Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Sefer HaSichos Rayatz· 5688 to 5691· Sefer HaSichos 5690· Simchas Torah 5690· 84ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ· תרפ"ח-תרצ"א· ספר השיחות — תר"ץ· שמחת תורה תר"ץ[ednref_1_*]· 84
אשמחת תורה תר"ץ*
ניו יארק
ניו יארק
במהדורא תנינא עם הוספות וביאורים1
גא. אין דער עלית הנשמה פון רבינו הבעש"ט נ"ע בשנת תק"ז. איז ער געווען אין היכל המשיח, האָט מורנו הבעש"ט גיפרעגט באַ משיח'ן, אימתי קאתי מר, האָט משיח געענטפערט, לכשיפוצו2 מעיינותיך חוצה3.
דשאלה ותשובה, איז דאָס אַ געוויסע השכלה און השגה געביידע, אין יעדער געביידע איז פאַראַן דער עצם הבנין, און דער תוך פון דעם בנין, וואָס אַזוי איז אויך אין דער השכלה געביידע, די שאלה איז דער בנין, אין שכל וועלט הייסט דאָס די השכלה, און די תשובה הייסט דער תוך, די בעלייכטונג פון דעם בנין, וואָס אין שכל וועלט הייסט דאָס די השגה, וואָס די ביידע — השכלה און השגה — שטאַרקן און בעלייכטען איינע די אַנדערע.
ההשכלה איז דער גרונדשטיין און דער וואָרצל פון השגה, און השגה איז די רעזידענץ פּאַלאַץ פון השכלה.
ומיט דעם וועט מען פאַרשטיין די טיפקייט פון דעם מאמר החכם, שאלת חכם חצי תשובה, או שאלות החכמה חצי החכמה.
זדי צוויי נוסחאות א) שאלת חכם חצי תשובה4 — די פראַגע ווי אַ קלוגער פרעגט איז דער אופן פון דער פראַגע אַליין אַ האַלבער ענטפער. ב) שאלות החכמה חצי החכמה5 — די וויסענשאַפטליכע פראַגעס זיינען אַליין אַ האַלבער טייל פון וויסענשאַפט. —
חאיז דייטלעך קלאָר אַז די צוויי נוסחאות איז דאָס צוויי בעזונדערע השכלה אינהאַלטן, וואָס יעדע איינע פון זיי האָט אַ ברייטע פערשטאַנדיקע ערקלערונג מיט אַ געוויסע בעדייטונג, אָבער איצטער וועלען מיר זיך ניט פערטיפן אין דעם, מיר וועלין מער ניט ווי לערנען פירוש המלות.
טאין דעם וואָרט אַז שאלת חכם חצי תשובה, איז פאַראַן אַ מעלה און אַ