Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5688 to 5691·Sefer HaSichos 5690·Simchas Torah 5690·87ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תרפ"ח-תרצ"א·ספר השיחות — תר"ץ·שמחת תורה תר"ץ[ednref_1_*]·87

אדער יסוד החסידות איז שכל עצמי, אין שכל איז פאַראַן פערשידענע שכלים, עס איז פאַראַן שכל אנושי, מענשליכער שכל און עס איז פאַראַן שכל אלקי, געטליכער שכל. שכל אנושי איז אַ שכל הנקנה, און שכל אלקי איז אַ שכל עצמי, וואָס דער מציאות המהות פון שכל עצמי איז גאָר אַ אַנדער מהות מציאות פון שכל אנושי.
בזייענדיג מיט דעם טאַטען, פורים תרס"ג11, אין וויען (עסטרייך)12 האָט דער טאַטע גערעדט ביים טיש וועגען לימוד התורה לשמה, לשם התורה, מען ווערט פאַראיינציגט מיט דער תורה, ביז ער — דער לערנער און די תורה — ווערען איין זאַך, זיין סגנון הלשון ווערט אַ תורה לשון און זיין שכל ווערט אַ תורה שכל.
גדער זיידע13 האָט דערציילט דעם טאַטען14 אַז צו בר מצוה האָט אים זיין זיידע15 געזאָגט, אַז מען בעדאַרף לערנען תורה לשמה, וואָס די הכנה צו דעם איז, קלאָר זיין בבלי וירושלמי, תוספתא ספרא וספרי, ווי דער רמב"ם איז קלאָר געווען16.
דדער לובלינער גאון17 האָט מיר דערציילט18 אַז ווען ער איז געקומען קיין ליובאַוויטש צום זיידן13 אין יאָר תרי"ד — באַ דעם לובלינער איז געווען אַ סדר, אַז ווען ער פלעגט קומען קיין ליובאַוויטש פלעגט ער בריינגען אַ ענין אין לערנען, אין וועלכן ער פלעגט זיך מפלפל זיין מיט'ן זיידען — האָט ער געבראַכט אַ טיפן פלפול מיט אַ סך חידושים.
הקומענדיג אין ליובאַוויטש האָט ער איבערגעטראַכט דעם פלפול מיט די חדושי תורה און איז געווען זייער צופרידען, וויסענדיג אַז מיט דעם וועט ער פאַרשאַפען דעם זיידען אַ גרויסן נחת רוח, און באַ אַ חסיד איז דאָך איינע פון די גרעסטע זאַכען, ווען מען קען גורם זיין אַ נחת רוח דעם רבי'ן, וואָרום אַ חסיד ווייסט אַז עלמא עילאה כגוונא דעלמא תתאה19, דער וואָס איז מקושר