סיוע (משקה)?
בוהשיב: שמעתי מחסידים הישנים שענין המשקה הוא מים שמשקים את הסוטה1.
גושאל, מהו הכוונה סוטה, נה"ב?
דוהשיב:
האדמו"ר נבג"מ זי"ע אמר שסוטה הכוונה נפש השכלית, וצריכים ליתן לו משקה, אַז ער זאָל ניט דרייען קיין מוח1, אבל עצם ענין השמחה היא בדרך ממילא.
וב. לחיים, השי"ת יתן שיהי' שנת אורה שנת תורה שנה שימלא השי"ת משאלות לבנו לטובה, והשי"ת יתן אַז מיר זאָלן בעטן וואָס מען דאַרף בעטן.
זג. עס הייבט זיך אָן צו פאַרגעסן די יסודות עצמיים פון חסידות מצד דעם ריבוי המעין. באַ אַמאָליגע חסידים איז געווען דער עצם ענין המסירה ונתינה בכח, די עצם איבערגיגעבנקייט צו דעם ענין, וואָס דאָס איז געווען די איבערגיגעבנקייט בכח.
חמען וועט דאַרפן בויען אַ נייעם חב"ד, מיר וועלן אָנכאַפּן אַ דבר פשוט, אצל החסידים הישנים הי' סדר ללמוד בכל יום פרשה חומש עם רש"י וביום ה' גומרים כל הסדרה2. ללמוד חומש עם פירוש רש"י יש בו מעלה נפלאה3, לבד שמקיים בזה הדין שבשו"ע4 (בנוגע שנים מקרא ואחד תרגום) ש"ירא שמים יש לו לקרות התרגום וגם פירש"י", הנה לבד זאת כשלומדים עם תינוק חומש עם פרש"י, אביו או רבו, ישאר בודאי מאמין באלקי ישראל, ער וועט זיך דרייען אַהער אַהין און ער וועט בלייבן אַ מאמין באלקי ישראל.
טעס וועט זיך אַרויס קלאַפּן אין נעילה, אין שמח"ת, עס וועט אַרויס קלאַפּן בהתגלות, וואָרום בהעלם ישנו האמונה בכל ישראל5, כי נקודת הלב הוא שלם בכל ישראל, אַ איד, ניט קיין איד איז דאָך ניטאָ, מער ניט עס קאָן זיין אַ בעל תאוה, אַ חסר דעה, אַ מטורף, אַ מטושטש, און כל השמות וואָס מ'קען אים אָנרופן, אבל נקודת לבבו איז שלם, וזהו רק בהעלם.
יאבל כשלומדים עם תינוק חומש עם פירש"י ישאר בודאי מאמין באלקי ישראל בהתגלות.
יאנמצא, אַז לבד זאת וואס פרש"י איז אַן ענין יקר, וואָס ער איז אנגענומען שטאַרק ביי אַלעמען, הן אצל בעלי מוסר והן ביי סתם אידן וואָס לערנען גמרא, איז אָבער פאַראַן אין פרש"י נאָך אַ מעלה וואָס דאַרף זיין אָנגענומען ביי חסידים בפרט ללמוד בכל יום פרשה חומש עם פרש"י, מצד ענין האמונה שניתוסף ע"י.
יבכ"ק אאזמו"ר זי"ע, טרם שקבל הרבנות, בחיי אדמו"ר הצ"צ, נכנס אצלו פעם אחת הצ"צ (בשנים האחרונות) ומצא אותו לומד חומש עם רש"י6, ועתה היש אחד בכל המסיבה שמקיים זאת.
יגעס הייבט זיך דאָך אָן צו פארגעסן די יסודות עצמיים פון חסידות מצד ריבוי הנביעה מהמעין, ביז אַז מען קאָן אַראָפּ טראָגן חסידות שלא במקומו, למשל אין דעם ויגבה לבו בדרכי הוי'7 וואָס אין חסידות8 רעדט זיך אַז עס דאַרף זיין לפעמים דער ויגבה לבו בדרכי הוי', וואָס בדרך כלל בעבודת האדם דאַרף זיין כפי' וביטול והכנעה ושפלות ומרירות הנפש, פאַרוויינטע אויגן מען זאָל טאַקע וויינען, אבל לפעמים צריך להיות ענין ההגבהה, אַ איד דאַרף אין זיך האָבן אַ ברייטקייט, אָבער דאָס טראָגט זיך אַראָפּ שלא במקומו, אין אַ גלייך ווערטל לה"ר רכילות, און זאָגט אַז דאָס איז מכלל החסידות.
ידד. אַמאָליקע חסידים לא ידעו הרבה הסברים ואריכות ולא הי' חסר אצלם זאת, באַ זיי איז געווען די ידיעה אין דעם ענין און זיי אַליין — איין זאַך. באַ אונז איז די ידיעה נאָך אַ זאַך, באַ זיי אַז זיי האָבן געהערט איין וואָרט האָבן זיי געלעבט און געמאַכט לעבן דעם אַנדערן. שבזה הענין גופא וואָס זיי האָבן געלעבט האָבן זיי געמאַכט לעבן דעם אַנדערן. כמו מענין ההוכחה האָט מען דאָך גערעט אַז מען דאַרף פריער אויף זוכן באַ זיך און מתקן זיין דאָס ועי"ז ווערט באַ עם ליכטיק, און אַז עס ווערט ליכטיק במילא איז ער שוין ניט שייך צו דעם, וואָרום גזלנים און חמסנים קלייבן זעך נאָר וואו עס איז פינסטער. כמו שאמר אאמו"ר נבג"מ זי"ע: אין אַ פּוסטקע קלייבן זיך כו' אָבער אַז עס איז ליכטיק אַהין גייען זיי ניט. ועי"ז מתקנים את הזולת, וואָרום אַז מ'איז מתקן באַ זיך ווערט נתגלה דער אור האמת און פאַר אַ אמת פאַלט מען אַראָפּ, מילא קען אר פועל'ן אויף דעם זולת. כמו"כ הי' אצל החסידים הישנים אַז זיי האָבן געהערט אַ וואָרט, האָבן זיי אַליין געלעבט אין דעם, און האָבן געמאַכט לעבן דעם אנדערן.
טואיך האָב געהערט פון ר' הענדלען9
טז— איך האָב עם געקענט פון תרמ"ח עד תר"ס —
יזהאָט ער דערציילט אַ וואָרט וועגן ר' לייב סמארגאנער שוחט און ר' צאַלקע אַזאָרעצער10
יח— ר' צאַלקע פלעגט זיך מוזן זעהן מיט ר' הלל'ן11 איין מאָל אין צוויי חדשים, או הוא נסע אליו או להיפך —
יטפלעגט ער דערציילן אַז ר' לייבע סמארגאנער פלעגט גיין מיט ר' צאַלקע אַזאָרעצער פּאַפּליעץ (היינו פּלייצע אין פּלייצע)12, כך הי' אומר.
כאיז אַז ר' הענדל פלעגט איבער זאָגן דעם וואָרט, פלעגט ער אין דעם לעבן. הגם אַז אין דעם וואָרט איז דאָך ניט באַשטאַנען קיין שום השכלה און קיין שום ענין ניט, נאָר דאָס איז אַן ענין עצמי, וואָס רביים רופן אָן עצמי. אָט ווי דער ענין פון ברוך אתה הוי', איז דאָך אין דעם ניט פאַראַן קיין השכלה, נאָר דאָס איז אַ ענין עצמי אַז ער איז זוכה צו דערמאָנען דעם שם הוי', און דערמאָנט אים ווי עס דאַרף זיין דערהערט ער דאָ עצמי.
כאבאַ זיי איז געווען אַ וואָרט טייער.
כבה. כמו"כ המקבלים מהם קבלו ע"ד יש מאין, שהאין אינו נתפס ומתלבש בהיש, והיש אינו מרגיש את החיות שבו, היינו שמרגיש שהוא חי אבל אינו מרגיש שהוא חי מהאין, כמו"כ הי' אצלם, זיי זיינען ניט געלעגן אין השפעה, און ניט אין טאָן עם הזולת רק ממילא פעלו על הזולת. זולת אחדים שהרביים פלעגן צו זיי שיקן יונגע לייט, כמו ר' הלל, היינו די וואָס זיינען געשטאַנען אין אַ שטיקל ציור היו משלחים אותם להם, זיי זאָלן זיי אַריין געבן אַ חיות פנימי.
כגמשא"כ עתה הוא כמו ענין עילה ועלול כמו הציור דתומכי תמימים שהוא בדרך עו"ע משפיע ומקבל, אַז דער עלול איז מכיר עילתו שגבוה ממנו, כמו"כ איז ער יודע שהוא בערך אליו והעילה נתפס ומתלבש, לפעול בהמקבל, ולבסוף איז דער עילה אויך גאָר נישט. און מען מיינט אַז אַזוי דאַרף זיין דער סדר.
כדועתה נחזור לענינינו: באַ יונגע לייט הויבט זיך אָן צו פאַרגעסן די יסודות עצמיים פון חסידות, ביז מען טראָגט אַראָפּ חסידות שלא במקומו, כמו אַז מען שטייט אפילו אין אַ אהבה קען פון דעם ווערן אַ צי צו זאַכן פון לעו"ז. וואָרום אהבה איז דאָך אַ התרגשות הלב, קומט דער נה"ב און רעדט עם איין: אַזוי ווי דו שטייסט אין אַ צוקאָך, איז אפשר וועסטו זיין שייך צו דעם ענין אויך, דאָס איז דאָך אויך אַ גוטע זאך. כמו"כ אומר לו, אַז דו וועסט טאָן די זאַך וועסטו דאָך האָבן אַ שייכות צום עולם, און פאַר דיר איז דאָך זייער גלייך אַז דו זאָלסט האָבן אַ שייכות צום עולם, דו ביסט דאָך אַ חסידישער יונגערמאַן, וועסט דאָך קענען צוציען, וואָס תכלית הכוונה איז דאָך צוציען. וואָס כך דרכו של הנה"ב היום אומר לו כך כו'13, וואָס פריער ווערט ער אַזוי ווי ער ואח"כ וכו'.
כהוכמו"כ בש"ק שיש לו שהות להתפלל באריכות, אומר לו (הנה"ב): אם תתפלל באריכות ובבית יש לאשתו חברתות, און וועלן זאָגן אַז דער מאַן איז אַ בטלן, איז וועט ער בעסער פריער אָפּ דאַוונען און וועט קומען אַ היים און זיי מסביר זיין צוציען, און בפרט אַז ער איז דאָך אַ יודע ספר וועט ער זיי מסביר זיין פרשת השבוע.
כואבל האמת אינו כן, ער דאַרף דאַוונען און דאַוונען און דאַוונען, ומה יהי' עם ב"ב, השי"ת יתן שבני ביתו זאָלן זיין ווי עס דאַרף צו זיין. בני חייא ומזונא רויחא, איז דער פי' בני חייא לעבעדיקע קינדער, קינדער מיט אַ חיות. נאָר ווען האָבן די קינדער אַ חיות, אַז דער טאַטע איז ווי עס דאַרף צו זיין. וכמאמר14 עושה צדקה בכל עת15 זה הזן בניו ובנותיו כו', וכמארז"ל16 לעולם יאכל אדם כו' פחות ממה שיש לו ויכבד לאשתו ובניו יותר ממה שיש לו (יותר מלפי היכולת), שאין הפירוש בגשמיות, שיאכל לחם לבן או שחור — זהו תלוי לפי ישועת השי"ת, והשי"ת יתן לכאו"א שיהי' לו מזוני רויחא — אלא הפירוש הוא שקאי על ההמשכה הרוחני', אם יעשה כפי יכלתו, שידריכם כפי כחו, אזי יסייעהו השי"ת ליתן חיות לבני ביתו יותר מכפי יכלתו.
כזוכמו"כ יש הרבה הסתות של הנה"ב בכל הענינים של זלעו"ז.
כחוגם, כמבואר במכ' אאמו"ר בארוכה17
כט— והוא מאמר שלא נאמר ומחזיק לערך 5040 בויגן ווי דער בשעה שהקדימו אָן הגהות —
לומבאר שם איך שכל פרטי הלא טוב דהנה"ב ישנם גם בנה"א. וואָס אַלע מאָל רעדט מען אין חסידות די מדרי' פון נה"א און ווי דאָס איז אין לעו"ז, און דאָרטן רעדט דער טאַטע אַלע פרטי הלא טוב פון נה"ב ווי זיי זיינען אין נה"א. און ער רעדט דאָרטן דעם ענין "למען ספות הרוה את הצמאה"18, וואָס אַלע מאָל גייט דאָך "צמאה" אויף'ן נה"ב, זאָגט ער דאָרטן אַז כמו"כ אין נה"א איז אויך פאַראַן דער ענין פון "צמאה", און ער זאָגט דאָרטן בדרך צחות הלשון: אָט אַזוי ווי איינער וואָס איז הונגעריק חאַפּט ער דאָך וואָס עס מאַכט זיך, צי דאָס איז אַ דבר המחי' או לא19, אַזוי אין נה"א בעת ער איז הונגעריק חאַפּט ער בירורים וואָס עס מאַכט זיך, הגם זיי האָבן גאָר קיין שייכות ניט צו עם.
לאוהכל הוא וויילע עס פאַרגעסט זיך די יסודות עצמיים פון חסידות, עד שיש לו שייכות לדבר שקר ורכילות וגם לה"ר ואין לו שום מדת חסידות,
לבביז אַז חסידות וויל גאָר באַ עם ניט זיין, נאָר וואָס זאָל מען טאָן אַז יענער האָט אַ מויל20 און קאַלאַקאָצקעט, און עס זיצן צוואַנציק מענטשן און הערן, אָבער באמת האָט ער קיין שייכות ניט צו דעם.
לגנאָר וואָס דען — זאָל מען ניט חזר'ן קיין חסידות? ניין, מען דאַרף יע חזר'ן, נאָר מען דאַרף פריער אויסקריינקען און אויסווייטיקן ימים ולילות.
לדו. אַז מען זאָגט אַ מאמר און עס ברענגט זיך אַראָפּ אַ מחז"ל, איז פאַרן זאָגן דאַרף מען פריער איבערקוקן די גמרא אָדער דעם מדרש, וואָס אין דעם איז פאַראַן ב' מעלות: א' מבינים יותר הפשט, ב' אַז מען זאָגט די ווערטער ווי עס שטייט יעמאָלט דער הערט זיך דער ונוזלים מן לבנון21, אַז אין די נשמה המלובשת בגוף דער הערט זיך דער עצם הנשמה, ומשם נמשך בכל האברים, רק על מאמר צריך להיות הכנה, אַ פאַרברענגעניש רעט זיך דאָך אָט ווי מ'איז, ישנו מאמר חז"ל22 שהשתיקה יפה לחכמים און מכש"כ כו', ומזה מבינים עוד ענין שחכמים הזהרו בדבריכם23 ומכ"ש כו', וואָרום וואָס אַ טיפש קאָן אָנמאַכן איז מי יודע וואָס,
להקיין אידן טאָר מען ניט מדחה זיין, יעדער תנועה פון אַ אידן קען זיך ניט געפינען איינער און מדחה זיין, וואָרום עס איז דאָך "יפה שעה אחת בתשובה ומעשים טובים בעולם הזה מכל חיי העולם הבא"24, כי מה שאנו קוראים "חיי העולם הבא" הוא השגה שכלית כל אחד כפי מה שמצייר בשכלו, איז אפילו דער מצייר היותר גדול, מה שמצייר בנפשו האורות והגילוים שלמעלה, מ"מ25 "יפה שעה אחת כו'", וואָס "שעה אחת" איז דער פירוש "איין קער"26, בשעתא חדא וברגעא חדא27, ביז וואַנען אַז "במקום שבעלי תשובה עומדים צדיקים גמורים אינם יכולים לעמוד"28.
לואויף ר' הלל'ן11 דערציילט מען אַז ער האָט ניט האָלט געהאַט בעלי תשובה, וואָרום ניט גוט איז ער געוויס געווען (איך וויל ניט זאָגן אַ בעל עבירה), און צי ער האָט תשובה געטאָן מיט אַן אמת ווייס איך ניט.
לזנאָר רביים זאָגן ניט אַזוי, רביים זאָגן ווי עפ"י תורה איז, און עפ"י תורה איז דאָך "במקום שבעלי תשובה עומדים כו'", וואָס אַ צדיק איז דאָך ניט שייך צו אַ חטא ועון, וואָרום חטא איז דאָך דער פי' חסרון, כמאמר29 "והייתי אני ובני שלמה חטאים — חסרים".
לחער גייט מיט אַ סדר: בעת ער שטייט אויף פון שלאָף הוא נוטל את ידיו ואומר "מודה אני", און איז מקבל עול מלכות שמים מיט אַ קבלה גמורה, וואָרום אַז מען שלאָפט ווי אַ איד, שטייט מען אויף ווי אַ איד. אויך ווייס ער אַז "עיר פרא אדם יולד"30, אַז מצד הגוף איז ער שייכות צו אַלע זאַכן במילא לייגט ער אויף זיך אַ הגדרה כללית, אַז אַלע ענינים וואָס זיינען שייכות צום גוף זאָלן זיך ניט טאָן אָן אַ רשיון. איז במילא מובן אַז ער איז ניט שייך צו לשון הרע, רכילות, שקר וליצנות.
לטאון דערנאָך הויבט זיך אָן קודם התפלה און תפלה. לאחר התפלה בייסט ער עפּעס איבער, אשר גם האכילה היא באופן אחר, און דערנאָך גייט ער אַוועק לעסקיו.
מוואָרום אַ בעל עסק קען דאָך אויך זיין אַ צדיק, כי כאו"א צריך לומר מתי יגיעו מעשי למעשי אבותי אברהם יצחק ויעקב31, וואָס אויך אַ בעל עסק דאַרף דאָס זאָגן, וואָרום וואָס איז געווען אברהם יצחק ויעקב — זיי זיינען דאָך אויך געווען אַ נשמה המלובשת בגוף, נאָר זיי זיינען געווען אַ מרכבה לאלקות32.
מאאון אַזוי קען זיין יעדערער לפי מדריגתו: אַז ער שטייט אין מאַרק און האַנדלט מיט מעל אָדער מיט זעקלעך, און קוקט ניט אויף די "מאַרקיקע" זאַכן (דברים החיצונים), און דאָרטן ווייס ער אַז "הוא הנותן לך כח לעשות חיל"33 — איז ער אַ מרכבה לאלקות.
מבדערנאָך הויבט זיך אָן מנחה, וואָס מנחה איז דאָך זייער טייער, בפרט מנחה באַ אַ בעל עסק, וואָס דאָס איז דאָך באמצע העבודה, איז דאָך עם זייער שווער צו אָפּרייסן זיך34, וואָס דאָס קען מען פאַרשטיין פון אַ יושב אוהל: בשעת אַ יושב אוהל זיצט און לערנט אַ ענין און עס איז זייער געשמאַק, ובפרט אַז ער לערנט בעיון און ער איז נאָך מחדש חידושים, וואָרום "חלקי הוי' אמרה נפשי"35 שיש בזה מה שנותנים לו מלמעלה — כי הוא ית' רחום וחנון — און ער לערנט מיט אַ געשמאַק, בעריבות נעימות ומתיקות. איז בשעת עס קומט די צייט צו דאַוונען מנחה, און ער זעט אַז דער זייגער איז האַלב 5, און 45 אויף 5 (אָדער 5) איז די שקיעה, און מנחה דאַרף מען דאָך דאַוונען אין צייט דאָס איז דאָך עפ"י שולחן ערוך, און שולחן ערוך איז דאָך ניט "ערוך השולחן" — מען קען דאָך ניט איבערדרייען, האַלב 5 איז ניט האַלב 6 — איז דאָך (פאַר דעם יושב אוהל) זייער שווער זיך צו אָפּרייסן.
מגאיז פון אַ יושב אוהל קען מען פאַרשטיין ווי דאָס איז באַ אַ בעל עסק: בשעת אַ בעל עסק פאָרט אויפן טראמוואי און דאַרף פאַרקויפן 20 אָדער 30 זעקלעך מעל ויש נתינת מקום על 60, וואָס 60 איז ניט 30, 60 איז גאָר באופן אחר, אין דעם איז פאַראַן אַ פינפטל, וואָס דעמולט וועט זיין אַזוי און אַזוי — וואָס דאָס איז אים נוגע אין גאַנצן, און עס איז דאָך די צייט פון מנחה. וואָס אין סדר השתלשלות איז דאָך הוקצב געוואָרן אַז דאָ אויף פּיעטערבורגסקע גאַס דאַרף ער אָפּזאָגן צען ווערטער, אָדער עס דאַרף זיך עם מאַכן אַ העלם און ער דאַרף דאָס ברעכן, וואָרום "כאו"א חייב לומר בשבילי נברא העולם"36 אַז דער העלם איז נברא געוואָרן צוליב עם, ער זאָל אים מברר זיין. אויך, דאָ דאַרף ער "עוצם" זיין "עיניו מראות ברע"37, און דאָס דאַרף זיין אָן בליטות, וואָס דאָס איז עם נוגע אין גאַנצן.
מדנאָכדעם בין מנחה למעריב דאַרף מען דאָך לערנען איזה ענין, דערנאָך דאַוונען מעריב, און נאָך מעריב דאַרף מען עפּעס לערנען. נאָכדעם הויבט זיך אָן קריאת שמע שעל המטה, און ער מאַכט אַ חשבון הנפש און דאָס איז אדעתי' דנפשי', ער נעמט זיך באַרעכענען — באמיתית אָן אהבת עצמו — וואָס ער האָט אָפּגעטאָן אַז הגם ער האָט זיך געפירט גוט, זעט ער דאָך, אַז נעכטן האָט ער ניט געהאָרעוועט און ניט געלאָפן, און דאָס וואָס ער האָט געדאַרפט איז אָנגעקומען לידו. און היינט איז ער אַרום געלאָפן און געהאָרעוועט (וואָס אַזוי איז דאָך דער סדר אין עסק אַז עס קען זיין אַז מען זאָל פאַרדינען מיט איין מאָל אויף אַ גאַנצע וואָך),
מהוואָס אַזוי איז אויך ביי יושבי אוהל, ער האָרעוועט אויף אַ ענין כמה שעות ביז ער פאַרשטייט אים, ולסוף אַז ער גיט אַ קוק אינעווייניק חאַפּט ער זיך אַז עס איז גאָר ניט אמת.
מודערנאָך הויבט זיך אָן תיקון חצות, תרומת הדשן38 — אַזוי איז דער סדר פון אַ צדיק.
מזולבסוף, איז "יפה שעה אחת" — די גאַנצע צייט איז ער געלעגן גאָר אין אַנדערע זאכן (איך מיין ניט בעלי עבירה, נאָר גלאַט אין אַנדערע ענינים, אפילו ענינים המותרים) — און ב"שעה אחת" מיט "איין קער" — וואָס אינווייניק קערט זיך באַ אים איבער מן הקצה אל הקצה — איז ער העכער פון אַ צדיק.
מחוואָס לכאורה יפלא הדבר מאד: דער צדיק האָט אַזויפיל געהאָרעוועט בעבודה גדולה ויגיעה עצומה, און דער איז "יציבא בארעא וגיורא בשמי שמיא"39, ער האָט געגעסן פּופּקעס און איז געלעגן אין כ'ווייס וואָס, און מיט איין "קער" אויף ווערן אַנדערש איז ער העכער פון אַ צדיק.
מטנאָר ווייל אַ תנועה פון אַ אידן איז זייער טייער, מען טאָר ניט מדחה זיין, מ'דאַרף אים מקרב זיין, נאָר מען דאַרף אים רייסן דעם לונג און לעבער. ער מוז האָבן מדות חסידות, און ניט אַראָפּטראָגן חסידות שלא במקומו*39.
נ[אח"כ שאל אחד: הלא אדמו"ר האמצעי מדבר בענין מבוי המפולש40.
נאוענה כ"ק אדמו"ר:] אדמו"ר האמצעי מאריך בענין מבוי המפולש, כי חסידי אדמו"ר האמצעי האָבן געברענט כיקוד אש. חסידי אדמו"ר האמצעי זיינען געווען ליכטלעך, זיי האָבן געלויכטן ווי אַ ליכט. לבם הי' בוער כבשר בקלחת, אָט ווי פלייש קאָכט זיך אין אַ קעסל. זיי זיינען געווען וואַרעמע אידן.
נבמיר קענען דאָס פאַרשטיין פון אַ משל פון אב ובן שלא ראו א"ע משך זמן
נג— כמו שקרה במדינות אלו, אב ובן שלא ראו א"ע שבע שנים —
נדוכבר התייאש ממנו לגמרי אַז ער איז גאָר פאַרפאַלן געוואָרן. און דערנאָך אַז ער זעט זיך מיט אים, ווערט ער דאָך צוקאָכט.
נה— וכמו שהוא בענין הכעס, אַז ער ווערט צו קאָכט, וואָס דאָס דאַרף ניט זיין —
נוכמו"כ האָט באַ זיי (חסידי אדמו"ר האמצעי), געקאָכט די האַרץ אין אַ התרגשות, לבם הי' בוער כבשר בקלחת, ווי פלייש וואָס קאָכט זיך אין אַ קעסל. ווי איינער אַ חסיד האָט דערציילט אַז ער האָט געזען ווי דער כוס האָט געזאָדן ביים רבי'ן אין האַנט, וואָס דאָס איז אויך אַ ענין. און איצט זיינען די יונגעלייט קאַלט און פאַרפראָרן אַזוי ווי ליאד41.
נזכמו"כ הי' שיעור בענין ההתקרבות, וואָרום חסידות מאָנט ניט קיין ריבוי, עס איז גענוג וויפל עס איז פאַראַן. עס איז געווען אין אַ שטאָט, אַ עיר ואם בישראל, וואָס דאָרטן איז געווען צען מנינים חסידים (פשוטים), צווישן זיי זיינען געווען צען רעכטע, רעכטע ווי עס דאַרף צו זיין, זיי זיינען געווען אבירי הדעה גיבורי הלב, און זיי זיינען ניט אויסן געווען צו ציען נאָך מער, נאָר מצד אהבת ישראל, וואָס כל ישראל ערבים זה בזה, איז אַז מען האָט האָלט איינעם, און מען האָט אַ גוטע זאַך, גיט מען דאָס דעם אוהב. כמו"כ איז באַ זיי געווען, מצד אהבת ישראל האָבן זיי געגעבן דעם אַנדערן אויך. אָבער זיי זיינען ניט אויסן געווען צו ציען. און איצטער איז מען מקרב פאַר אַ דרייערל אפילו אַזאַ וואָס מען דאַרף ניט. דער ענין פון "וחטאך בצדקה פרוק"42 האָט מען געזאָגט נבוכדנצר. אָבער פטר'ן זיך מיט אַ דרייערל קען מען ניט. ס'איז מער ניט אַז לאחר וואָס ער האָט געטאָן און דער גוף איז איינגעמאַטערט, דער גוף האָט שוין מער קיין כח ניט. דעמולט איז דאָס אַ זאַך, נאָר מ"מ איז דער דרייערל אַ דרייערל בפרט אַז עס קען דאָך זיין שזה נוגע בחיי נפשו.
נחז. יתבררו ויתלבנו הדברים43.
נטנו, מיר וועלן זיך דערריידן צו אַ טאָלק, ווי איז דאָס רעכט אַז אַ יונגערמאַן זאָל אויף שטיין נייען אַזייגער, און צען אַזייגער איז ער שוין אַ בעל עסק, ער לייגט זיך שלאָפן ניט געלערנטערהייט, ער לייענט אָפּ ק"ש אגב אורחא ביז המפיל*43, און ליגט שוין מיט'ן פּופּיק, און איז אַ מדבר שקר, לה"ר, רכילות, גלייך ווערטלעך, און איז מבטל דעם אַנדערן, און זאָגט אַז ער איז אַ חסיד.
סמיט וואָס קען דער גלייך ווערטל נטהר ווערן, צי מיט דעם וואָס אַ חסיד זאָגט אים?! ער איז זיך מתנהג היפך השו"ע און זאָגט אַז דאָס איז מדת חסידות! וואָס באמת רירט חסידות ניט אָן אפילו אַ סעיף קטן פון שו"ע, און ער טוט אָן מדת חסידות היפך השו"ע.
סאמילא השגה פאַרשטייט ער ניט אָבער ער דאַרף דאָך ניט טאָן היפך השו"ע, היפך פון מדת חסידות. מיט וואָס פאַר אַ העזה רופט ער זיך אָן אַ חסיד, מיט וואָס פאַר אַ חציפות טראָגט ער אַוועק חסידות שלא במקומו, ער רעדט אין מיטן דאַוונען, וואָס דער רבי זאָגט אין תניא44 שאסור לדבר בעת התפלה, ער זאָגט דאָס עפ"י השו"ע. און ער דער חצוף (איך מיין ניט חצוף וואָס די גמרא רופט אָן) זאָגט ער אַז ער מעג יאָ ריידן, ער מעג ניט הערן קיין קריאת התורה, ניט ענטפערן איהש"ר, ער איז דאָך אַ חסידישער יונגערמאַן.
סבדי משכילים פאַרלאָזן זיך אויף די עובדים און די עובדים אויף די משכילים, און לסוף איז ניט קיין עובדים און ניט קיין משכילים.
סגמילא מיר, אין די מיטעלע יאָרן, ווערט מען אַמאָל נתעורר בתשובה (מ'מיינט ניט די מדריגה צדיק נאָר בתשובה) — ווערט מען דאָך יע נתעורר, אַז עס ווערט ניט גוט פון זיך, ביז אַז עס איז ניט ניחא דער לעבן. נאָר, מען טאָר דאָך ניט בעטן אויף זיך קיין וכו'.
סדאָבער די צעירים — אַז מען שטייט אויף נייען אַזייגער און דערנאָך אַ גאַנצן טאָג רעדט מען לה"ר רכילות שקר לצנות, מ'לייגט זיך שלאָפן ניט געלערנטערהייט. נאָר ער האָט אַ טענה אַז ער איז אַ אָנגעהאָרעוועטער. דאָס איז זונטיק. וואָלט מאָנטיק זיין אַנדערש, ניין. מאָנטיק איז אַזוי ווי זונטיק. און אַזוי איז אויך דינסטיק, דינסטיק איז אַזוי ווי מאָנטיק, און מאָנטיק אַזוי ווי דינסטיק. און אַז עס קומט שבת קודש עפענט ער אַ ספר חסידות און דאָס איז באַ אים אַזוי ווי אַ תכשיט, אַזוי ווי אַ שיינער תכשיט וואָס ער טוט אים אָן, אַזוי איז גאָר באַ אים חסידות אַ שיינער תכשיט, וואָס עס קען זיין אַז דאָס איז נזם זהב באף חזיר45, וואָס די חסידות וויל אים ניט ליידן, נאָר וואָס קען זי העלפן.
סהח. מען איז ניט אויסן צו ריידן אין כלל וואָרום אַז מ'רעט אין כלל איז פאַראַן צוויי חסרונות, ערשטנס מיינט מען אַז מ'מיינט דאָס ניט עם. צווייטנס, מיינט מען אַז מען מיינט דעם זולת. און אין פרט איז שווער צו ריידן, נאָר מען דאַרף זיך דאָך דערריידן צו אַ טאָלק, מיר דאַרפן אַ ענין ניט פאַרוואָלקענען אין ניט פאַר'כשר'ן, מאַכן עם ריין, מען דאַרף זיך דערריידן צו די אמת'דיקייט פון דער זאַך, צו די טהרת הענין.
סומיט וואָס הייסט מען חסידים? צי מיט דעם וואָס ער שטייט אויף 9 אַזייגער און גייט אין וואַסער און שטעלט זיך דאַוונען האַלב עלף און דאַוונט ביז האַלב דריי, מיט דעם איז ער אַ חסיד? ער דאַרף אויפשטיין אין דער צייט, ניט שפעטער פון זיבן, און דאַוונען אין דער צייט, און ניט לייגן זיך שלאָפן ניט אָפּגעלערנטערהייט אַן ענין. און אויב ניט מיט וואָס הייסט מען חסידים? צי מיט דעם וואָס מ'טוט אַ טובה אַ אידן, מיט אַ ביסל משקה און מיט אַ טאַנץ איז ער אַ חסיד? די טובה איז אַ טובה, די ביסל משקה איז אַ זאַך און דער טאַנץ איז אַ זאַך, און ער איז אַ גאָרנישט. ער טראָגט אַ זופּיצע מיט אַ גאַרטל, און וואָס טוט זיך אונטן ווייס קיינער ניט.
סזמ'קאָן ניט ריידן וועגן פרטים, וואָרום אפילו אַ חטא מפורסם שטייט אין שו"ע אַז אסור להתוודות ברבים46, אָבער מען דאַרף דאָך ריידן די אמת'קייט פון דער זאַך, מ'דאַרף דאָך זיך ניט נאָרן, מ'נארט דאָך קיינעם ניט, כמו שאמר אדמו"ר האמצעי47: אַז מען נאַרט קיינעם ניט, דעם אויבערשטן נאַרט מען דאָך אודאי ניט, און דעם צווייטן נאַרט מען אויך ניט (וואָרום דער אַנדערער ווייס אויך), וועמען דעןזע — זיך אַליין, אַ קונץ אַ נאַר אויס נאַרן. מען דאַרף דאָך אַ ענין ניט פאַר וואָלקענען און ניט פאר'כשר'ן, מיט וואָס פאַר אַ העזה רופט מען זיך אָן חסידים, אַז ער מיט זיינע מדות איז גאָר מבזה חסידים.
סחלה"ר רכילות שקרנים, נאָר ער האָט אַ ראי' אַז ער איז אַ חסיד, וואָרום צו שטופּן זיך איז ער דאָך דער ערשטער, ווער בעט דיר שטופּן זיך? ווער דאַרף דיר דאָ האָבן? די אַרומיקע קענען דאָך מיינען אַז דאָס איז אַ כת שקרנים אַז מען גייט און מען דרוקט ליגנס. נאָר דאָס דאַרף דאָך ניט זיין קיין מניעה צו ריידן וועגן דעם עיקר הענין.
סטאַרויס טרייבן קען מען זיי דאָך ניט, מדחה זיין אַ אידן טאָר מען ניט, עס איז דאָך אַ אידישע שטוב, ווער עס וויל קען אַריינגיין. נאָר דאָס דאַרף אונז ניט זיין קיין מניעה צו ריידן וועגן דעם ענין, נאָר צו ריידן די זאַך באשר הוא קען מען ניט, נאָר מען דאַרף אָבער די זאַך ניט פאַרוואָלקענען, מען דאַרף קוקן אויף דעם אמיתית הענין.
עמיט וואָס זייט איר חסידים, ניט געדאַוונט ניט געלערנט, מער ניט אַז עס ווערט ניט גוט קומט מען צו גיין שרייען אַי אַי אַי48, וואָס פאַר אַ שייכות האָסטו צו מיר. מען קען אים העלפן מיט אַ קאַפּיטל תהלים, מיט אַ קרעכץ, גלאַט מיט דעם וואָס די האַרץ איז טוט וויי, זאָל אים דער אויבערשטער העלפן עם זאָל זיין גוט און די האַרץ זאָל זיין געזונט.
עאט. יונגעלייט: באַ אייך הויבט זיך אָן רייסן די שטריקלעך. דער זיידע פלעגט זאָגן אַ משל, אַז איינער קומט קויפן סחורה — מעל, זאַלץ אָדער צוקער, איז סחורה גיט מען אויף באָרג אָן געלט, אויך כלים באָרגט מען, נאָר שטריקלעך דאַרף מען האָבן אייגענע. אַז אַ קאָמיסינער קומט קויפן סחורה, גיט מען אַלץ אויף באָרג, נאָר אויב ער איז אַזוי פיל אָרעם, אַז קיין שטריקלעך האָט ער אויך ניט, איז דאָס גיט מען ניט, ביסט קיין קונה ניט.
עביונגעלייט, באַ אייך הויבט זיך אָן ווערן שלייף די שטריקלעך דער "חבל נחלתו"49, וואָס מען איז דאָך עתיד ליתן דין וחשבון, וואָס דער "סוּד"*49 איז דאָך אַ אַנדערער, וואָרום ער איז דאָך אַ סאָלדאַט, און אויף אַ סאָלדאַט איז אַ "וואָיענער סוּד"50, עס איז דאך אַ מרידה אין כללית. . .
עגער טראָגט אַוועק חסידות שלא במקומו, ווער האָט אים געגעבן רשות, דאָס איז ניט אַ מרידה אין חוקי המדינה, נאָר דאָס איז אַ מרידה אין כללית.
עדאיז דער וואָס וויל האָבן אַ שייכות דאַרף זיין דער ענין פון ושב ורפא כו'51, איז אויף דעם עבר וועט מען אים שיינקען, וואָס באמת איז סוף כל סוף וועלן זיך אַלע אומקערן, כי לא ידח ממנו נדח52, נאָר דער אויבערשטער זאָל העלפן אַז ס'זאָל זיין בחסד וברחמים.
עה[ואמר אחד: עס פעלט ביי יונגעלייט גשמיות.
עווהשיב:] דאָס איז דעם אויבערשטנ'ס געשעפט.
עז[ואח"כ אמר אחד, הלא קשה לקיים מקוצר רוח ומעבודה קשה.
עחוהשיב:] אין דעם קוצר רוח רעט מען דברים בטלים אויך.
עטאַז מ'רעדט אַ דבר השכלה איז אויף איין וואָרט זאָגט מען נאָך צען ווערטער, וואָס די צען זיינען שולל פון דעם איין וואָרט, וואָרום שכל איז דאָך אור עס ווערט דאָך ליכטיק, נאָר די אותיות איז אויף צו שולל זיין, אַז ניט דאָס האָב איך געמיינט, כמו"כ הוא במדות, מיר זיינען אָרעם אין ווערטער.
פי. חס לי לזרעי' דאבא, צו ריידן אַ העדר לימוד זכות על ישראל, וואָרום די לעצטע ווערטער וואָס דער טאַטע האָט מיט מיר גערעדט קודם הסתלקותו — וואָס איך בין געווען זיינער אַ בן יחיד — האָט ער מיט מיר גערעט וועגן תמימים. ממילא חס לי לזרעי' כו' צו ריידן אַ העדר לימוד זכות אויף אידן, און כש"כ תלמידים וואָס זיינען בנים.
פאבין איך מודיע מיט אַ תוקף, אַז דאָס איז ניט קיין העדר לימוד זכות כו'.
פבאי לזאת דער וואָס וויל האָבן אַ שייכות צו דעם אילן, און זיין ענפים פון דעם אילן, יתבררו ויתלבנו הדברים, שיקבל ע"ע בקבלה גמורה מדות חסידות וחברות, ואז יתן השי"ת השפעה מרובה בגו"ר, ואם לא, האָט ער צו אונז קיין שייכות ניט, ער איז אָפּגעזאָגט פון חברה, אָט ווי מען זאָגט אָפּ אַ בר מינן פון אַלע חברות, זאָל ער זיין געזונט און שטאַרק, נאָר צו אונז האָט ער קיין שייכות ניט, מער ניט וואָס ער איז מגזע החסידים.
פגאי לזאת בין איך מצוה, אַזוי ווי איך בין דאָך אַ מנהל פועל*52, און בתואר ווי מען האָט מיך אַוועק געשטעלט, בעט איך, אַז יונגעלייט זאָלן זיך צונויפקלייבן, יתבררו ויתלבנו הדברים, אַז מען זאָל אויף זיך מקבל זיין מיט אַ קבלה גמורה מדות חסידות וחבירות, אויפשטיין זיבן אַ זייגער, עס זאָל קיין שלאָף ניט נעמען ניט אָפּגעלערנטערהייט אַ ענין, בין בחול בין בשבת, שבת בראשית יעשו קידוש, ויתבררו ויתלבנו הדברים, שיקבלו על עצמם בקבלה גמורה, און יעמולט וועט ער האָבן אַ שייכות.
פדלחיים, יתן השי"ת שיהי' שנת אורה שנת תורה.
פהאַז שמחת תורה וואָלט געווען אַלע טאָג, און איין טאָג אין יאָר חול, וואָלט געווען גוט, אָבער אַז שמח"ת איז איין טאָג, און י"ט כסלו איז איין טאָג, און פורים איין טאָג, איז דאָס ניט מספיק. נאָר מען דאַרף דאָך אַז עס זאָל יע מספיק זיין, דאַרף מען זען אַז דאָס אַלץ וואָס מען האָט גערעדט זאָל זיך דערהערן אין אַ פנימיות, און עס זאָל פועל'ן אויף אַ גאַנץ יאָר.
פויא. השי"ת יתן לכאו"א השפעה מרובה אין גשמיות וועט ער דינגען אַ מלמד לערנען מיט דעם אינגל חאָטש אין דער טיר וכו' ער וועט קריגן ווייל ער וויל מיט אַ אמת. ער וועט געבן אַ רובל אויף משקה — משקה נעמט דאָך אַראָפּ עכרורית53.
פזיב. החסיד ר' חיים דובער מקרעמענטשוג54 הי' משכיל נפלא, און ער האָט געהאַט אַ גרויסע קאָפּ, די הפלאה זיינע איז געווען גרויס והי' עמקן גדול.
פחדער שווער55 האָט מיר דערציילט56: פעם בא ר' חיים דובער לקישינוב לקנות יין, איז ער פאַרפאָרן צום סוחר, והסוחר לא הי' בביתו. האָט ער זיך פאַרטראַכט אין אַ ענין.
פטלאח"ז בא הסוחר, ושאלו: וואָס מאַכט ר' חיים דובער? ולא השיב לו מאומה. הסוחר לא הבין מה זאת מפני שלא הי' לו חוש בהעמקה, ולא הבין בזה מאומה. ואחר עבור זמן מה, שאל ממנו עוד הפעם ויענהו (רח"ד) כהוגן. ושאל רח"ד את הסוחר: וואָס הערט זיך אין קישינוב? ואח"כ שאל ממנו איפה המים והראה לו. ושאל רח"ד בתמי': מה נשתנה הסדר (מפני שאצלו בביתו הי' עמידת המים בצד אחר)? והוא, מפני גודל ההעמקה שכח שאינו נמצא בביתו, וידמה שנשתנה הדבר.
צואמר כ"ק אדמו"ר: כשהייתי צעיר, שמעתי שבקרעמענטשוג יש משכיל גדול שאינו יכול להתפלל בלא צארשקע משקה, לקח משלו, או לפעמים אסף וקיבץ מעות על זה. אָט ווי עס איז געווען באַ זיי די שפראַכע, די קרעמענטשוקער אויסשפראכע די איידעלע שפּראַכע וואָס עיקם הכתוב, און די פרנסה איז געווען וואָס ער איז דאָך גלייך געוואָרן שיכור האָט ער שוין געלערנט אַ פרק משניות ופרק תניא און דאָס האָט גע'פועל'ט אויף דעם אַנדערן אויך.
צאיג. אַ איד דאַרף זען פּועל'ן אויף דעם אַנדערן אויך.
צבאיך האָב געהערט57 פון ר' גרשון בער'ן58
צג— ער פלעגט שטאַמלען בשעת הדיבור, פלעגט ער צוהאַלטן באצבעו לתוך פיו להקל מעליו את הדיבור —
צדהלא דרכי' דרכי נועם כתיב59, פאַרוואָס איז מצוה הראשונה בתורה פרו ורבו? אלא הענין הוא, אַ איד דאַרף זען מאַכן נאָך אַ אידן. און דאָס ווערט דורך משקה, משקה פועל'ט אַראָפּצונעמען די עכרורית. ווי די נאוואדנעניע60 האָט אַראָפּגעשוויינקט מעשה בני אדם און עס איז נתגלה געוואָרן מעשה אלקים. און אַזוי איז משקה נעמט אַראָפּ די מעשה (מלאכה פון) בני אדם וואָס מענטשן האָבן גע'מלאכה'ט נעמט משקה אַראָפּ.
צהיד. אין חסידות61 רעדט זיך אַז אכילה איז אַ תענוג מורגש. כידוע מהגילוי דלעתיד לבא, העלי' הראשונה הוא העונג הבא במורגש, והו"ע סעודת שור הבר ולויתן62. והעלי' הב' הוא העונג הבלתי מורגש, והוא סעודה הג'61.
צופאַרוואָס יאָגט מען זיך, והראה על הקאמפאט, און נאָכדעם ניט.
צזעס איז דאָך רעכט אַז מען זאָל אָפּשלאָפן צו חסידות 7 שעה או שעה או חצי שעה און מען גייט אַוועק אין ליידיגען, און מען נעמט גאָרניט פון די חסידות, ניט קיין עבודה ניט קיין השכלה.
צחמהיום והלאה דאַרף מען זען אַז פון חסידות זאָל מען נעמען אַ ענין אויף צו טאָן, וועט דער אויבערשטער העלפן אויף אַ פולע וואָך, ער וועט ממלא זיין עניניו בכל השבוע.
צטטו. כ"ק אדמו"ר אמר: לחיים, יתן השי"ת שכל השמחות הישועות והנחמות שנמשכים בהושענא רבה ושמע"צ ושמח"ת מצד החסד עליון, זאָל נמשך ווערן אין אַ פנימיות בכל או"א מישראל בכל מקום שהם און השפעה מרובה ברוחניות וגשמיות, און עס זאָל אַראָפּ געהן אַלע מניעות ועיכובים אויף תורה. אכי"ר.
קהשמטה
קאבענין ההוכחה63 [חסר]: כשהעבודה הוא בעצמו אז הוא באופן אחר. כמו עד"מ אַ שריפה, אַז בשעת דאָס איז באַ זיך איז דאָס גאָר באופן אחר. כידוע די מעשה פון דעם איידעם הטיפש, כשהי' שריפה אצל חותנו, שלחהו חותנו לשכנו לבקשו לבוא לעזרו ולסייעו לכבות את הדליקה. כשבא להשכן נתן לו (השכן) לשתות טיי, וישתה. ואח"כ שאלהו השכן: מה נשמע? ויענהו, שחותנו שלחהו לבקש ממנו שיבוא לעזרו לכבות את הדליקה...
קבודאי ענין המתינות הוא טוב, אבל צריכים לדעת באיזה זמן, כי לא בכל עת הוא טוב. אלא שבטפשים לא עסקינן.
קג[ובאמצע הדברים דיבר עוה"פ בענין ההוכחה:] הרבה פעמים יכול להיות שיצא מזה קלקול. כשיוכיח אותו, ישאלהו מאין אתה יודע זאת מפני שאחר סיפר לך, ומאין יודע האחר. וכשהענין הוא אצלו באמיתית, אזי הוא מטכס עצה איך להוכיחו שלא יבא לטענה כזאת.
קדוהב' כשרואים את האמת אזי ממילא מתבטלים מזה, כמו למשל כשרואים אור גדול סוגרים העינים מעט מעט מפני שאין יכולים להסתכל בבת אחת [והראה כך על עיניו הק'], וכמו"כ הוא כשרואים את האמת, והאור גדול, ממילא מתבטלים מזה.
קהבענין מה שאמר64 איך נטהר הליצנות. . . אמר שזהו ע"ד כמו שיכולים לטהר השרץ בק"ן טעמים65.