Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5688 to 5691·Introduction·Visit to Philadelphiaספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תרפ"ח-תרצ"א·מבוא·הביקור בפילאדעלפיא

אהביקור בפילאדעלפיא
ביום א', י"ג כסלו נסע רבינו לפילאדלעפיע ושהה שם עד יום א', י"ב טבת.
בעל­דבר קבלת הפנים ודברי רבינו אז אנו קוראים בעיתון "אידישע וועלט" (י"ד כסלו תר"ץ):
ג"אַ פערטעל צו איינס האָט זיך דער טריין באַוויזען און פון וואַגאָן האָט אַרויסגעשטראַלט אַ שכינה'דיג ליכטיג פנים — דאָס איז געווען דער רבי אַליין, ר' יוסף יצחק שניאורסאָן. דער עולם האָט זיך געגעבן אַ לאָז צום וואַגאָן. פון די ערשטע צו מקבל­פנים זיין דעם רבי'ן זיינען געווען: הרב לעווינטהאַל, מר. דזשייקאָב גינצבורג, דער הויפּט רעדאַקטאָר פון "אידישע וועלט" און מר. טהאטשער, דעם מעיאר'ס אַסיסטענט סעקרעטער. דער אַריבער דריי טויזענד קעפּיגער עולם האָט געשטורמט מיט פייערעליכע ברוך­הבא אויסגעשרייען.
דמר. וויליאַם טהאטשער, דעם מעיאר'ס סעקרעטער, האָט דעם רבי'ן איינגעלאַדן צו פאָהרען צום אינדעפּענדעס האָל, און מ'האָט דעם רבי'ן אַריינגעזעצט אין אַ ספּעציעלען אויטאָמאָביל, וואָס האָט אים געפירט מיט גרויס פּאַראַד איבער פילאַדעלפיער גאַסען צום אינדעפּענדענס סקווער.
הדער ריזיגער אויטאָמאָביל פּאַראַד האָט זיך געצויגן מיט מאַרקעט סטריט ביז דער 22סטער און טשעסטנאָט סטס. גלייך צום אינדעפּענדענס האָל.
ועס איז געווען אַ קעניגליכער קבלת פנים, דער וואַרימסטער ברוך­הבא, וואָס איז געגעבען געוואָרען צו אַ גרויסען מענשען אין פילאַדעלפיא.
זדער גאַנצער אינדעפּענדענס סקווער איז געווען באַלאַגערט פון מענשען.
חרבי אַוועקגעזעצט אויף דזשאָרדזש וואַשינגטאָנ'ס טשער
טמר. טהאַטשער האָט דעם רבי'ן אַריינגעפיהרט אין אינדעפּענדענס האָל און האָט אים געלאָזט אַוועקזעצן אויבענאָן אויפ'ן זעלבען טשער, וואו דזשאָרדזש וואַשינגטאָן איז אַמאָל געזעסען*56.
יזיצענדיג אויפ'ן טשער, האָט דער רבי געבענטשט די אַמעריקאַנער רעגירונג און האָט שטאַרק געלויבט די אַמעריקאַנער קאַנסטיטוציע. "דאָס איז געווען מיין ערשטער וואונש ביי מיין אָנקומען קיין אַמעריקא צו זעהן דאָס וויגעלע פון דער אַמעריקאַנער פרייהייט", האָט דער רבי געזאָגט.
יאמר. טהאַטשער האָט אויף דעם געענטפערט: "עס איז באמת אַ גרויסער כבוד פאַר מיר צו באַגריסען אַזאַ הויכגעשעצטע דאָמינירענדע פּערזאָן, וואָס איז אַזוי גרויס ביים אידישען פאָלק. איך האָף און ערוואַרט — האָט מר. טהאַטשער געזאָגט — דאס די אַמעריקאַנער אידען, אַזוי גוט ווי דאָס גאַנצע אַמעריקאַנער פאָלק, וועט אייך געבען אַלע פרייהייטען, אַלע מעגליכקייטען דורכצופיהרן אייער מיסיאָן, צוליב וואָס איהר זייט אַהער געקומען צו אייערע ברידער אין אַמעריקא. עס איז אַ כבוד פאַר אונזער שטאָדט פילאַדעלפיא צו האָבען אייך דאָ אַלס גאַסט", האָט דעם מעיאר'ס אַסיסטענט סעקרעטער, מר. טהאַטשער פאַרענדיגט.
יבדער רבי האָט אים באַדאַנקט און האָט אונטערשטרייכט, אַז ער האָט אַלע מאָל געשעצט און רעספּעקטירט דאָס אַמעריקאַנער פאָלק פאַר די וואַרימע סימפּאַטיעס וואָס אַמעריקא האָט שטענדיג אַרויסגעוויזען צו מיינע ברידער אין אייראָפּאָ. איבערהויפּט האָט דער רבי שטאַרק געלויבט דעם לעצטען אַרויסטריט פון פּרעזידענט הואווער אין דער צייט פון די געשעהענישען אין פּאַלעסטינא "דאָס אַמעריקאַנער פאָלק איז שטענדיג געווען און איז פאַרבליבען פריינדליך צו אונז אפילו ווען אַנדערע גרויסע פעלקער האָבען דאָס ניט געטאָן", האָט דער רבי פאַרענדיגט.
יגרבי לייגט אַוועק לארבער קראנץ אויף ליבערטי בעל
ידמ'האָט דעם רבי'ן נאָכדעם מיט גרויס פּאַראַד צוגעפירט צו דער ליבערטי בעל, וואו דער רבי האָט אַוועקגעלייבט אַ שעהנעם לארבער קראנץ און האָט דערביי באַמערקט: "די פרייהייט, וואָס איז געגרינדעט געוואָרען אויף רעליגיאן, איז די שטאַרקסטע פרייהייט".
טומיט גרויס פּאַראַד האָט מען דעם רבי'ן מיט דער פינפטער סטריט געפירט צו זיין היים, וואָס איז ספּעציעל צוגעגרייט געוואָרען פאַר אים אין סטראָבערי מענשאָן. אַ גאָר גרויסער עולם האָט דעם רבי'ן אָפּגעוואַרט ביי זיין היים. גאַנץ סטראָבערי מענשאָן האָט געקאָכט ווי אַ קעסעל, מענשען זיינען געשטאַנען אויף די טראטוארען, און זאגאר אויף די דעכער — אומעטום, וואו מ'האָט זיך נאָר געגעבען אַ קעהר, האָט מען געזעהן מענשען.
טזהרב לעווינטהאל האָט דעם גרויסען גאַסט באַגריסט אויף דעם שוועל פון זיין היים אין דעם נאָמען פון גאַנצען פילאַדעלפיער אידענטום און האָט אויסגעדריקט זיין וואונש, אַז די פילאַדעלפיער אידען וועלען זיך ווי געהעריג אָפּרופען און שטיצען דעם רבינ'ס חבדי ישיבות: חכמה, בינה, דעת, וועלכע זיינען צושפּרייט איבער גאַנץ ליטע, לעטלאַנד, גאַליציען, פּוילען און סאָוועט רוסלאַנד".
יזדירת רבינו בפילאדעלפיע הי' ב1829 נארטה 33 סטריט.
יחבי"ד כסלו חזר רבינו לניו יארק לאסיפה מיוחדת שאורגנה לכבודו. למחרת — ביום ט"ו כסלו — נסע שוב לפילאדעלפיע.
יטעל חגיגת יט כסלו אנו קוראים במודעה שנכתבה ע"י המזכיר הר"י פייגין:
כ"סעודת י"ט כסלו תהי' במוצש"ק אי"ה!
כאאך להיות כי מסבת רבוי הבאים מציורים שונים לא יהי' באפשרי שיהי' א חסידעשער פארבריינגען א ליובאוויטשער, ע"כ בקשנו את כ"ק שיהי' ליחידי סגולה ביחד בליל יח כסלו אור ליום ו', וקבלנו את הסכמתו על זה".
כבאור ליום ועש"ק ח"י כסלו — יארצייט של זקנו של רבינו כ"ק אדמו"ר הר' יוסף יצחק בן כ"ק אדמו"ר הצ"צ — התפלל רבינו לפני העמוד. בשעה 00.10 בערב הי' פארברענגען בדירת רבינו, ואמר מאמר ד"ה אשרי מי שבא לכאן ותלמודו בידו8.
כגבמוצש"ק וישלח י"ט כסלו התקיימה סעודת יט כסלו באולם הישיבה "משכן ישראל" 314 קעטרין סטריט, לשם נתקבצו כשבע מאות איש, רבינו אמר אז המאמר פדה בשלום8.
כדכשחזר רבינו לדירתו נתקבצו כשני מנינים איש והתוועד כשתי שעות57.
כהבכ"ב כסלו נסע שוב רבינו ליום אחד לניו יארק שם התקיימה אסיפת הרבנים שהשתתפו בה כשמונה מאות איש (חלק מהדברים שאמר אז נדפסו לקמן ע' 130 ואילך).
כובליל ש"פ וישב, שבת חנוכה כ"ו כסלו, אמר רבינו המאמר ואתה ברחמיך8.
כזביום ד' ר"ח טבת התקיימה התוועדות אגודת חסידי חב"ד ורבינו דיבר במטרת האגודה.
כחיום ה', ב' טבת — רבינו נסע לבית הכנסת שערי אליהו, שם אמר המאמר נר חנוכה מצוה להניחה מבחוץ8.
כטבמוצש"ק מקץ, ד' טבת אמר רבינו המאמר יהי הוי' אלקינו עמנו, למה יאמרו58.
לביום ד' ח' טבת נתקבצו עדה של אלף איש למסיבת צאתכם לשלום, שם נאם רבינו.
לאבמוצש"ק ויגש, י"א טבת אמר רבינו המאמר כל השונה הלכות8.