Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5688 to 5691·Sefer HaSichos 5688·Purim 5688ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תרפ"ח-תרצ"א·ספר השיחות — תרפ"ח·פורים·תרפ"ח

אפורים, תרפ"ח
באולם תומכי תמימים, ווארשא
בא. בשעה ה' בערב נכנס כ"ק אדמו"ר אל האולם של הישיבה שם עמדו הכן כל תלמידי הישיבה והרבה בע"ב וחסידים, כל או"א על מקומו, אחרי שעה קלה נטל כ"ק אדמו"ר ידיו לסעודה ואחריו כל המסובים, באמצע הסעודה לבש כ"ק אדמו"ר את הכובע ואמר:
גאיך וויל זאָגן, ניט קיין חסידות, נאָר אַ הקדמה צו חסידות:
דהאומר1 דבר בשם אומרו יהא רואה כאלו בעל השמועה עומד לפניו שנאמר2 אך בצלם יתהלך איש, איז ממילא אַז מען זאָגט דברי הרב וכמו"כ אַז מ'זאָגט אַ ניגון וואָס איז מכוון עפ"י הכוונה איז דעמולט כאלו בעל השמועה עומד לפניו3.
הדעם רבי'נס ניגון*3 זיינען די זיידעס נזהר געווען צו זינגען נאָר אין זמנים מיוחדים4: ר"ה, חודש אלול, אויף אַ ברית, אויף אַ חתונה און אַ בר מצוה וואָס איז זמני שמחה, י"ט כסלו האָט דער טאַטע געזאָגט איז ר"ה צו דעם ניגון.
ובשנת תרס"ג5 האָט דער טאַטע אונז צוגערופן און האָט אונז געלערנט דעם ניגון און האָט אים פאַרטייטשט, און האָט געזאָגט אַז אין דעם ניגון איז פאַראַן פיר פאַלען כנגד ד' עולמות און באַ יעדער פאַל איז פאַראַן אַ אָפּהאַלט אַ אָ?זאַץ6, אַזוי איז דער ענין עלי' אָט ווי איינער גייט אַז ער וויל גיין העכער מוז זיין דער צוריק האַלט.
זדער טאַטע האָט מנהיג געווען צו זינגען דעם ניגון אויך פורים און שמח"ת, איז זאָל מען זינגען יעצט דעם ניגון און יעדערער זאָל זיך מעורר זיין כפי חפצו און דער אויבערשטער זאָל העלפן.
ח[ושרו את הניגון הידוע של אדמו"ר הזקן. בבא האחרונה שרו עשר פעמים כי כן צוה כ"ק אדמו"ר. גם הוא שר את הניגון בדביקות נפלאה ובבכי' רבה].
טאח"כ אמר אחד מהמסובים אל התמימים שיקחו משקה. ואמר כ"ק אדמו"ר: באמת קומט זיי משקה, וואָרום כל העולם הזה איז משועבד לבעלי תורה, וואָרום אם בחקתי תלכו גו' ונתתי גשמיכם בעתם7, ע"פ פשוט איז ווייל ע"י הגשמים איז דאָך די צמיחה פון כל מיני צמחים8, נאָר גשמים איז אויך כל מיני גשמיות8, איז דאָך אם בחקתי תלכו ונתתי גשמיכם כו' די גאַנצע גשמיות איז משועבד לבני תורה, וואָרום הקב"ה נק' חתן ונש"י נק' כלה9 ובעת מתן תורה האָט דער אויבערשטער מקדש געווען את ישראל10, קידושין דאַרף דאָך זיין ע"י טבעת קידושין11, אַ זאַך וואָס מיט דעם איז מען מקדש וואָס דאָס איז כל עניני עולם הזה12, נאָר זיי דאַרפן ניט נעמען, ווארום יעקב האָט זיך צעטיילט מיט די עולמות ועשו נטל עולם הזה13, איז אַ איד דאַרף זיין מיט אַ טפח14 העכער פון דער ערד, נאָר ס'איז פאַראַן דברים המוכרחים וואָס מען מוז האָבן, פאַרוואָס מוז מען זיי האָבן ווייל אַזוי האָט מען געוואָלט למעלה, די כוונה עליונה איז אַז די בירורי ניצוצות דתהו זאָל זיין דורך יעקב'ן15 און ניט דורך עשו'ן ממילא דאַרף מען אָנקומען צו עניני עולם הזה דאַרף מען זיי טאַקע אַלץ געבן.
יאין16 שנת תרס"ז איז געשטאַנען צום פּריזיוו17 איינער פון די תמימים — כ"ק אדמו"ר רמז להמקורבים אצלו שזה הי' ר' שילם18 — וואָס עפ"י טבע האָט ער ניט געקענט באַפרייט ווערן ווען מ'זאל ניט מאַכן קיין כלי, האָט דער טאַטע געהייסן אַז מען זאָל גאָרניט טאָן, און האָט געזאָגט19 דו וועסט באַפרייט ווערן, און כך הוה. האָט דער טאַטע געזאָגט אַז דער גאַנצער ענין פון ניצוצות דתהו וואָס נפלו בשבירה און ס'איז געוואָרן דער וואָלאָסט20 איז דאָך אַלץ געווען כדי דער תמים זאָל דאָרטן שטיין און בעפרייט ווערן מען זאָל אים זאָגן ניע גאדין21 און ער זאָל גיין צוריק לערנען און דאַוונען,
יאאיז דאָך טאַקע מוכח אַז כל עניני עולם הזה געהערט צו זיי, נאָר זיי דאַרפן ניט נעמען, וואָרום אַז מ'נעמט איז מען דאָך אַ מקבל, אַ מציאות.
יבאח"כ חלק אחד משקה לאנ"ש, ואמר לו כ"ק אדמו"ר: נעמט איר אַליין פריער משקה וואָרום מ'קען ניט זיין קיין משפיע וואו מען זאָל ניט זיין פריער אַ מקבל, יין איז אַ דבר המופרך חוץ יין לקידוש און דאָ מאַטערט מען זיך מתווך זיין קבלה מיט נגלה, יי"ש22 איז שבת נאָכן דאַוונען און פאַר בעלי מדרי', אַ גאַנצע וואָך טאָר מען ניט טרינקען23, נאָר אין זמנים פון שמחה דאַרף מען נעמען בדרך קבלת עול.
יגב. אח"כ עמד כ"ק אדמו"ר על רגליו ואמר דעם ערשטן לחיים, בשם אבותי הקדושים הנני מברך אַלע אידן פון רוסלאַנד ובפרט אנ"ש ובכלל אַלע אידן וואָס לערנען תורה מתוך העוני והדוחק.
ידעס שטייט אין ילקוט24 בשם המדרש25 אַז עיקר גזירת המן הי' לבטל תינוקות של בית רבן מלימוד התורה, און מרדכי האָט געטאָן פאַרקערט וקיבץ כ"ב אלף תינוקות של בית רבן ולמד עמהם תורה26 ועמדו שנה תמימה27 במסירת נפש על התורה ובזכות זה איז געווען די גאולה למעלה מן הטבע און בהתלבשות אין טבע.
טואין רוסלאַנד איז אנשים נשים וטף שטייען מיט מסירת נפש בפועל ממש על התורה. דער אויבערשטער זאָל אַראָפּ נעמען אַלע העלמות והסתרים זיי זאָלן קענען לערנען תורה מתוך הרחבה. ענטפערט אידן אמן. וענו כולם אמן.
טזואח"כ אמר כ"ק אדמו"ר: דער אויבערשטער זאָל העלפן אַז די מסירת נפש וואָס איז פאַראַן אין רוסלאַנד זאָל אייך — וואָס אייך לגבי זיי קען מען אָנרופן לומדי תורה מתוך העושר — זאָל אַייך מאיר זיין אין עבודה פנימית, כל העוסק במצוה פטור מן המצוה28, וואָס ס'איז דאָך ידוע הפי' בזה29 ווייל אין דער מצוה איז פאַראַן די המשכה פון יענער מצוה אויך, איז ממילא דורך דעם וואָס איר וועט זיך משתתף זיין בהשתתפות הרוח מיט יענע אידן דורך דעם וועט מאיר זיין אין אייער תורה ועבודה דער אור פון תורה במסירת נפש אין אַ פנימית.
יזאח"כ ישב כ"ק אדמו"ר על מקומו.
יחג. רח"ע (דער קאַלישער) אמר לחיים לכ"ק אדמו"ר. וענה: לחיים עם כל הפירושים, איר זייט דאָך בעצם אַ פּוילישער, נאָר איר האָט זוכה געווען צו זיין באַ דעם טאַטן, איר האָט געזען אַ צדיק אין אַ ראי' פנימית, איר זייט געוועזן אויף יחידות, דער טאַטע האָט געזאָגט לחיים עם כל הפירושים, דער פשט איז, אַז מ'לעבט איז דאָס עם כל הפירושים.
יטד. כ"ק אדמו"ר אמר לאחד שגנח על שדוחקים כתפיו: קרעכצעט ניט, אויף וואָס דאַרף מען האָבן אַ רוקן אויב ניט אויף קוועטשן אים צו אַ חסידישען פאַרברענגען, דער קוועטש מאַכט ניט אויס, אַ אנדער קוועטש דאַרף אַרן.
כה. קרא לרש"ז ואמר באמת האָט מען געדאַרפט צורופן די עלטערע בחורים און יונגעלייט און דורך ריידן זיך מיט זיי, מען ווייס ניט די יסודי החסידות, די עלטערע זיינען געווען באַ דעם טאַטן און געוואַלגערט זיך מיט חסידים זיי ווייסן די יסודי החסידות, אָבער די יונגע לייט ווייסן ניט.
כאאח"כ פתח ואמר: רבים שואלים ודורשים וואָס איז חסידות חב"ד? תורת הבעש"ט? תורת החסידות? והתשובה בזה: חסידות איז אַ מחקר אלקי, אַ געטלעכע חקירה, הגם החקר אלוה תמצא30 וואָרום אין אלקות איז ניט פאַראַן קיין הקדמות ומבוא אויף צו משיג זיין, אין שכל אנושי איז פאַראַן אַ הקדמה און א מבוא אויף צו קומען צו דעם, ווי אַ מלמד לערנט מיט די קינדער פריער לערנט ער אים אויס אותיות, דערנאָך צירופים, דערנאָך דעם פירוש, וואָס דער פירוש ווענדעט זיך אין וואָס פאַר אַ ענין דער וואָרט שטייט, וואָרום איין וואָרט טראָגט אין זיך כמה פירושים, נאָר עס ווענדט זיך אין וואָס פאַר אַ ענין דער וואָרט שטייט, דערנאָך איז פאַראַן דער לימוד פון ענין הסברא, און סברא בנוי' מן סברא, השגת החיוב השגת השלילה, וואָס השגה בכלל איז אַלץ אין זמן ומקום, העכער פון זמן ומקום איז ניט שייך קיין השגה, וואָס חוקרים זיינען אויך מודה אַז למעלה מגלגל התשיעי איז ניט שייך קיין זמן ומקום31, עולם הזה איז זמן ומקום32, עשי' הרוחני' איז אויך זמן ומקום נאָר בהפשטה ביז אצי' דאָרט איז בדרך קדימה ואיחור, מל' דאצי' בינה דאצי' חכמה דאצי' — ס'איז בדרך קדימה ואיחור33, אין מדרש34 זאָגט ער כשעלה משה למרום מנין ידע אימתי יום ואימתי לילה, בשעה שאמרו ברוך ידע שהוא לילה, וואָס די ידיעה פון קדוש וברוך צו דעם ענין יום ולילה האָט כלל קיין שייכות ניט נאָר עס איז אַ הוראה אויף זמן, פון דעם וואָס די ענינים זיינען מתחלפים ווייס מען זמן.
כבאיך קען זאָגן35, איך האָב אויף דעם אַ יסוד צו זאָגן ווי — להבדיל אלף אלפי הבדלות לאין קץ — קען מען האָבן אַ ציור אויף דעם ענין ידיעת הזמן פון טורמע, וואָס אין טורמע ווייס מען דאָך ניט קיין זייגער איז פון וואַנען ווייס מען וויפל דער זייגער איז, אַז מען גיט ברייט איז זיבן אַזייגער, אַז מען גיט וואסער איז נייען אַ זייגער, אַז מען גיט נאָך אַ מאָל וואַסער איז זעקס פאַר נאַכט, וואָס די ידיעה אין זמן איז פון די ענינים וואָס טוען זיך אָפּ אין דעם זמן.
כגהיינט וואָס איז שייך השגה אין אלקות, וואָס האָט ניט קיין שייכות צו זמן ומקום ואיך אפשר לומר אַז חסידות איז אַ מחקר אלקי?
כדנאָר דאָך האָט דוד געזאָגט36 דע את אלקי אביך ועבדהו בלב שלם ובנפש חפצה, אַז עס זאָל זיין עבודה בלב איז דוקא דורך ידיעה והשגה וואָס באמת איז חסידות השגת העצמות, אַזוי ווי דער רבי זאָגט אין תניא37 בנים אתם לה' אלקיכם38, וואָס אַ זון דערהערט דעם טאַטן, הגם דער בן איז ניט בערך דעם טאַטן, מ"מ דערהערט ער אים וואָרום ברא כרעא דאבוה39, דאָס וואָס עס קען זיין יפה כח הבן איז דאָך דאָס גופא "מכח האב"40 מצד די כחות נעלמים פון דעם אב41. למעלה איז דער משל במכוון ניט שייכות, נאָר למעלה איז דער ענין וואָס עצמות איז נותן מקום אַז נשמות זאָלן אים משיג זיין.
כהדי התחלת החסידות דאַרף זיך אָנהויבן פון עבודה בפועל, זיין אַ עוצם עיניו42, ניט קוקן וואו מען דאַרף ניט, אַ אוטם אזניו43 ניט הערן קיין גלייכ­ווערטלעך, אויב ער זעט אַ מדה לא טובה באַ זיך דאַרף ער האָרעווען אויף מתקן זיין דאָס, יעדערער דאַרף זיך גוט קענען און ממילא וועט ער זיך מתקן זיין און דאָס דאַרף אים נוגע זיין עד דכדוכה של נפש, נאָר ער דאַרף באַ זיך ניט זיין אַראָפּגעפאַלן ער דאַרף פון דעם אַליין זיין פריילעך וואָס ער שטייט אין אַ מקום וואָס ער קען נתתקן ווערן.
כואַ משגיח אַז ער זעט אין אַ תלמיד אַ מדה לא טובה דאַרף דאָס אים שטאַרק פאַרהאַרן און ניט יוצא זיין מיט אַ זאָג טאָן אים און יוצא, נאָר טאַקע זען אַז דאָס זאָל נתתקן ווערן, נאָר אַז מען דאַרף יענעם מוסר'ן דאַרף מען פריער זיך אַליין מתקן זיין, וואָרום עס איז דאָך כמראות הצובאות כו'44 אַז מען זעט עפּעס אַ דבר לא טוב באַ יענעם איז אַ סימן אַז דאָס איז באַ אים פאַראַן בדקות, און אַמאָל נאָך בחומר יותר, דאַרף מען פריער זיך מתקן זיין דעמאָלסט פועל'ט דאָס אויף יענעם אויך.
כזודלא כהטועים וואָס זיי מיינען אַז דער עיקר איז דער פאַרשטאַנד די ידיעה, און ווער רעדט נאָך אַז ער ווייס אַ אות אין לקו"ת תו"א און ער ווייס אַז דאָ שטייט אַזוי און דאָ שטייט אַזוי, און ווער רעדט נאָך אַז ער ווייס אַ כתב, איז דאָך גאָר אַ נגע צרעת וואָס מען קען זיך פון אים גאָרניט אַרויסדרייען — איך וויל ניט ריידן באריכות וואָרום עס קען ברענגען צו התרגשות און דאָס איז איבעריק — ער דאַרף וויסן אַז ער איז מכניס צלם בהיכל. חסידות וואָס איז נתגלה געוואָרן לאחר כמה הרפתקאות דורך דעם בעש"ט און דערנאָך דורך תלמידי הבעש"ט און דערנאָך האָט דער רבי גענומען אויף זיינע כתפיו אַריינ­פירן אין לעבן — און דער איז מבזה חסידות כבוד אבותינו רבותינו הק'.
כחאיך האָב געהערט פון אַלטע חסידים אַז באַ דעם רבי'ן איז דער קאַמער45 וואָס פאַר חדר יחידות האָט מען גערופן גן עדן התחתון, און דער חדר פון יחידות גן עדן העליון46. אַז מען האָט געפרעגט אויף איינעם וואו ער איז, האָט מען געענטפערט אַז ער איז אין גן עדן התחתון.
כטאיידער ער איז אָנגעקומען אויף יחידות האָט ער באַ זיך מחליט געווען אַז וואָס עס ווילט זיך זאָל מען ניט טאָן, מען מיינט ניט וואָס מען טאָר ניט, וואָרום וואָס מען טאָר ניט, טאָר מען דאָך ניט, נאָר מען מיינט בכלל מה שליבו חומד אפילו בדברים המותרים ווי עס ווערט געבראַכט אין אַ מאמר המוסגר47, און אין אַ בריוו איז דאָס דאָ באריכות48.
לו. ההפרש בין תבואת השדה לתבואת הכרם, דעם היות שגם בתבואת השדה צריכים ניכוש מ"מ אינו מפסיד כ"כ משא"כ בתבואת הכרם הנה הצמחים הלא טובים מפסידים גם את הגפנים הטובים, עוד הפרש דבתבואת השדה יש שצומח איזה פעמים בשנה משא"כ בתבואת הכרם יש שצומחים פעם אחת לג' שנים ועוד יותר. וכן יש חילוקים בצמיחה שהצמיחה בתבואת הכרם הוא באין ערוך, וגם שבתבואת השדה צריכים לזרוע כל פעם ופעם ובתבואת הכרם הוא הנה בזה שנוטע את האילן פעם אחת הוא מגדל פירות כ"ז קיום האילן. [כ"ק אדמו"ר האריך לדבר בזה בארוכה. ואח"כ סיים:] חסידות חב"ד איז תבואת הכרם.
לאז. אחר ברהמ"ז קרא לועד ההנהגה של הישיבה והמנהלים והמשגיחים והמשפיעים והר"מ, ועמד על רגליו ובירך לכאו"א ברכה מיוחדה להועד, אח"כ להמשגיחים והמשפיעים והראשי ישיבות,
לבואח"כ פנה להתמימים ואמר: אייך תמימים זאָג איך כו' ובירך אותם, ובתוך הברכה של התמימים שי' אמר:
לגדי ישיבה אין ווארשע איז שוין זיבן יאָר. היום הזה נהיית לעם49 ישיבת "תומכי­תמימים" דליובאוויטש בעי"ת ווארשע פולין! די יסודי החסידות איז שוין אַ ביסל נתברר געוואָרן און ס'וועט נאך אי"ה נתברר ווערן, דער חותם פון תמימים איז אהבה ואחוה בכלל, איינער דאַרף פאַרהאַרן דעם צווייטן אין אַלע ענינים, איר דאַרפט זיך מקשר זיין מיט די שארי בני הישיבות תו"ת של שארי הארצות, אַז איינער זעט באַ דעם אַנדערן אַ מדה טובה, דאַרף ער זיך מתענג זיין אין דעם אַקוראַט50 ווי דאָס וואָלט געווען באַ אים אַליין, און כמו"כ איז להיפך כו'51.
לדכ"ק אדמו"ר יצא מהאולם בשמחה גדולה ולוו אותו עד אשר ישב בהאוטו.