Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5688 to 5691·Sefer HaSichos 5690·Simchas Torah 5690·89ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תרפ"ח-תרצ"א·ספר השיחות — תר"ץ·שמחת תורה תר"ץ[ednref_1_*]·89

ארבי איז געווען אַ עצמי22, און האָט גלייך פערטייטשט וואָס איז דאָס אַ עצמי, אַ עצמי איז אַ שכלי, וואָס זיין שכל איז אַ שכל עצמי, אין שכל אלקי גופא איז פאַראַן כמה חלוקי דרגות, למשל, אין חכמת התורה, וואָס דאָס איז דאָך שכל אלקי, איז אין דעם פאַראַן חלוקי מדריגות, לבד זאת וואָס אין שכל איז פאַראַן קטנות וגדלות, קליין און גרויס, אַ קליינער שכל און אַ גרויסער שכל, און עס איז פאַראַן חכמה און שטות, אַ קלוגער שכל און אַ נאַרישער שכל, איז אַ חוץ דעם זיינען פאַראַן חלוקי דרגות פון בעלי השכלה און בעלי השגה אין חכמת התורה, וואָס דאָס איז שכל אלקי.
בדער טאַטע21 האָט מיר יעמאָלט מסביר געווען דעם ענין פון חלוקי דרגות אין שכל אלקי על דרך די ג' חלוקים אין אמת, אין אמת זיינען פאַראַן דריי דרגות כוללים23: א) שפת אמת24, ב) אמת, ג) אמת לאמתו25. אַלע דריי דרגות זיינען אמת, פונדעסטוועגן איז דער אמת פון דער מדריגה שפת אמת ניט דער אמת ווי אין דער מדריגה פון אמת עצמה, און דער אמת פון דער מדריגה פון אמת עצמה, איז ניט דער אמת פון דער מדריגה אמת לאמתו.
גדי דריי דרגות אין אמת, האָט געזאָגט דער טאַטע, זיינען דריי וועלטן מיט כמה וכמה מדרגות חלוקות זה מזה, וואָס בכללות איז דאָס אין ספירות די ג' ענינים, חב"ד חג"ת נה"י, און אין עולמות איז דאָס אצי' בריאה יצירה.
דה. פאַר די וואָס לערנען אונזערע*25 חסידות — האָט געזאָגט דער טאַטע26 — איז איבעריג מבאר צו זיין, אַז חב"ד חג"ת נה"י און אצילות בריאה יצירה, איז אין עולמות דער עולם האצילות, און אין ספירות די ג' ספירות חב"ד, זיינען די מדרגה פון אמת לאמתו. דער עולם הבריאה און די ג' ספי' חג"ת, זיינען די מדרגה פון אמת, און דער עולם היצי' און די ג' ספי' נה"י זיינען די מדרגה פון שפת אמת.
האָבער פאַר אַנדערע חסידים, אויך פאַר אונזערע חסידים, וועלכע לערנען קיין חסידות ניט — הגם אויב מען לערנט קיין חסידות ניט מיט וואָס זיינען זיי אונזערע חסידים, דאָס איז אַ ענין פאַר זיך, אָבער עס זיינען פאַראַן אַזעלכע, וועלכע לערנען ניט קיין חסידות און זיי זיינען אויך אונזערע, וואָס מיר מוזען פאַר זיי זאָרגען ביחוד, דאָס וואָס איך זאָג ביחוד, ווייל באמת דאַרף דאָך באַ אידען ניט זיין קיין חלוקים, מען דאַרף זאָרגען פאַר אַלע אידען, אָבער מכל מקום זיינען פאַראַן חלוקים, ווי עס איז ע"פ תורה. — דאַרף מען יאָ געבען צו פאַרשטיין.
ומיט חסידות דאַרף מען זיך ניט אָנוואַרפען און אָנשלאָגען. דער רבי האָט געזאָגט, אַז מיט דריי זאַכען דאַרף