Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5688 to 5691·Sefer HaSichos 5690·Simchas Torah 5690·99ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תרפ"ח-תרצ"א·ספר השיחות — תר"ץ·שמחת תורה תר"ץ[ednref_1_*]·99

אדי מאמרים פון יאָהר תרנ"ח ביז די מאמרים פון חג השבועות, זיינען איינצלנע מאמרים, און די ענינים פון די מאמרים זיינען אַזעלכע וואָס מתחילים אין לימוד החסידות זאָלן דאָס אויך קאָנען בעגרייפן.
בדעם מאמר פון חג השבועות תרנ"ח איז אַ טיפער מאמר, אָבער דאָך איז דאָס לפי ערך די תלמידי תומכי תמימים אין יענער צייט.
גדי מאמרים פון יאָהר תרנ"ט זיינען שוין פאַר אַזעלכע וואָס פאַרשטייען טיפערע ענינים אין חסידות, און די מאמרים פון יאָהר תר"ס זיינען נאָך טיפערע ענינים.
דאין יאָהר תר"ס האָבן אַ טייל תלמידי ישיבת תומכי תמימים שטאַרק גיטאָן אין די מאמרים, וואָס דער טאַטע האָט געזאָגט, און התלמיד מובהק החסיד הרב ר' אברהם דוד ז"ל פויזנער מקלימאָוויטש60 האָט גישריבן הנחות אויף די מאמרים.
האויף וויפל באַ דעם טאַטען איז גיווען חשוב די הנחות וואָס התלמיד הרא"ד האָט גישריבן, איז צו זעהן דערפון וואָס ער פלעגט זיי דורכזעהען און אין פאַרשידענע ערטער גיזאָגט ווי צו פאַרריכטן, און דאָס איז דער טעם וואָס אין יאָהר תר"ס האָט דער טאַטע ווייניק גישריבן די מאמרים וואָס ער האָט געזאָגט בשבתות השנה61.
וטו. אין יאָהר תר"ס נאָך חג הסוכות, בעפאָהר דער טאַטע פאָהרט אָפּ אין חאַרקוב62 — וואו ער מאַכט דורך אַ געוויסע קוראַציע אונטער דער אופפאַסונג פון פּראָפעסאָרן — גיט דער טאַטע אַרויס דעם ערשטן קונטרס63 פאַר די תלמידי ישיבת תומכי תמימים יצ"ו.
זדער קונטרס הייסט קונטרס התפלה, דער אינהאַלט פון דעם קונטרס זאָגט דער טאַטע אַרויס אין אַ פּאָר קורצע ווערטער, אַז דער קונטרס איז אַ ענטפער די וואָס פרעגן ווי דאַוונט מען, און מיט וואָס דאַוונט מען.
חדער קונטרס איז אַ ברייטער טיפער ענטפער אויף די שאלות וואָס אַ חסיד דאַרף פרעגן באַ דעם רבי'ן אויף יחידות, ווי מען דאַרף דינען השי"ת אין דער עבודה שבלב פון תפלה.
טדער קונטרס התפלה איז אַ הוראה ווי אַזוי עס דאַרף זיין די עבודה פון דער הכנה פון תפלה, און די פעולה פון