Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5688 to 5691·Sefer HaSichos 5690·Simchas Torah 5690·119ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תרפ"ח-תרצ"א·ספר השיחות — תר"ץ·שמחת תורה תר"ץ[ednref_1_*]·119

אדער איד זאָל אויף דעם קענען עובר זיין?
בדי סיבה אויף דעם איז דער יצה"ר. ער רעדט איין דעם מענטש'ן און פיהרט איהם אַראָפּ פון דער ריכטיגער שעהנער וועג, ווי די גמרא זאָגט אין שבת (דק"ה ע"ב) כך הוא אומנתו של יצה"ר, היום אומר לו עשה כך, עד שאומר לו עבוד עבודה זרה, והולך ועובד.
גדער יצה"ר איז אַ אומן, ער איז אַ פאַכמאַן אין זיין זאַך. דער יצה"ר קומט ניט צום ערשטען מאָל זאָגן דעם מענטש'ן, אַז ער זאָל ניט לייגן קיין תפילין, אָדער ניט היטען טהרת המשפחה, אָדער עסן טרפה און מחלל שבת זיין, ניין, אַזעלכע זאַכען טוהט ער ניט צום ערשטען מאָל, דאָס איז אַ צו גראָבע אַרבעט, ער — דער יצה"ר — ווייס גאַנץ גוט, אַז ער וועט קומען צו אַ אידן זאָגען איהם אַז ער זאָל ניט לייגען קיין תפילין, מחלל שבת זיין וכו' וועט דער איד — איהם — דעם יצה"ר — געוויס ניט פאָלגען.
דדער יצה"ר איז אַ אומן, אַ קינסטלער אויף קאָנען צוגיין צו יעדער מענשן לויט זיין מהות און זיין מצב, און די ערשטע אַרבעט פון דעם יצה"ר איז אַריינצונעהמען דעם מענטשען אין האַנט, אין זיין רשות, אַז דער מענטש זאָל איהם אין אַלעס פאָלגן.
המא. די קונסט פון דעם יצה"ר איז, וואָס ער האָט פאַר יעדער סוג מענטש אַ שפראַך ווי צוצוגיין צו יעדערן, און געפינט וועגן ווי אַזוי אַריינצובעקומען דעם מענטשן אין זיין רשות122.
וווי נעמט אַריין דער יצה"ר דעם מענטשן און ווי ווערט דער יצה"ר אויף דעם מענטשן אַ בעל דעה און אַ פיהרער? אָט אין דעם באַשטייט די אומנות פון דעם יצה"ר און זיין פעהיגקייט — קענען אויף יעדערן ווירקען.
זדער ערשטער צוטריט פון דעם יצה"ר צו דעם מענטשן איז מיט דברים המותרים, דער יצה"ר רעדט איין דעם מענטשן אַז ער זאָל זיך נאָכגעבן אין אַלץ וואָס מ'מאָג על פי התורה, אין עסען און טרינקען און פאַרשידענע פאַרגעניגענס, ביז ער ווירקט אויף דעם מענטשן אַז ער ווערט צולאָזן, דער יצה"ר פיהרט אַריין דעם מענטשן אין די וועלטן פון פאַרגעניגען און תאוות מאַכט איהם אַ צעלאָזענע האַרץ אויף וועלען נאָכגעבען זיך, וואָס מיט דעם עפענט ער אויף דעם מענטשן אַ טיהר אין דער פאַרברעכער וועלט, אין וועלט פון עבירות פון פאַרברעכעריי, ביז דער מענטש הויבט זיך אָן רחמנא לצלן, צו גליטשען פון די טרעפּ און פאַלט אַריין אין גאַנצען אין רשות פון דעם יצר הרע, וואָס וועבט שוין אַרום דעם געפאַנגענעם בעל תאוה'דיגען מענטשן מיט פאָדים פון פאַרברעכעריי, אַז ער פאַרלירט שוין גאָר דער מענשליכען שכל'דיגען באָדען, און ער ווערט פאַרענדערט אין בהמות'דיגען קערפּער­ליכען לעבען אַז נמשל כבהמות נדמו123.
חאון אַזוי אַרום עפענט זיך אויף פאַר דעם זינדיגען בעל תאוה אַן אָפּגרונט פון שאול תחתית, אַז ער ווערט ווי אַ חי' רעה און ווערט שוין פאַרדאָרבען אין אַלע זיינע מדות (זיטען), אַז ער ווערט אַ