Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5680 to 5687·Sefer HaSichos 5687·Purim 5687ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תר"פ-תרפ"ז·ספר השיחות תרפ"ז·פורים תרפ"ז

אפורים תרפ"ז
א. מען דאַרף נעמען משקה און זיין בשמחה. דער יצר הרע געפינט אומעטום אַן אָרט, בעת השמחה אומר שצריך להיות במרירות.
בעס קען זיין אַז די היינטיקע משקה וועט מען דאַרפן מאָרגן רייבן מיט אייזערנע בארשטן, וואָרום עס קען זיין דערפון אַ התפעלות המדות, התנשאות, גסות, מען קען אויסריידן אַזעטיקע דיבורים וואָס מען דאַרף ניט, וואָרום עס איז דאָך ניט ע"ד "ויבא משה בתוך הענן"1, וואָס דאָרטן איז גאָרניט געווען קיין פסולת. דאָס (המשקה) איז דאָך גשמיות, וועט מען דאָס דאַרפן מאָרגן רייבן מיט אייזערנע בארשטן. אָבער היינט דאַרף מען נעמען משקה.
גשמעתי מאאמו"ר זצוקלה"ה נבג"מ זי"ע אַז דעם כח א"ס שבנבראים יכולים הכל לראות, כידוע מענין ההולדה2. וכמו"כ בהגרעין רואים כל מה שיצמח ממנו אח"כ, האילן וענפיו ופירותיו ועליו ופירי פירות, הכל רואים בה­גרעין. וזה יכולים הכל לראות. אבל הכח א"ס אין פאַראַיאָריקע בולבע וואָס פון דעם איז געוואָרן די משקה, זה אין הכל יכולים לראות.
דב. אח"כ נתן כ"ק אדמו"ר משקה לא', ואמר לו: נעם אַליין און גיב לייטן. והביט עליו וראה שנותן לאחרים וב­עצמו אינו לוקח. ואמר לו:
הידוע ההפרש בין מעבר להתלבשות3, שמעבר נקרא מה שמקבל זה נותן בלי הפסק, אבל התלבשות נקרא שמתחילה מקבל בעצמו ונתעכב אצלו, ואח"כ נותן אל הזולת.
ובאַ חסידים דאַרף זיין התלבשות. ווי עס קען זיין אַזעטיקע וואָס מען רעדט מיט זיי קירוב, ובאמת איז ער אַ פּאַרך, נאָר וואָס זאָל מען טאָן, אַזוי וועט ער גאָר נתרחק ווערן. און עס איז פאַראַן אַזעטיקע וואָס מען רעדט מיט זיי דברי ריחוק, ובאמת איז ער שענער פאַר אַ אידן וואָס לערנט אַ גאַנצן טאָג. דאָס איז התלבשות.
זפריער דאַרף מען נעמען אַליין און דערנאָך געבן דעם צוויטן.
חב. [הי' שם השוחט מפיראטין, ואמרו לכ"ק אדמו"ר שהשוחט לומד לקו"ת בבית המדרש אחד, והשמש דשם לומד בעוד בית המדרש. ואמר השוחט: דער שמש איז שענער פאַר מיר.
טואמר כ"ק אדמו"ר:] מפני שלמד בתומכי­תמימים. נאָר דער שוחט דאַרף האַלטן אַז דער שמש איז שענער, און דער שמש דאַרף האַלטן אַז דער שוחט איז שענער, ושניהם ביחד צריכים לראות אַז די בעלי בתים זאָלן זיין שיין.
יד. כ"ק אדמו"ר אמר לאלכסנדר (אהרן בן בער) [נכד ר' זלמן4 שהי' נכד אדמו"ר האמצעי]: פעם אחת5 דיבר אאמו"ר נ"ע זי"ע אודות אדמו"ר האמצעי נ"ע זי"ע, ואמר: "אנכי עומד בין הוי' וביניכם גו' להגיד לכם גו'"6 — "להגיד" לשון נהר דינור נגד ונפק7, וזה הי' אדמו"ר האמצעי נ"ע זי"ע.
יאואמר כ"ק אדמו"ר: כאשר שמענו את זה, נעשה אצלינו בעלאגאראצקער ברוחניות [וכ"ק אדמו"ר הראה על עצמו שהתחיל להרתיח מהעקביים עד הראש]. ואאמו"ר נ"ע הראה אז על ר' זלמן, ואמר שזהו נכד של "אנכי עומד בין הוי' וביניכם".
יבואמר כ"ק אדמו"ר לאלכסנדר: ואתה נכד של ר' זלמן, יתן השי"ת אַז הן די ענינים וואָס דיר פאַר אַרט ווייל דו ביסט זיי מרגיש, שתתקן אותם. גענוג זיין באַ יענעם, טוב פת חרבה ושלוה, שוין צייט צו זיין אַליין אַ בעה"ב.
יגה. כ"ק אדמו"ר אמר לחיים אמסטיס­לאווסקי: דער טאַטע האָט אויף דיר אַ קוק געטאָן8 — האָט דאָס דיר אַ טובה געטאָן, און דיינע קינדער ובני בנים וכל בני ביתך.
ידהראי' של הצדיק פועל הרבה9.
טועס איז פאַראַן אין קרעמענטשוג אַ סאַך ווי איר, גאָר אַ סאַך, און אַזוי אויך אין נאָך שטעט. נאָר אויף אייך האָט דער טאַטע אַ קוק געטאָן. איר האָט אויסגעהאַלטן די ישיבה אין קרעמענ­טשוג אַמאָל. ובירך אותו בגשמיות ברכה גדולה. ואמר: מען דאַרף האָבן אַן אייגענעם חדר, דאָס זאָל זיין אייערער אַ חדר.
טזו. [ויהי בחצי הלילה ויעמוד כ"ק אדמו"ר על רגליו, ויתן ידו על כתונתו להפשיטה מעל לבו, ויך באגרופו על לבו הערומה והפתוחה בכח גדול וחזק, ויקרא:]
יזאלי' חיים, אלי' חיים10. אלי' זאָל האָבן חיים.
יחפאַר­אַ­יאָרן האָב איך אייך געהייסן שרייבן, האָט איר ניט געפאָלגט, במילא האָט איר אַ גאַנץ יאָר צרות.
יטשבת­צו­נאַכט (מוצש"ק) זאָלסטו שרייבן בריוו — צוואַנציק טויזנט ווי­אָרסט אויף צוואַנציק טויזנט וויאָרסט — אין אַלע שטעט און שטעטלעך און דערפלעך,
כאַזוי זאָלסטו שרייבן:
כאדער רבי איז נסתלק געוואָרן אין תר"פ אויף זיין אָרט האָט ער אונז געלאָזן אַ זון
כב— וואָס פאַר אַ נפש דאָס איז ווייס מען ניט, אַז מען וואָלט געוואוסט, וואָלט מען ניט געקומען צו מיר אַז מען איז ניט געווען אין וואַסער11 —
כגהאָט ער אַזוי געזאָגט, אַז איצטער מעג מען לערנען, על כן ווער עס האָט אַ זון זאָל ער אים אָפּגעבן אין חדר, און דער וואָס איז אַ חשוכי בנים
כד— עס איז אַלס איינס, אַ חשוכי בנים אין גשמיות אָדער אין רוחניות, אַז דער קינד לערנט ניט הייסט ער אויך אַ חשוכי בנים — זאָל ער זען אַז דער וואָס האָט אַ זון זאָל ער אים אָפּגעבן לערנען [.. . 12], וועט מען האָבן אַ גוט יאָר, און ווער עס האָט אַ זון און וועט אים אָפּגעבן אין אַ סאוועטסקע יעווסעקציע שקאָלע, וועט ער ניט מוצא שנתו זיין.
כהאיז דאָס אָפּגערעדט אלי' חיים? אָבער אָפּגערעדט.
כו[כ"ק אדמו"ר הכפיל הדברים האלה, עוד הפעם ועוד הפעם בלשון זה ממש, וכמה פעמים הכה בחזקה באגרופו על לבו, וממש יצאה נפשו בדברו, ואח"כ קרא לר' אלי' חיים, והראה באצבעותיו על לבבו הטהורה הערומה ואמר:]
כזאיך בין אויף זיך מקבל די ד' מיתות, אַז איר וועט זען אַז דער גוף ברענט זאָלט איר קיין רחמנות ניט האָבן, היט די קאָפּ13.
כח[ואמר ר' מאיר שמחה חן מנעוול: רבי, מיר קענען ניט, מיר ווילן ניט הערן אַזעלכע ווערטער, מיר דאַרפן אַ רבי'ן דאָ למטה ממש. והסכמנו כולנו אנ"ש בתודה על דבריו, וכעין הודאה ומחאה על דבריו צעקנו כולנו: יע, יע, גערעכט מאיר שמחה, מיר האַלטן אַלע אַזוי.
כטופנה כ"ק אדמו"ר לר' מאיר שמחה, ואמר:]
לאיך האָב געפרעגט דעם טאַטן, ווי ניקאָלאַי? האָט מיר דער טאַטע גע­ענטפערט: יע, ווי ניקאָלאַי.
לא[הדברים האלה דיבר כ"ק אדמו"ר בקצרה, ונפלאים היו מעינינו וכחידה סתומה אין גם אחד יודע פתרונה, וכ"ק אדמו"ר ראה התמהון על פנינו, ואמר: המעשה הלא ידוע הוא. ואמר ר' מאיר שמחה: אנחנו לא נדע ובקשתינו לספר לנו.
לבויספר כ"ק אדמו"ר בקול נמוך:]
לגניקאָלאַי הראשון כשהי' עוד יורש עצר אצל אביו הקיסר פּאוועל, שלח אותו הקיסר פּאוועל על מאַנעווערס14, באשר רצה לידע כשרונותיו של בנו היורש עצר בעניני קשת חרב מלחמה ומערכי צבא ואם מוכשר הוא ליצא למלחמה ביום קרב, והוא ניקאָלאַי הי' איש מלחמה מנעוריו, ויעשה חיל מאד בהמערכה של המאַנעווערס ההיא, ו­אחרי אשר השכיל והצליח וישבע עונג רב, ויחתום בטבעת יורש עצר ליתן מתנות להגדוד ולשרי הצבא כמנהג המלכים אשר מלכו אז. את זאת עשה מבלי התייעץ לא עם אביו המלך ולא עם שר הכסף.
לדויהי בהגיע אל המלך את שמע הצלחתו בהמערכה, וע"ד חתימתו ע"ד המתנות ויחד המלך על הצלחת בנו, וגם נעשה חידודין חידודין מהמתנה הגדולה אשר היתה לא לפי ערך קופת אוצר המלך. ויחר מאד להמלך, ראשית על התערבותו באלה אשר לא ניתן לו רשות מהמלך, והשנית מהעודף והיתר אשר לא לפי כוחה של המלוכה אז. ויקרא את בנו (ניקאָלאַי) להיכלו, ויאמר לו: הנני נותן לך הודאה ותודה רבה עבור השכלתך ורוב בינתך וכשרונותיך בה­מאַנעווערס אשר הצלחת בהם, אפס על אשר הסכלת עשו בעודף המתנות אשר הרשית לחתום בלי רשותי ומבלתי התייעץ עמי, עבור זה ענוש ושפוט אתה להיגרש מעיר המלוכה על שתי שנים.
להוסיים כ"ק אדמו"ר: האָב איך געפרעגט דעם טאַטן: ווי ניקאָלאַי? האָט ער מיר געזאָגט: יע, ווי ניקאָלאַי.
לווסיפר שפעם בא אחד לפני אדמו"ר הצ"צ נ"ע זי"ע שיברך אותו בבנים, ושלח אותו הצ"צ נ"ע זי"ע אל ה­מהרי"ל15 שיברך אותו בזרע חייא וקיימא, והמהרי"ל בירך אותו בזרע חייא וקיימא ועשירים ומופלגים ועוד כמה דברים, האָט אים דערפאַר דער צ"צ גע'קנס'ט אַ יאָר צייט צו חסידות זאָל ער ניט גיין.
לזואמר שפעם א' שהי' צריך איזה ענין נחוץ מאדמו"ר נ"ע שהי' נוגע לשני בחורים. שאל אותו אדמו"ר נ"ע זי"ע: ווי ניקאָלאַי, צי ניט ווי ניקאָלאַי? ואמר: יע, ווי ניקאָלאַי.
לחז. איך האָב כחות און איך האָב אמונה פשוטה אַז איך האָב כחות
לט— איינער האָט געבעטן ר' מענדל האראדאקער אַז ער זאָל אים בענטשן, האָט ער אים געזאָגט: איך קען דיר ניט בענטשן נאָר אויב דו האָסט אין מיר אמונה פשוטה וועט מיין ברכה מקוים ווערן16 — מען דאַרף די קינדער אָפּגעבן ביי אַ מלמד, און טאַקע ביי אַ אידישן מלמד, און דאָס וועט מקרב זיין די גאולה,
מ— די מחשבי קיצים האָבן גאָר ניט אויסגערעכנט אַז אין דאָס זאָל זיך ווענדן ביאת המשיח17,
מאדערפאַר דאַרף מען זען מיט אַלע כחות אָפּגעבן די קינדער לערנען, און מיידעלעך דאַרף מען איצטער אויך לערנען, אַמאָל האָט מען מיידעלעך ניט געדאַרפט לערנען, נאָר איצטער דאַרף מען זיי לערנען ברכות נט"י.
מב[.. . 12] פאַרשטיין דעם ענין פון מסירת נפש.
מגאון מען זאָל זיי אין שקאלע כלל וכלל ניט געבן.
מדח. אַז מען זאָל זאָגן צו אימעצן: גיב אפּ דיין טאָכטער אין שקאָלע, און אַז ניט וועט מען דיר די קאָפּ אַראָפּהאַקן. דאַרף ער זיך לאָזן די קאָפּ אָפּהאַקן, און אין שקאָלע ניט געבן. אַז מען וועט אונטערלייגן אַ פייער האָלץ און מען וועט אים וועלן פאַרברענען, זאָל ער אָפּשפּילען די האַרץ, און זאָגן: פּאזשאַ­לוסטע, טוט מיר וואָס איר ווילט, און דאָס ניט. מיר זיינען איינגעוואוינט מיט מסירת נפש [.. . 12].
מהוכ"ק אדמו"ר אמר לאחד מאנ"ש מנעוול (זלמן שמו): זלמן אַז מען וועט מאַכן אַ קליעטקא18 פון טרוקענע בערא­זאוויא האָלץ, און מ'וועט דאָס אָנצינדן און מ'וועט דיר זאָגן: קלייב זיך אויס, אָדער גיב דיינע קינדער אין זייער שקאלע, אָדער וואַרף זיך אַריין אין פייער, זאָג איך דיר זלמן, זאָלסטו זיך אַריינוואַרפן אין פייער, לאָז זיך פאַר­ברענען (חלילה) און ניט אָפּגעבן דיין קינד צו זיי אין שקאלע.
מוט. אנכי אערבנו, איך האָב גענומען די ערבות אַז אידן וועלן אָפּגעבן די קינדער לערנען. און דער וואָס וועט ניט אָפּגעבן זיין קינד לערנען וועט ניט מוצא שנתו זיין.
מזמען זאָל זיך גט'ן מיט די ווייב אויב זי וועט ניט לאָזן אָפּגעבן דעם קינד לערנען.
מחי. גילוי אור משיח וועט זיין אין פעטערבורג ווי אין ליובאַוויטש, פאנ­טעלעמאנאווסקעוו קראם גאַס דאַרף זיין חאַחלויקע19, מאחאווייע — שיל­לעווער19. יעדער גוי אין ליובאַוויטש האָט געוואוסט אַז אויף סטארע פעטער­בורסקע איז די מקוה, אַ גוי האָט גע­וואוסט אַז שבת קריגט מען ניט קיין זאַלץ. ער האָט געוואוסט אַז אַ איד גייט מיט אַ טו"ת דאַוונען, און ער האָט געוואוסט אַז יעדער איד גיט אָפּ זיינע קינדער אין חדר [עס איז אויך געווען אין ליובאַוויטש קאָפּילס אַ זון, וואָס ניין אַזייגער פלעגט ער שוין עסן בולקע, פאַרשטייט מען פאַר אַ אינגל פון תומכי­תמימים וואָס פאַר אַ פּנים האָט דאָס געהאַט. . . ]
מטאַזוי וועט זיין פעטערבורג — אַז אַ גוי וועט האַלטן אָפן אַ קראָם שבת, מאַכט ניט אויס, וועגן גוי'אישע קראָמען רעדט מען ניט. אָבער אַ איד וועט ניט האַלטן אָפן אַ קראָם שבת20.
ניא. מען דאַרף זיין אַ טפח העכער פון דער ערד. אין שווייצאַריע
נא— כ"ק אדמו"ר אמר לאחד מנעוול: דו ביסט דאָך געווען אין שווייצאַריע, ורמז לרש"ג שגם הוא הי' בשווייצאַריע, ואמר: די אידן זיינען דאָך ניט געווען אין שווייצאַריע —
נבדאָרטן אין שווייצאַריע גייט מען שפּאַצירן אויף די בערג,
נג— עס זיינען אַלע­ערליי טיולים: דער סדר פון קוראָרט איז אַז נאָכדעם עסט מען און מען טרינקט,
נדעס איז פאַראַן אַ סאָרט וואָס מען גייט אַרום און מ'טראַכט אז אין אין סוף שלפני הצמצום וואָלט ניט געווען קווין, צי וואָלט קענען זיין דער קו לאחר הצמצום —
נהאיז פאַראַן אַזאַ מין סאָרט טיול אַז מען גייט אויף אַ באַרג וואָס איז גבוה 6 וויאָרסט, העכער פון די וואָלקנס. איז בשעת מען גייט אַראָפּ פון באַרג זעט מען אַז די ערד איז נאַס וויילע עס איז געגאַנגען אַ רעגן, בשעת מען איז אויף דעם באַרג זעט מען ניט, ווייל מען איז העכער פאַר די וואָלקנס*20.
נואַזוי דאַרף מען זיין העכער פון דער ערד, איין טפח העכער פון דער ערד איז ניט נוגע וואָס עס טוט זיך אויף דער ערד.
נזיב. ואמר כ"ק אדמו"ר: פיניע, דו וועסט אָפּגעבן דיין אינגל לערנען?
נחוהשיב: יע.
נטושאל כ"ק אדמו"ר: ווען?
סוהשיב: נאָך פסח.
סאואמר כ"ק אדמו"ר: ניט נאָך פסח, נאָר זונטיק. פיניע, זיי ניט קיין. . . פאַרגעס ניט אַז דאָס איז אַ נפש, דו שפּילסט זיך מיט אַ נפש.
סבדי וואָס גיבן ניט אָפּ די קינדער אין חדר זאָלן גאָר צו מיר ניט קומען, איך וועל גאָר זייער ערבות ניט אָננעמען.
סגמען מעג לערנען. עס איז ניט אמת וואָס מען זאָגט אַז מען טאָר ניט לערנען, די מלוכה לאָזט לערנען, נאָר די יעווסעקציע ימ"ש לאָזט ניט לערנען21.
סדווער איז די יעווסעקציע? אַ רב'ס אַ זון אַ גלעד'ס אַ זון [.. . 12]
סהדי מלוכה לאָזט לערנען, אַז מען נעמט צו אַ שול גיט מען אַ זשאלאבע22 אין אַ העכערן אָרט, הייסט מען אָפּגעבן.
סואַז די מלוכה וואָלט ניט לאָזן לערנען, וואָלט איך געווען אַ מורד במלכות, אָבער די מלוכה לאָזט לערנען, דאַרף מען זען אָפּגעבן די קינדער אין חדר.
סזואמר כ"ק אדמו"ר: און איר איטשע, איר זאָלט וועלן מאַכן דרייסיק רובל
סח[.. . 12], מיר איז בעסער דרייסיק אינגלעך זאָלן לערנען, געלט איז ביי מיר גאָרניט, איך דאַרף ניט דרייסיק רובל, און ניט קיין דריי הונדערט רובל, אין ניט קיין דרייסיק טויזנט רובל, גשמיות איז ביי מיר עפר ואפר.
סט— איך האָב בכח אייך אַלעמען צו געבן גשמיות, שיקט מיר אַ טעלעגראַמע פאסילייסע דענגיע נא בילעט —
עאון אַז ניט, זייט איר זיך אַ ערלעכער איד, וועט איר אַ גאַנצן טאָג לערנען און דאַוונען, אָבער מיט מיר זייט איר כלל וכלל קיין שייכות ניט.
עאאיך האָב פאַר קיינעם קיין מורא ניט, קיין זאַך איז מיר ניט מפריד ומפריך, איך בין ניט אויף דער וועלט, דער וואָס איז ניט נתפס אין עוה"ז, איז עוה"ז אויף אים ניט מעלים ומסתיר.
עבלאָמיר ריידן אויף פּראָסט אידיש: דער וואָס איז געבאָרן געוואָרן פון אַ מקוה, און הורתו ולידתו בקדושה, וועט זיך אומקערן, הינקעדיקע, צובראָכענע, צושטאָכענע, אָבער מען וועט זיך אומקערן.
עגמען דאַרף זען אַז אין יעדער שטאָט זאָל זיין אַ מקוה, אָנהויבן זאָל זיך דאָס פון פּאָלאָצק. אין אין יעדער שטאָט זאָל זיין מלמדים.
עדואל יאמר הסריס23 — אַזאַ וואָס לפי דעתו האָט ער ניט קיין דעה אין שטאָט, אַ רב אַז ער קומט אין אַ שטאָט, איז די בעלי בתים זאָגן אַז ער איז אַ בעל הבית, און ער זאָגט אַז ניט, און דער אמת איז ווי די בעלי בתים, אַז ער איז אַ בעל הבית. ער איז אַ בעה"ב אויף אַראָפּנעמען אַ קאָפּיקע פון די שחיטה געלט, דאַרף ער זען אַז אין יעדער שטאָט זאָל זיין מלמדים, און אַז אַלע קינדער זאָלן גיין אין חדר.
עהאון מען זאָל זיך ניט שעמען אַליין צו טראָגן האָלץ צו הייצן די מקוה, אַז עס איז דאָ אַ בעדער זאָל ער הייצן די מקוה, און אַז ניט זאָל מען אַליין הייצן. אויב ניט וועט מען אַלס איינס טראָגן האָלץ צו פאַרקויפן אויף אַ פאנט האָלץ, טאָ זאָלן זיי בעסער טראָגן האָלץ אויף הייצן די מקוה.
עוזיי זאָלן גאָר ניט וועלן שטיין אויבן אָן, אויבן אָן איז אַ אָרט פאַר די פּערווע גילדיעס און וושארע גילידעס.
עזיונגעלייט דאַרפן אַ מקוה, ניט אַזוי ווי עס איז דאָ אַנדערע וואָס זיינען מהפך די כוונה פון חסידות. יונגעלייט דאַרפן אַ מקוה.
עחאַמאָל פלעגן זיך אַזעלכע רייד וואַלגערן תחת השוליים, אַמאָל האָט מען גערעדט וועגן אהבה כרשפי אש אהבה בתענוגים, און איצט מוז מען ריידן וועגן אַזעלכע רייד.
עטיג. [ויהי בכלותו לספר סיפור הנו­ראה הזאת (ע"ד ניקאָלאַי — הנ"ל סעיף ו), אימה ופחד נפלה עלינו כולנו כי לאו כל מוחא סביל, וכשל כח הסבל, ולא הי' מעצור לרוחנו לשמוע עוד דברים חדים ובוערים כאלה, הפחד אשר פחדנו הי' בכפליים:
פראשית יען אשר ניבא לנו עתידות מבהילות ומפחידות את לב שומען, וממש פרחה נשמת כל אחד ואחד על כל דיבור ודיבור שלו, ובכדי שלא יוסיף עוד להינבא כדברים האלה מוכרחים היינו נגד הדרך ארץ ליכנס בדבריו באמצע הדיבור להפסיקו. והשנית, כי ידענו ובעינינו ראינו את המשולחים אשר נשלחו מהיעווסעקציע לשמוע את אשר ידבר בפורים זה, והם עמדו כל הזמן בקצה האחרון של השולחן, מול פניו ממש ושמעו בעיון את כל אשר יוצא מפיו הק', ולא נעלם הי' מאתנו הסכנה הגדולה החופף עליו ר"ל מהרשעים האלה. כ"ק אדמו"ר בידעו אשר בכל עת היותו בלענינגראד לא עברה גם יומא דפגרא אחת אשר לא ישלחו הרשעים האלה בעולתה ידיהם, להעמיד בביתו הפתוח והרחבה תמיד מרגלים לידע מהנעשה בהיכלו ומה ידבר עם אנ"ש, והי' נזהר מאד כפעם בפעם בדברים להזכיר את שם הרשעים והחטאים האלה.
פאאפס בלילה הזה נשתנה טעמו, ומבלי להתחשב כלל וכלל עמהם אשר עמדו נגד פניו ממש, קלל אותם בפניהם קללה נמרצת הרבה פעמים, ובכל פעם אשר הזכיר את שמם הוסיף ואמר: "די יעוו­סעקציע ימ"ש, איך ווייס אַז זיי זיינען דאָ, איך האָב פאַר זיי קיין מורא ניט". ובכל פעם ופעם אשר הזכיר את שם היעווסעקציע, הנה אנחנו היודעים ומכירים אותם הבטנו על פניהם וראינו אותם מתביישים אזיל חיוורא ואתי סומקא, ונתמלאו כעס ורציחה באותה שעה, ונגלה הי' לפנינו רבות המחשבות אשר בלבבם אז, את אשר צופי' לנו מזה תוצאות לא טובות.
פבולפיכך החליט רא"ח10 להשתדל בכל ההשתדלות להפסיק את הסעודה, ונכנס להרבנית הגדולה24 וסיפר לה מהנעשה, וכי רואה בזה סכנה גדולה ח"ו לפניו. ותמהר ותרץ לחדר הגדול. כל אנ"ש שי' בראותם אותה שמחו לקראתה כי כולם הבינו כוונתה בבואה החדרה, ופינו לה דרך לגשת אל כ"ק אדמו"ר.
פגויהי בהתקרבה, וכ"ק אדמו"ר עומד על רגליו, ותיכף עוד טרם התחילה לדבר אתו, ויפן אלי' ברוב כבוד ודרך ארץ ויתחנן לפני' בדברים האלה:
פד"מאַמע גיי צוריק אין צימער, זאָגן אַ קאַפּיטל תהלים און וויינען קיינער זאָל ניט זען, דאָס העלפט".
פהובדברו נשפכו דמעות מעיניו ה­טהורות ויזלו כמים רבים על לחיו, והיא הרבנית בראותה את רוב דמעותיו החמות, התחילה גם היא לבכות ובכו תרווייהו, ודממה קלה עברה בעמדם כך, זה כנגד זה, בלחישה ובבכי', בלי אומר ודברים.
פוהמחזה הנורא הזה עשה רושם חזק על כולנו ונתגלגלו דמעות אין קץ מעיני כל.
פזאחרי הרגעים הרועדות האלה, אמר לה כ"ק אדמו"ר:
פח"איך טו אַליין גאָרניט, איך האָב געפרעגט ביים טאַטן".
פטוהיא בדמעות שליש מתחננת לפניו לרחם על בריאותו להפסיק את הדיבור, להניח ולהינפש, לעזוב את החדר הזה ולהכנס לחדר השני. וככה הרבתה לדבר על לבו בדברים רכים עד אשר התעלף מרוב חולשה ואפיסת כחות. ויובילו את כ"ק אדמו"ר לחדר השני, ויצוקו מים קרים על ראשו להקיצו לעוררו, ועוד סגולות אחרות להפיח רוח החיים בבשרו, ורק אחרי עשרה רגעים בערך עלתה בידם שיפקח את עיניו.
צאנחנו כולנו חכינו עד אשר ישוב ויבוא אלינו לברך ברכת המזון, ורק אחרי שתי שעות שבה רוחו אליו, ויבוא החדרה וישב על מקומו ולא דיבר עוד חצי דבר מענין הנ"ל25].
צאעל פורים באו הרבה אורחים, ובעת הסעודה ת"ל חזרתי דא"ח, ואחרי כן כמנהג העולם שתיתי מעט, ואפשר יותר מהרגיל, און אייפין האַרצין איז גיווען אן גיזאלעט, וכנהוג מתחילים לדבר בעניני חיזוק הדת, עד שהתגלגלו הדברים בהנוגע ללימוד עם נערים קטנים, וביני לביני הבקבוק מתרוקן וכוסי רוי', ואנ"ש והתמימים יחיו מנגנים בהתעוררות גדולה ובמרירות עצומה.
צבבה בשעה, המחזה הי' מלהיב במאד, בזכרונות ימי קדם, בהיותנו בירושלים דחסידות היא ליובאויטש, והמקדש מעט עמד על תילו, וכהנא רבא קדש הקדשים מכהן פאר, מאות חסידים ואנשי מעשה סובבים חונים עליו, ומאות תלמידים יושבים או עומדים על הקורות בזאל הגדול וכולם יוקדים כיקוד אש, והמחשבה מרקדת ורצה מענין לענין, עת צאתינו מליובאויטש, גלות אריאל, גלות רוסטוב, דירת רוסטוב, סלאוויאנסק, החזרה לרוסטוב מעון החדש, חליפות הממשלות, מלחמת אחים, מצב המלחמה, הפחדים, השמועות מבהילות ממעשה הבאנדעס השונים, הסתלקות אור ה­מאורות, היתמות, הבדידות, החולי, ה­רעב הנורא, סגירת הישיבה, החיפושים, כתבי המלשינות, העלילות, הכרח היציאה או הבריחה מרוסטוב, הביאה לפטרבורג, הגלות והדחקות, תחלת ההסתדרות, הקושי והכובד מכל צד ופינה, הפחדים האיומים ועתה (כלומר בשעה ההיא), יושבים ת"ל במעון רחב ידים בטבור העיר בבירת ליענינג', בדירת מי שהי' שר הצבא פוליאנוב (אשר איש יהודי לא הרהיב עוז גם לעבור דרך החצר ההוא.) ת"ל נתקבצו מאות אנשים, מאלו אשר י"ב שנים מקודם היו בירושלים דחסידות היא ליובאויטש, ועומדים עתה באותו מעמד והרגש אשר עמדו אז, ברעיונות טהורים ובהרגשים זכים, מסורים ונתונים אל הקדש, הם אינם אשמים כלל על אשר אין להם אותו הרועה נאמן אשר דרוש להם, מוסר כליותי, בדכדוכה של נפש והרגש פנימי.
צגכל השעה ההיא ישבתי וידי על פני והדמעות התגלגלו בפרץ רב, כמובן אשר אלו שהיו באותו מעמד, הנה התלהבו מזה עוד יותר, והגביהו קולם בשיר וזמרה מאותם הניגונים אשר הם בעצמם (בלי שום זכרונות) מעוררים את הלב, ובפרט בעת שהכל עולה בזכרון, וק"ו בן ק"ו בעת שהלב היא פתוחה ובהתרגשות בלתי מוגבלה.
צדכל אלה יחדיו פעלו עלי רושם עז. ולפתע פתאום כאלו ירדתי מענני מרום, או עליתי מתהום רבה, עמדתי ממקומי (כן סיפרו לי) כולו נלהב ורועד ואפתחה פי, בדברים כאלה.
צהברידער אידען בכלל, און אנ"ש והתמימים בפרט, מיר אללע אידין ואס גיפינען זיך אין רוסלאנד, שטייען אין דעם זעלביקין מצב ויא אונזערע עלטער עלטערין, אין דער צאייט ואס זיינען ארויס פון מצרים, דער מדבר פון דיא זייטין, דער ים פון פארונט און פרעה וחילו פון הינטין.
צואללע אידין זאהלין ויסין, און יעדער איז זאל איינער איבערגעבין דעם אנדערין, אין מאיין נאמען, אז לויט דער רעגירונגס גיזעץ, קאן יעדער איד ממלא זיין אלע מצות אהן קיין שום שטערונג, יעדער טאטע קאהן לערנען זיין קינד בא א מלמד כו' כו'.
צזברידער אידין, דער פוסטער מדבר איז פון ביידע זייטין, און דיא מצריים דיא יעווסעקציא ימח שמה רייבין פון הינטין, עס איז ביטער, מיר האבין ניט קיין אנדער זאך ויא וארפן זיך אין ים פון מסירות נפש, אין ים פון בטחון, אללע אידין וואס גיפינען זיך אין רוסלאנד, פרומע מיטעלע אינטליג' זאהלין גידיינקען דיא צייט פון דער אינקוע­זיציא ואס מיא האט גיברענט און גישטאכין פאר תורה, פאר מצות, יעדער איד זאל זאגין זיין וארט אז ער איז א איד און זאל באווייזין מיט א ארבעט פון בעטייליגין זיך אין דער גרינדונג פון א חדר, יעדער איז זאל גידיינקען דעם מאמענט, אידין קומט פאייער פון מסירת נפש, יעדערער זאל גידיינקען אז מיא נעמט בא זיי צוא זייערע קינדער, מיא ויל מאכן אונז אלעמען פאר ביעזדיעט­ניקעס רחמנא ליצלן, מיר זיינען מחוייב אלע גלאייך אהן אונטער שייד רבנים שוחטים מלמדים בעלי בתים סוחרים קרעמער יוריסטין דאקטוירים, מאנ­סביל וייבער אלע אין איין מיר זאיינען אידין און מיר גייען אייף מסירת נפש בפועל ממש פאר ברענט וערין חלילה פאר תורה ומצות אין דער לעבין קינדער און קינדס אידין.
צחאידין גיט צו פארשטיין איינער דעם אנדערין דעם ביטערין צו שטאנד צוא ואס עס האבין אונז צוא גיבראכט די שקצים דיא יעווסעקציא ימ"ש, גידיינקט וער אייער שונא איז, יעדערער זאל ערוועקין דעם געטליכין גיפיל ואס אין אים איז דא און זאל מלחמה האלטין מיט דעם ביטערין פארדארבליכין שונא, עוכרי ישראל היעווסעקציע ימ"ש, אידין האבין אסך דורך גילעבט בכל דור עומדים עלינו לכלותנו והקב"ה מצלנו מידם און גיויס ועט אונז דער אייבערשטער איצטער אייך העלפין נאר יעדערער מוז גידיינקען זאיין צו שטאנד, מיא ויהל אידין ח"ו אוייס שמדין גידיינקט און ראטעוועט זיך וען עס איז נאך מעגליך, מאכט חדרים, גייט אין דיא שוהלין לערנען אלע טאג, האלט זעך אין דער אידעשין אלטין ועג ועט אייך גאט בעגליקין מיט קינדער און קינדס קינדער אידין כו' וכו'.
צטאח"ז (סיפרו לי) אשר ישבתי על כסאי ובכיתי בכי רב, אבל איש לא נגע בי, ובחדר הי' רעש גדול פנימי והת­עוררות עצומה, וכה עבר כשעה, ואחרי כן הנני זוכר כי הגידו לי אשר כבר שעה חצי הששית בקר (התחלת הסעודה היתה בערך 4 ובשעה 7 בערב באמצע הסעודה, עוד קודם אמירת דא"ח התפללנו תפלת ערבית) והמשכנו את ה­סעודה בשתי' ושמחה ודיבורי התעור­רות וניגונים עד עלות השחר שעה חצי השמינית וחסל סדר פורים.
קהשיחה של חג הפורים עשתה רושם עד כי נשלחו הידיעות בכמה מקומות, ות"ל נסתדרו שיעורים חדשים כן חדרים ובתי לימוד.
קאאמנם נודעתי כי המשמאילים הם בני היעווסעקציא דוברים סרה עלי, וכן נדפסו כמה ידיעות בהמכ"ע השונים הן בשפה הזורגני והן בשפת המדינה, ואחדים מהם העתיקו מה שנדפס אודות עבודתי בהחזקת תורה, בהעתונים בחו"ל וסיימו דברים כי כבר בא המועד לגרש את הצדיק מן בירת ליענינגראד אל סאלאווקי.