Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Sefer HaSichos Rayatz· 5688 to 5691· Sefer HaSichos 5690· Simchas Torah 5690· 121ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ· תרפ"ח-תרצ"א· ספר השיחות — תר"ץ· שמחת תורה תר"ץ[ednref_1_*]· 121
אדערפאַר ווערט ער אַזוי שטרענג באַשטראָפט?
בנאָר דער וואָס לערנט דעם דין אין זיין מקור, בש"ס ופוסקים, זעהט ער128, אַז נישט פאַר דעם גרעסערן שטיק פלייש וואָס ער עסט אָדער פאַר דעם מעהרער ביסל וויין וואָס ער טרינקט, ווערט ער ביטער געשטראָפט. ניין, די שטראָף איז פאַר דעם וואָס ער לאָזט זיך אין דעם אַריין, פאַר דעם וואָס ער זוכט פאַרגעניגן נאָר אין דעם, פאַר דעם וואָס ער עפענט אַ טיהר צו טיפע פינסטערע אָפּגרונטען, פאַר דעם וואָס ער איז מחלל די שיינקייט פון מענטשהייט, פאַר דעם וואָס ענדליך וועט ער ווערען אַ גנב, אַ גזלן, אַ רוצח, און וועט נאָך מענטשן פאַרפיהרען.
גמג. אַזוי איז דער דרך היצה"ר, ער נעמט אַריין דעם מענשען אין זיין רשות, דורך תאוות היתר, דאָס הייסט וואָס ער רעדט איין דעם מענשן צו זוכן פאַרגעניגען אין די זאַכען וואָס מ'מאָג, און אַזוי מאַכט ער דעם מענשן צעלאָזן, ביז וואַנען דער מענש פאַרלירט די מענשליכע שכל'דיגע שטאַרקייט, אַז ער קומט צו אַ זאַך וואָס מ'טאָר ניט, קאָן ער זיך שוין ניט אָפּהאַלטען.
דדער יצה"ר מאַכט דעם שטאַרקען, טיפזיניקען מענשן פאַר אַ קל הדעת (לייכטזיניקן) און אַזוי פיהרט ער דעם מענטשן אַ טרעפּ נידעריגער און נידעריגער ביז ער פאַרלירט די מענשליכע געפיהלען צום צווייטען מענש, ער ווערט איבערגעגעבען אינגאַנצען צו זיינע פאַרגעניגענס און ווערט אַזוי פאַרדאָרבען, ביז דער מענטש ווערט געפערליכער פאַר דער גרעסטער ווילדער חי'.
העס איז פאַראַן מענשען וואָס זיינען געפאַלען קרבנות פון דעם יצר הרע'ס איינריידען, אַזעלכע וואָס