Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Sefer HaSichos Rayatz· 5688 to 5691· Sefer HaSichos 5690· Simchas Torah 5690· 130ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ· תרפ"ח-תרצ"א· ספר השיחות — תר"ץ· שמחת תורה תר"ץ[ednref_1_*]· 130
אדיגען חיות און התלהבות, וואָס די אמונה האָבען די זיידעס און טאַטעס פון משפחת עדת החסידים איבערגעגעבען בירושה זייערע קינדער און אייניקלעך.
בנג. און דאָס איז דער ענטפער פון משיח'ן, לכשיפוצו מעינותיך חוצה, אָט די והאמונה וואָס די זיידעס און די טאַטעס האָבען געלאָזט בירושה זייערע קינדער און אייניקלעך, איז אין דעם גלות שטראָם צעשפּרייט און צעזייט געוואָרען במרחבי תבל און מדינות שונות.
גאון אויך109 באַ אַזעלכע וואָס איבער פארשידענע סבות זיינען זיי פאַרשטויסען געוואָרען אין חוצה, אַז מען איז אָפּגעריסען פון אידישקייט, אַז עס רעדט זיך ניט וועגען חסידות און הנהגות פון חסידים, עס רעדט זיך מכח טהרת המשפחה, הנחת תפילין, שמירת שבת, מאכלות כשרות.
דאלס איינער פון גזע ובא כח הוד כ"ק אבותינו רבותינו הקדושים זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע פאַל איך ביי זיך ניט אַראָפּ מיט די גזע החסידים וואָס זיינען אַוועק חוצה, וויסנדיק אַז אין זיי פליסט די בלוט פון זייערע עלטערן און אור עלטערן.
האון דאָס זאָגט משיח, אַז אין דעם חוצה איז פאַראַן מעינותיך, די האָבען אין זיך אויך די גרויסע ירושה פון זייערע זיידעס און טאַטעס און אין זיי קאָן זיך אויפוועקען די פּינטעלע פון דעם והאמונה, וואָס זייערע עלטערען האָבען זיך מוסר נפש געווען.
ומשיח'ס ענטפער איז, יפוצו מעינותיך חוצה, די תורת רבינו הבעש"ט נ"ע און די עבודה טהורה בבירור וזיכוך המדות וועט זיך סוף כל סוף צעשפרייטען, אַז אַלע וועלען דערקאָנען דעם אמת, און אויך אפילו די וואָס געפינען זיך אין חוצה איז דער מסירות נפש פון זייערע עלטערען און זיידעס וועט זיי אויפוועקען, אַז זיי זאָלען זיך בענוצען אין פערגעניגען פון הנהגות טובות מיט דעם קלאָהר ריינער ירושה, וואָס זייערע זיידעס און טאַטעס האָבען זיי איבערגעלאָזען.
זדער אויבערשטער זאָל אונז העלפען, בתוך כלל ישראל מיט אַ גליקליכען יאָהר אין אַלץ, און מיר זאָלען זעען ווי די עדת החסידים איז ממלא זייער חוב בתורה ועבודה, און די צווייגעלעך פון דעם אילנא דחיי, גזע החסידים, זאָלען אויפלעבען. און מיר אַלע בתוך כלל אחב"י שי' זאָלען זוכה זיין זעהען בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.