Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Sefer HaSichos Rayatz· 5680 to 5687· Sefer HaSichos 5686· Acharon Shel Pesach 5686ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ· תר"פ-תרפ"ז· ספר השיחות תרפ"ו· אחרון של פסח· תרפ"ו[ednref_1_*]
אאחרון של פסח, תרפ"ו*
א. אדמו"ר הצ"צ נ"ע שלח את בנו אדמו"ר מהר"ש עם. . . לפּעטערבורג וצוה להם שיסתכלו בהדרך — זיי זאָלן זיך אַרום קוקן — ובבואם על גשר "טראיצק" ראו איש אחד מיחד יחודים,
א. אדמו"ר הצ"צ נ"ע שלח את בנו אדמו"ר מהר"ש עם. . . לפּעטערבורג וצוה להם שיסתכלו בהדרך — זיי זאָלן זיך אַרום קוקן — ובבואם על גשר "טראיצק" ראו איש אחד מיחד יחודים,
בואמר כ"ק אדמו"ר: אדמו"ר הצ"צ האָט געוואוסט וואו זיי זיינען, און דער זיידע1 האָט געוואוסט וואו צו קוקן.
גדעם אויבערשטן איז גוט ער קוקט דאָך מלמעלמ"ט און ווי אין פנימיות איז, און בפרט אַז עס איז דאָך מלא כל הארץ כבודו*1, און אין פנימיות איז יעדערער גוט, און קוקענדיק אויף דעם צווייטן איז נאָך אויך נשקשה וואָרום יענעם דאַרף מען רעכענען אַז ער איז כדבעי למהוי, נאָר קוקענדיק אויף זיך — ווי יעדערער ווייס דאָך נגעי לבבו — און פון זיך קען מען פאַרשטיין אויף דעם צווייטן אַז דער אַנדערער האָט אויך פּעקלאך אָט דאָ ווערט ניט גוט, נאָר בכלל אידן [זיינען] אַ גישמאַקע זאַך.
דב. כשישבו אצל השולחן אמר כ"ק אדמו"ר שנמצא בהמכתבים2 שקנה אותם רש"ג3, שאצל הבעש"ט הי' נהוג קידוש באחרון של פסח4, ואחריו התנהג כן הרב המגיד וגם אדמו"ר הזקן בשנים הראשונות התנהג עד שנת תקנ"ו שמאז התחיל התחלה פון חסידות, דאָס הייסט חסידות אין השגה.
הסיפר אחד שבמקומם אצל החסידים דפולין ג"כ נהוג הקידוש והוא נמשך עד השעה השמינית בלילה.
וואמר כ"ק אדמו"ר: מער ניט ביז אַכט אַזייגער באיי דער נאַכט? דעם בעש"ט'ס קידוש איז דאָך אַ קידוש ביז איבער אַ יאָר ערב ר"ה, וואָרום וואָס איז דעם בעש"ט'ס קידוש, אויף לקדש את העולם.
זדער אלשיך איז גאָר אַ פשטן, רעדט ער דעם גאַנצן סדר פון פסח ווי דאָס איז אין עבודה אין כחות הנפש זאָגט ער אויך אַז דער קידוש פון פסח איז ניט גלייך צו דעם קידוש פון אַ גאַנץ יאָר פון שבתות ויו"ט.
חנאָר דעם בעש"ט'ס קידוש איז אויף לקדש את העולם, ווי עס שטייט פאַרשריבן בכתבי הצ"צ5 אַז אַ נדר איז ניט חל עד שיתפס בדבר הנדור6 והאידנא איז חל בכל דבר, וה"מ לאחר התגלות הבעש"ט בעולם, ווייל דער בעש"ט האָט מקדש געווען את העולם דערפאַר קען שטיין דעם בעש"ט'ס קידוש ביז איבער אַ יאָר.
טדער צ"צ פאַרגינט זיך צו זאָגן אויף דעם פסוק7 "איש כי תשטה אשתו", טייטשט ער אַזוי, "איש" איז עצם הנשמה "כי תשטה" איז הארת הנשמה המלובשת בגוף, וואָס תכלית העבודה איז עבודה בפנימי', "ומעלה בו מעל" — אַז ער וויל נעמען אלקות אין השגה, ער וויל פאַרשטיין די טעמי המצות, "ונסתרה גו' והיא לא נטמאה"8 — איז אויף דערויף פאַראַן אַ דין ומשפט צי פון אַ ריבוי חקירות איז ער ניט אַריינגעפאַלן אין שכל אנושי.
יג. יש בכתבי מהר"ש בד"ה "מים רבים"9 אַז ניט די כוונה איז אַז מען זאָל ניט זיין אין עסק, נאָר זיין אין עסק, נאָר מען זאָל וויסן אַז דער עסק איז אַ ציווי הוי' דאָס הייסט צוותא וחיבור10 צו שם הוי'.
יאאַז אַ איד וואָלט וויסן וואָס טוט זיך אָפּ דורך זיינע אַ פּעולה טובה אָדער אַ מחשבה טובה וואָס גאַנץ סדר השתל' וואַרט אויף דעם, פרצוף הראשון דא"ק האָט דאָס קיין מאָל ניט משיג געווען, ער האָט דאָס ניט געהאַט און ער וועט דאָס ניט האָבן.
יבעס דאַרף ניט פאַראַרן וואָס מ'האָט פאַרמאַכט אַ שול אַ ישיבה, דאָס דאַרף זיין נוגע צו די גדולים, גדולי ישראל, איך בין מחויב פאַרענטפערן דעם אויבערשטן? דאָס איז העלם העצמי דא"ס, איך דאַרף זיך פאַרענטפערן פאַר טיטוס'ן וואָס גידר כו'11?
יגנאָר אויב אַז עס ווערט איינג אין קאָפּ מחמת דעם הסתר פון גוף דאַרף מען זיך דערמאָנען אויף די אַמאָליקע צייטן אַז עס איז געווען גוט אויך.
ידבשעת אחז — וואָס "למה נקרא שמו אחז שאחז (סגר) בתי כנסיות ובתי מדרשות" כמ"ש בגמרא ומדרש12 — האָט געזאָגט "אם אין קטנים אין גדולים אם אין גדולים אין תלמידים וכו'"12, האָט דער אויבערשטער געענטפערט "ושאר ישוב בנך"13, וויבאַלד עס איז פאַראַן איין איד וואָס לערנט און דאַוונט, האָבן זיי נאָך ניט אָנגעהויבן צו טאָן. ובפרט אַז עס איז פאַראַן אַ פולע אידן וואָס לערנען און דאַוונען.
טונאָר פון איין זייט ווערט ניט גוט וואָס דער מיטעלער רבי שרייבט14 אויף דעם פסוק15 תיסרך רעתך אַז פון ריבוי מח"ז ווערט אַ מנגד, איז עפעס פּאמענטנע עס זאָל זיין אַזוי פיל מח"ז באַ אידן אַז זאָל זיין אַ מנגד.
טזד. אויף איינע פון די שאלות וואָס מען האָט געפרעגט דעם אלטן רבי'ן (בהיותו במאסר) האָט ער זיך פאַנאַנדער געלאַכט16. דאָס איז אַז מען קריכט גאָר אַריין אין די געדיכטע, דאָ דאַרף זיין דער אל תען כו'17.
יזדאָס איז שוין צו די וואָס זיינען שייך צו ענטפערן, נאָר אַזוי בכלל דאַרף זיין דער "אל תען", אויב ער קריכט אַריין — יע ענטפערן איז ישקני, דאָס איז שוין די השכלה פון דעם, נאָר מיט אַ רוחב הפה און מיט אַ כוסף הלב אָט ווי אַ בעל חוב קומט מאָנען וואָס עס קומט גאָרניט, איז איינס פון די ביידע: אָדער געבן טריעריע, אויס פּאַצען, עם אַרויס פירן פון שטוב, אָדער גאָרניט ענטפערן.
יחה. ווען מען וואָלט וועלן השגה וואָלט מען איצט אַראָפּלאָזן משה מיט אהרן, מיר זיינען נשמות פון עקבתא דמשיחא, מיר זיינען פּיאַטעס פון עקבתא דמשיחא, דאַרפן מיר טאָן די זאַך פון אַ פּיאַטע.
יטכ"ק אדמו"ר סיפר מאחד שהי' חולה והכירו הרופאים פיאטנע בהעקב שלו, וחששו מאד למחלתו שזה הי' נוגע במוח הדעת, יכול להיות כמו כל האדם אך שיכול להיות סילוק מוח הדעת, אך בעזרת השם קם ממחלתו ב"א.
כאַמאָל אַ פּיאַטע איז נוגע אין קאָפּ, אַ פּיאַטע קען גיין אין בלאָטע, אויפן פנים אַז עס ווערט אַ פלעק איז ניט שיין, נאָר אויף אַ פּיאַטע שאַט ניט, נאָר מען דאַרף זען אַז די פּיאַטע זאָל זיין אַ ריינע וועט ממילא ווערן גוט אין קאָפּ.
כאעבודה ע"פ השגה איז דאָך אַז איך פאַרשטיי דערנאָך טו איך. נאָר די זאַך פון חסידות איז ניט אַזוי, מען זאָל פאַרשטיין און נאָכדעם טאָן נאָר מען דאַרף טאָן, און אַז מען טוט העלפט דער אויבערשטער אַז מען פאַרשטייט וואָס מען טוט.
כבדער טאַטע האָט געזאָגט אַז די עובדים זיינען מער משיגים פון די בעלי השגה וואָס זיי מיינען אַז זיי זיינען משיגים.