Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5680 to 5687·Sefer HaSichos 5686·Simchas Torah 5686ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תר"פ-תרפ"ז·ספר השיחות תרפ"ו·שמח"ת·תרפ"ו

אשמח"ת, תרפ"ו
א. [כ"ק אדמו"ר אמר לר' יצחק1:] מ'דאַרף סטראָייען2 אַ נייעם חב"ד, חסידים איז פאַראַן אַסאַך, נאָר מ'דאַרף סטראָייען אַ נייעם חב"ד. דו ביסט דאָך אַ שד"ר, פאָרסט דאָך אויף דער וועלט, בין איך דיר מכריח מאַכן א צעטל פון אידן וואָס ווילן זיין מקושר צו עצמות דורך אַ וואָרט פון תורה, קיין נפקא מינה ניט צי אידן וואָס האָבן געלערנט חסידות צי ניט.
בב. וואָס איז נוגע אַ שניי אַ רעגן צו הנחת תפילין, אַז איינער הוקעט און הוסט דאַרף ער וואַרטן עס זאָל אַרויס די זון, וועט ער גיין אין גאַס, אָבער אין שול איז דאָס ניט נוגע, אויף תורה ומצות איז ניטאָ קיינע העלמות והסתרים, עס איז מער ניט ווי אַ נסיון. כמו שמספרים3 על אדמו"ר הזקן נבג"מ זי"ע, כשבא לפּעטראָפּאַוועלסקין קרע­פּאָסט כשנכנס לשם היו יושבים שריי­בערס מיט שרייבערינס, ונכנס מיט טו"ת אונטערן האַנט, מיט אַ לאַנגע זופּעצע, והם שמעו שהביאו מורד במלכות, והתפלאו האם איש כזה הוא מורד במלכות, אח"כ כיוון א"ע לצד מזרח והניח הטלית על כתיפו ובדק הציצית, ואח"כ הניח הטלית ותפילין, וכשהניח השל ראש כיוון בידיו שיהי' במקומו, ועמד לנגד מי שישב שם, איז ווער עס איז געזעסן האָט זיך ניט געקענט שטעלן, און ווער עס איז געשטאַנען האָט זיך ניט געקענט זעצן, כפי מה שאמרו חז"ל4 עה"פ*4 וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך ויראו ממך — אלו תפילין שבראש.
גאיך דערצייל אַ מעשה וואָס איך האָב אַ יסוד אָדער בקבלה. אַמאָליקע חסידים פלעגן דערציילן אַזוי, וואָס זיי האָבן דאָס געטאָן כדי להציל את הנפש זאָלן זיי האָבן אַ ליכטיקן ג"ע, פונדעסטוועגן זאָל דער אויבערשטער געבן ס'זאָל זיין מיט אַ אַרשין5 נעענטער צום רבי'ן.
דג. לחיים, יתן השי"ת שהטוב המופ­לא שנמשך בר"ה יהי' בפועל בבני חיי ומזוני, בני — כפשוטו, חיי — שיחיו באלקות, ומזוני רויחא — היינו שלא יהי' שום העלם והסתר על אלקות, שלא יהי' שום טרדת הפרנסה, אַז די גאַנצע טרדה זאָל זיין ווי מאַכט מען נאָך אַ חדר, נאָך אַ מקוה.
הד. אַ פּדיון אָן תשובה ווערט ניט נתקבל און מ'לייענט עם ניט און ער מאַכט נאָך קאַליע.
וה. מיר זיינען מער מיוחסים ווי אברהם אבינו ע"ה. אברהם אבינו האָט געטאַנצט שמח"ת6 ביזן סטעלע7, און מ"מ האָט מען זיין טאַטן תרח'ן געשמיסן, און מיר און אונזערע טאַטעס און אונזערע זיידעס האָבן געטאַנצט שמח"ת און מיר טאַנצן אויך שמח"ת.
ז[ושאל ר"מ אם הריקוד צ"ל בהרגש שהוא לכבוד שמחת תורה או לאו דוקא? וענה:] עצם הריקוד בלא שום כוונה הוא ענין גדול, אפי' אינו יודע שום כוונה. שמחת תורה דאַרף מען טרינקען בראנפן ביז מ'זאָל די קאָפּ פאַרלירן8.
ח[וסיפר ע"ז מעשה:] פעם, עוד בחיי אאמו"ר נ"ע, לא הי' הקפות מחמת איזה סיבה, ואח"כ אמר לי אאמו"ר אַ טיפן ענין אין חסידות, און אַ ביאור אויף דערויף וואָס עס איז ביי עם דעמאָלט נתחדש געוואָרן — און דער טאַטע האָט געהאַט אַ חוש אין חסידות — ולבסוף אמר לי אאמו"ר: איך וואָלט דאָס אַוועק געבן פאַר אַ טאָפּ שמח"ת צו הקפות, עכ"ל. ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: אַ טאָפּ מיטן פוס טאַנצן שהו"ע גדול.
טו. אח"כ סיפר מעשה מאדמו"ר (מהורש"ב) נ"ע: מיד אחר החתונה שלו*8, צוה לו אביו אדמו"ר מהר"ש נבג"מ זי"ע, ער זאָל זיך אָפּטיילן און עסן פאַר זיך, אויף אַ טישל וואָס האַלט אַזאַ און אַזאַ מאָס, אַזוי פיל די הויך, און אַזוי פיל די ברייט, האָט ער געטאָן אַזוי, און האָט געגעסן אויף דעם טישל זעכצן מיט אַ האַלב יאָר, און ער האָט ניט געוואוסט קיין טעם, ביז וואַנענט ער האָט געלערנט אַ פרי עץ חיים9 וואָס דאָרטן האָט ער געפונען דעם טעם, און דעם פרי עץ חיים האָט ער פריער אויך געלערנט עטלעכע מאָל.
יז. דער טאַנץ פון שמח"ת קען זיך אָפּרופן אין צוויי חדשים אַרום, ער קען גאָר שטיין אין אַ ווינקל, וועט ער זיך דערמאָנען אויפן טאַנץ.
יאח. באַ אברהם אבינו אויפן האַלדז איז געהאַנגען אַ מרגלית, וואָס כל חולה שהי' מביט עלי' הי' מתרפא10. וואָס חולה איז בגימט' מ"ט11, ד.ה.12 דער וואָס איז געווען אפילו אין מ"ט שערי טומאה ר"ל, האָט אויף אים אויך גע'פּועל'ט.
יבט. אַ בעל עסק האָט ליכטיקע אויגן און אַ יושב אוהל האָט אַ ליכטיקע קאָפּ, וואָס אַ בעל עסק קען דערזען מיט איינמאָל, דאַרף אַ יושב אהל אויף דעם אַסאַך האָרעווען. נאָר וואָס א יושב אהל דערגייט שוין ביגיעה, וועט דאָס אַ בעל עסק ניט דערגיין אַזוי געך.
יגי. [אמר אחד לחיים, רבי, ברכו לבני שיתן ה' שישוב בתשובה. אמר לו כ"ק אדמו"ר שליט"א:] אספר לכם מעשה13, הרב מבאַרדיטשוב צוה לתלמידיו שלא ילבשו כובע עם קאזיראק*13, מפני שכשמביטים השמימה הוא סגולה ליר"ש, שכך הוא דרך כל ישראל שהוא מביט השמימה ומתוך כך נזכר על השי"ת, וקאזיראק מונע מזה, ע"כ צוה שלא ילבשו עם קאזיראק.
ידפעם אחת יצאה גזירה מהמלך ני­קאָלאַי שילבשו כובעים רק בקאזיראק.
טו— ידוע שהגדולים כשהיו מזכירים את שמו של המלך ניקאָלאַי היו אומרים ימ"ש וזכרו, שכל כוונתו הי' אויף פאַרלעשן דעם פייער וואָס איז פאַראַן באַ אידן, וגם בזה הי' כוונתו להרע לישראל —
טזמה היו עושים, כשהיו הולכים בחוץ היו הולכים בכובע עם קאזיראק והיו מחביאים השטריימלאך, וכשהיו באים למקום שלא היו יראים היו לובשים השטריימלאך.
יזגם בבאַרדיטשוב כאשר יצאה ה­פקודה לבשו כובעים עם קאזיראק. פעם פגע הרב מבאַרדיטשוב חסיד שהי' לובש כובע עם קאזיראק, והי' החסיד שמח מזה. אמר לו אקשה לך קושיא, מפני מה באמצע התוכחה כתיב**13 תחת אשר לא עבדת כו' בשמחה כו', מקודם תוכחה ואח"כ תוכחה: לומר, שאפילו אם נוטים מדרך הישר ח"ו מחמת אונס, אבל שמחה אין צריך להיות מזה.
יחוכך — אמר כ"ק אדמו"ר שליט"א להאיש הנ"ל — שמחה אי"צ להיות מדרך הלא טוב, יתן השי"ת אַז אין גשמיות זאָל אייך זיין גוט, נאָר אייך זאָל קרענקען און ווייטיקן וואָס איר זייט אַזוי.
יטיא. אמר שני טעמים מפני מה ב­חסידות אינם מזכירים תיבת מקרה: הא' מפני שמקרה הוא דבר שחסידים רחוקים ד' אמות מזה. והב' מפני שמקרה הוא תיבת פילוסופיא (אַ פילאָזאָפסקער וואָרט), ובדא"ח אומרים שלא בהזדמנות. ומה שפעם נזכר בדא"ח תיבת מקרה, הוא כדי לברר את התיבה ההיא, שב­דא"ח מתברר.
כאיך היט לשון הרב, באַ דעם טאַטן שטייט אַמאָל מקום הקריאה און אַמאָל שטייט מקום הבימה, דערפאַר האָב איך געזאָגט14 ביידע לשונות — מקום ה­קריאה ומקום הבימה.
כאיב. כ"ק אדמו"ר אמר לר' יחזקאל15 שיקרא כל התמימים שיעמדו כנגדו ש­יראה אותם, והתחיל לדבר אליהם בזה"ל:
כבחייב אדם לומר בלשון רבו*15, זאָלט איר וויסן אַז וואו עס שטייט "חייב אדם" איז ביז מסי"נ ועד בכלל.
כגבשנת תרס"ג בעת שמח"ת כשישבו בהזוית אצל החדר הקטן שבזאַל הגדול,
כד— כך הי' הסדר, שבשמח"ת הי' הישיבה אצל החדר הנ"ל ובי"ט כסלו בזוית אחרת, וזה הי' במכוון הכל בשביל המקבלים —
כהאאמו"ר קרא אותי ונתן לי צנצנת משקה ואמר: הנך מנהל פועל ומנהל בפועל**15, ואמר לי עמוד ותחזיק המשקה ותקרא לכל התמימים לנגדי שאראה אותם.
כו[כ"ק אדמו"ר שאל לכאו"א בפרט איך שמו, ונתן לר' יחזקאל15 משקה, ואמר לו עמוד הנך מנהל בפועל. ואח"כ ראה את יודא16, ואמר: גיי צווישן אַלעמען (שלא הי' עומד בין כל הבחורים), וואַרף זיך אַריין אין פּעקל; איך האָב אַמאָל האָלט געהאַט דעם שווייס דעם קוועטש און דעם שטופּ, דאָס איז דאָך חיות פּנימי, דערפאַר האָט דער אויבערשטער רח­מנות געהאַט אויף מיר און געהאָלפן מיר, איר זאָלט ניט נתפּעל ווערן על אריכות ההקדמה וקיצור הענין, שכך הוא בסדר מדרי' התיקון שההקדמה הוא באריכות, וכמו בתפלה צ"ל תחלה אריכות ההתבוננות ואח"כ מתחיל הודו לה' בפי' המלות, לויבט דעם אויבערשטן].
כזואמר אאמו"ר: ענין קריאת השם "תמימים"17:
כחשם הוא הארה שאינו נוגע להעצם ואינו מורה על העצם, שמהשם אינו יודע העצם18, ואינו דומה למדות, שע"י המדה יכול להיות איזה הכרה בהעצם, ובפרט בשכל שע"י השכל יכולים לידע את האדם, ג' מוחין חב"ד, שהחכמה היא כל הענין בקיצור, ובינה בבחי' אורך ורוחב, ודעת הוא עומק, ויכולים לידע אם הוא בעל חכ' או בינה כו', שהרי זהו הת­כללות הכחות, שהחכמה אין הכוונה רק חכמה לבדה, ויש בזה התכללות בינה ודעת ג"כ, כי החכמה אין הכוונה רק הברקה לבד, כ"א שיש בזה בינה ג"כ, והראי' שהרי נדבקת, וכמו"כ בבינה ודעת כו', אבל מהשם אין לידע.
כטאך כשקוראים בשם המכוון עי"ז הוא המשכת העצמות. וזה הי' ענין קריאת השם "תמימים".
לואמר כ"ק אדמו"ר: וכמו"כ אויף דעם ענין ווי איך שטיי זאָג איך אייך "תמי­מים", בראשונה גיב איך אייך איבער אַ פרישת שלום און אַ ברכה פון דעם מייסד ונשיא המוסד.
לאאיר האָט ניט געזען דעם טאַטן, איך האָב אים געזען — פאַראַן פון אייך וואָס זיינען געווען קליינינקע וואָס האָבן זיך געוואַלגערט באַ דעם וויעטקן19, יהושע'ן20, יחיאל'ן21 — גיב איך אייך איבער אַ פ"ש און אַ ברכה, איר זאָלט זיין געזונט אין גשמיות און זיין מסור ונתון לתורה, מ'זאָל ניט זיין אויסגע­רעכנט וויפל צו לערנען, נאָר אויסרע­כענען וויפל שלאָפן און עסן און די איבעריקע לה'. און די וואָס האָבן אים געקענט, זאָלן באַ זיך חוקק זיין צורתו, הן בעת זיי וועט זיין זייער גוט והן בעת צרה ח"ו*21.
לבועתה נדבר מהענין: עס שטייט22 "כה תאמר לבית יעקב ותגיד לבני ישראל", באַ די אידן איז "תאמר — אמירה רכה"23, באַ זיי בעט מען זיך, אייך איז "ותגיד — דברים הקשים כגידים"23, איז זאָלט איר וויסן אַז איר זיינט אין תומכי תמימים, דער וואָס איז אין די ד' אמות (פון תומכי תמימים) איז ניט בהזדמנות.
לגבשעת דער טאַטע האָט געדאַרפט מייסד זיין תומכי תמימים בשנת תרנ"ז, האָט ער מיר געזאָגט: שוין צען יאָר אַז איך טראַכט וועגן דעם און געוואַלגערט זיך באַ דעם זיידן און באַ דעם טאַטן24.
לדאיר פאַרשטייט, אַ זיידע אַ טאַטע צען יאָר האָט ער געטראַכט.
להפאַראַן גדולים וואָס האָבן געמאַכט ישיבות און לערנען תורה אָן אַ טאַטן און אָן אַ זיידן; דער טאַטע האָט געזאָגט אַז ער האָט ניט געמאַכט תומכי תמימים אויף מגדיל זיין לימוד התורה, תורה האָט ניט געפעלט באַ אידן, עס איז גע­ווען ישיבות. תומכי תמימים האָט מען געמאַכט אַז די וואָס לערנען תורה זאָלן זיין אנשים25.
לוזאָלט איר וויסן אַז איר לערנט אין תומכי תמימים, איז וועגן גשמיות דאַרפט איר אוודאי ניט טראַכטן, איר זאָלט ניט טראַכטן וועגן קיינע תכליתים, מ'האָדעוועט אייך אויף מס"נ, איר זאָלט זיין פּלייצעס אויף וועמען אונטער צושטעלן, איר זאָלט וויסן אַז איר זייט אין פּעקל, באַ די אידן בעט מען זעך, בא אייך איז "ותגיד — דברים הקשים כגידים". בין כך ובין כך זייט איר עלול אויף מס"נ, אפילו די וואָס זיינען נדחה געוואָרן.
לזאויף דעם רבי'ן דערציילט מען, אַז ער האָט געזאָגט אַז דער וואָס האָט זיך געהאַלטן אָן זיין קליאַמקע וועט ניט שטאַרבן אָן תשובה26, דער רבי דער טאַטע האָט געזאָגט27, דער וואָס האָט געגעסן אַ חסידישן שטיקל ברויט כו', וואָס דאָס איז שלח לחמך על פני המים28, ווען וועט דאָס זיין איז דאָס ניט נוגע, מיר איז דאָס יע נוגע, ער וועט זיך אומקערן, טאַנצט ער שמח"ת כו'.
לחאייך האָדעוועט מען אויף מס"נ, עס דאַרף זיין אָן בליטות אָן התפּעלות קאַלטע בראַנד, זיצן דאַרפט איר אין מערב, סדר פון בע"ב מכובדים פּיפּקעס זיצן אין מזרח, און איר דאַרפט זיצן אין מערב, און שרייען ממערב למזרח עס מאַכט זיך עפּעס אַ ענין אַ חדר, אַ מקוה, זאָלט איר שרייען ממערב למזרח.
לט[לאחר שנתן משקה להת'*28, ביקש אחד שיתנו לו ג"כ משקה, וענה לו כ"ק אדמו"ר:] איצטער טיילט מען ניט קיין משקה איצטער איז התקשרות.
מיג. דער וואָס רעכנט אַז די מתנגדים וואָס זיינען געווען פאַרן בעש"ט, זיינען געווען ניט שלם אין קיום התומ"צ, איז טועים הם, אין קיום התומ"צ זיינען זיי געווען שלם, נאָר דער גאַנצער ענין איז וואָס זיי האָבן מדמה געווען את הצורה ליוצרה; עס איז געווען אַמאָל איינער אַ מתנגד, וואָס ער איז געווען בקי אין גאַנץ כתבי האר"י, און אין תניא אויך, נאָר מ"מ איז דאָס געווען ניט גרונטיק. וואָס בד"כ איז באַ חסידים דער עיקר הלימוד גרונטיק.
מאיד. אמר על הסדר דר"ה ויוכ"פ ושמח"ת, משל מאב עם בנו שבראשונה אמר לו: זאָלסט מיך פאָלגן, דערנאָך זאָגט ער אים: האָב פאַר מיר מורא, דערנאָך נעמט ער אים אַרום און גייט מיט אים אַ טענצל; כמו"כ מקודם הוא ר"ה, דאָס זאָגט מען: זאָלסט מיך פאָלגן, ואח"כ יוהכ"פ, דאָס זאָגט מען: האָב פאַר מיר מורא, ואח"כ שמע"צ הו"ע וימינו תחבקני29, וואָס נעמט אַרום און מ'גייט אַ טאַנץ.
מבטו. דודי*29 מהרי"ל30 עשה פעם א' חשבון, ומרוב עמקותו כתב לבסוף ב­מקום הסך­הכל לית אתר פנוי מיני'.
מגטז. מקודם פעלתי שילמדו חומש עם רש"י31 ועכשיו אני צריך לפעול מס"נ, וועמען פּרואווט דער אויבערשטער די צדיקים, זיי פּרואווט ער, אַזוי ווי עס שטייט אין מדרש32, אַ משל פון אַ טעפּער אַז ער ווייזט דעם קונה אַ טאָפּ, ווייזט ער דעם בעסטן טאָפּ אַזאַ וואָס קנאַקט, אַזוי איז אָן וועמען פּרואווט דער אויבערשטער אָן צדיקים.
מדיז. באַ יעדער אידן דאַרף ברענען שבת ביינאַכט פייער, טאָמער וועט ער זיך אויפכאַפּן ביינאַכט זאָל ער עפּעס קענען לערנען.
מהיח. אמר שיפרסמו בשמו בכל כדור הארץ, שזה שקר גמור מה שאינם מני­חים ללמוד בחדרים, דאָס האָבן אונ­זערע שונאים אויסגעטראַכט33.
מואמר לר' ישראל הקצב דנעוול, תלך בכל העיר ותעורר אותם, כמו יונה שהלך בכל נינוה שכתוב שם "ויקם יונה וילך אל נינוה גו' ונינוה היתה עיר גדולה לאלקים מהלך שלשת ימים"34 — ע"פ קבלה איז פאַראַן אַ רמז וואָס "שלשת ימים" איז, נאָר דער ענין פון "ובהמה רבה"35 איז: ידוע36 אַז עס איז פאַראַן ב' מיני נשמות, זרע אדם וזרע בהמה, איז דער פשט "ובהמה רבה", ער זאָל פּועל'ן אפי' אין נשמות פון זרע בהמה.
מזפון וואָס איז געוואָרן נעוול אַ חסידישע שטאָט, ניט פון חסידישע רבנים און פון שוחטים, עס איז דאָרטן געווען דריי מלמדים חסידים ר' מיכאל מיט נאָך צוויי, וואָס איינער פון זיי איז געווען אַ מוליער און מיכאל איז געווען זיין פּאמאָצניק37, איינמאָל האָבן זיי גע­בויט אַן אויוון, דעם הימל פון אויבן, האָבן זיי זיך פאררעדט ביז יענער האָט פאַרבויט מיכאל'ן אינווייניק, האָט מען געדאַרפט צוברעכן דעם גאַנצן אויוון.
מחיט. הגם איך האָב איצטער ניט גענו­מען אַזוי פיל משקה, איך זאָל קענען ריידן אָן צמצומים, נאָר דאָס איז דאָך ידוע אַז תר"פ איז געווען שלא בעתו וזמנו.
מטכ. לקח משקה ואמר לרי"צ: יתן השי"ת איך זאָל זען אלקות במוחש, דעם זיידן במוחש, דעם טאַטן במוחש, און די אַלע ענינים וואָס מ'שטעקט מיר אַריין, זאָלן מיר ניט מבלבל זיין.
נ[באמצע הדיבור כשהי' מדבר הת­חילו לדבר באיזה מקום, ואמר כ"ק אדמו"ר שימנעו מלדבר וישתקו, ואמר אחד שהנשים מדברים בהאסטאלאווע ובפה אינם מדברים, וענה: איך וויל מ'זאָל אין סטאלאווע אויך ניט ריידן, איך צאָל פאַר דער סטאלאווע אויך דירה­געלט, באַ מיר איז געוואַשענע געלט, איז וויל איך טאַקע מ'זאָל ניט ריידן].
נאכא. בדרך כלל דאַרפן אידן ניט קיין נסים, פרעה האָט געדאַרפט נסים, באַ אידן שטייט38 "ויקדו וישתחוו", זיי דאַרפן קיין מופתים ניט, נאָר טאָמער דאַרף איינער אַ אות ומופת דאַרף מען אים געבן.