Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Sefer HaSichos Rayatz· 5688 to 5691· Sefer HaSichos 5690· Simchas Torah 5690· 102ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ· תרפ"ח-תרצ"א· ספר השיחות — תר"ץ· שמחת תורה תר"ץ[ednref_1_*]· 102
אאון אַ שמחת תורה'דיקער אָדער י"ט כסלו'דיקער רייד, ווייסן וואָס פאַר אַ אומבעגרענעצטע אהבה דער טאַטע האָט גיהאַט צו די וואָס לערנען חסידות און זיינען זיך עוסק בעבודה שבלב, און ווי גערן דער טאַטע איז גיווען מיטהעלפן זיי, אַז זיי זאָלן שטייגן אין השגה און אין עבודה.
באין איינעם פון דעם טאַטענ'ס בריף צו מיר פון מענטאָן אין יענער צייט שרייבט מיר דער טאַטע, אַז ער איז ב"ה זייער צופרידן, השי"ת האָט אים ממלא רצונו גיווען, און זיין האָפענונג, וואָס ער האָט מיר גיזאָגט פאָהרנדיק פון ליובאַוויטש אין וואַרשא, און וואָס איך פרעג באַ אים אין איינעם פון מיינע בריף, קומט מהכח אל הפועל.
געס איז מעהר ניט — שרייבט מיר דער טאַטע אין זיין בריף צו מיר — ווי דער בנין פון דעם ענין, און אויך דאָס איז מעהר ניט ווי בתכלית הקיצור, אָבער דאָס איז שוין ב"ה אַ ענין כללי מסודר און דרך אגב — דער דרך אגב אַליין איז יקר מכל יקר — איז ער מיר מבאר ווי איז דער אופן הגילוי פון אַ השכלה, וואָס זי ווערט נתגלה פון כח השכל ההיולי העצמי, וואָס איז נטוע ומושרש בעצם הנפש.
דנקודת ההשכלה פון חכמה הגלוי' איז אויך טבעה להתעלם כידוע, ובפרט די נקודת ההשכלה ווי זי איז אין כח המשכיל, און מכש"כ ווי די נקודת ההשכלה איז אַ המצאה שכלית ווי זי שטייט נאָך אין כח ההיולי פון שכל, וואָס איז נטוע אין נפש.
העס איז איבעריג צו זאָגען אַז באַ מיר איז גיווען אַ שטאַרקע תשוקה וויסען וואָס איז דער נייער ענין אין חסידות וואָס דער טאַטע טוט אין אים, אָבער איך האָב גירעכנט אַז באמת דאַרף מען אַזעלכע זאַכן ניט וועלן וויסען.
ואַז איך בין גיקומען אויף שבת פ' וארא ר"ח שבט אין מענטאָן71 האָב איך גיטראָפן דעם טאַטן אַז ער איז גיווען זייער אויפגילייגט און צופרידן, איך האָב גיפיהלט אַז די אויפגילייגטקייט און די צופרידנקייט איז, פון אַ זייער איהם אַ פאַרגיניגונדיקע אַרבעט אין חסידות.
ז* * *
חיט. איבער פערשידענע עניני הכלל האָב איך גידאַרפט זיין תחלת אדר באַ דעם טאַטן אין מענטאָן72, בין איך גיווען איבער פורים, יעמאָלט איז דאָרט גיווען ידידנו הרה"ג החסיד הר' יעקב מרדכי נ"ע מפּאלטאווע30.
טאויף פורים זיינען גיקומען אייניגע מידידינו אנ"ש ובראשם ידידינו החסיד ר' שמואל נ"ע גורארי'73 מקרעמענטשוג.
יפורים צו דער סעודה איז גיווען אַ שטאַרקער פאַרבריינגען74, דער טאַטע