Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Sefer HaSichos Rayatz· 5688 to 5691· Sefer HaSichos 5689· Purim 5689ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ· תרפ"ח-תרצ"א· ספר השיחות — תרפ"ט· פורים תרפ"ט
אפורים תרפ"ט
דיבר הרבה אודות ביאת המשיח בקרוב, ואמר: באַ מיר איז איצט די ברכה איך זאָל בענטשן מיט אריכות ימים [...], וואָס איך ווייס אַז זיי ווילן די ברכה, ווייל געוויס בקרוב ממש וועט זיין ביאת המשיח, און טאַקע ניט דער משיח וואָס מיט קויפן ערד אין ארץ ישראל והדומה, רק דער משיח וואָס מיר וואַרטן, וואָס אַלע וועלן זיין דאָרטן און דער טאַטע אויך.
דיבר הרבה אודות ביאת המשיח בקרוב, ואמר: באַ מיר איז איצט די ברכה איך זאָל בענטשן מיט אריכות ימים [...], וואָס איך ווייס אַז זיי ווילן די ברכה, ווייל געוויס בקרוב ממש וועט זיין ביאת המשיח, און טאַקע ניט דער משיח וואָס מיט קויפן ערד אין ארץ ישראל והדומה, רק דער משיח וואָס מיר וואַרטן, וואָס אַלע וועלן זיין דאָרטן און דער טאַטע אויך.
בואח"כ בהמשך הדברים אמר לר' מרדכי דיסנער1 שביקש ברכה: איך בענטש דיך און דיינע קינדער. דיינע קינדס קינדער וועט שוין דער טאַטע בענטשן, און טאַקע בעוה"ז.
גיעדערער זאָל זיך דערמאָנען ווי ער איז געווען אין די 10 מינוט וואָס ער איז געשטאַנען באַ דעם טאַטן, און ווי איז ער איצט, און אַז ער וועט זיך דאַרפן ווייזן פאַר'ן טאַטן.
דואח"כ דיבר ההפרש שבין חנוכה לפורים, איך שפורים הי' המס"נ באופן נעלה, חנוכה האָט מען מלחמה געהאַלטן2, מתתי' ובניו זיינען געגאנגען אויף מס"נ אָבער זיי האָבן אויך מלחמה געהאַלטן. פורים האָט מרדכי גאָרניט געטאָן, מ'איז אַ יאָר געשטאַנען אין מס"נ3. וואָס האָט ער אָבער געטאָן — קיבץ כ"ב אלף תלמידים4, און וואָס האָט ער געלערנט — הלכות קמיצה5, וואָס דאָס איז אַ חוקה ניט על פי שכל (אין דעם איז אויך פאַראַן שכל ווי ס'דאַרף זיין די מצוה כו'), וזה הי' המס"נ שלהם שזה הנחת עצמותו לגמרי.
האחד התחיל לשאול ולומר לו מה שמבין הכוונה בזה (ומובן שאמר לפי הבנתו). ואמר: אַ טאַטנס אַ קינד וואָס האָט אונטער זיך 8 עטאַזשן6 — אפילו ער זאָל אַליין גאָר ניט צוגעבן — פאַרשטייט אַנדערש, און בפרט כו'.
ובעת איך בין געזעסן7 אין ג.פ.או. (ל"ע) איז מיר געווען בעסער איידער איצט. בשעת מען איז מיר געקומען פאָטאָגראַפירן, והי' ביום הש"ק, והייתי מעוטף בהטלית, און בעת מען איז צו מיר צוגעגאַנגען זאָגן אַז מ'וויל מיר פאָטאָגראַפירן, האָב איך אַ מאַך געטאָן מיטן האַנט8.
זיעמאָלט איז באַ מיר געווען דער טאַטע און דער זיידע און האָט געזאָגט דער מאמר: הודו להוי' כי טוב. און יורדי הים באניות9, און. . . 10.
חאון בכלל בין איך דאָרטן געווען אַ טפח העכער11 פון דער ערד.
ט(נתן לאחד — אַ בעה"ב אַ געפּוצטער — חתיכת דג משלו בידו הק', ואמר:) איר מעגט נעמען פון מיין האַנט, איך האָב זיך געוואַשן.
יופנה אל כולנו ואמר: הלוואי וואָלט באַ אייך געווען די הענט נאָך מקוה פונקט ווי באַ מיר פאַר מקוה.
יאכ"ק אדמו"ר אמר לאחד: וואָס זאָגסטו ניט קיין לחיים, והשיב: איך וויל לאָזן איך זאָל קענען הערן חסידות, ואמר כ"ק אדמו"ר: דו רעכנסט אַז עס וועט זיין חסידות? אַז איך דאַרף זאָגן חסידות דאַרף מיר דער טאַטע זאָגן: זאָלסט זאָגן דעם מאמר. יעמאָלט ווייס איך אַז איך וועל פּאַקן אַ אידן12. און אַז אָן דעם קען זיין השכלה, קען זיין התקשרות, קיין אידן וועל איך שוין ניט פּאַקן12 — וואָס דאָס דאַרף דאָך זיין דער עיקר פון זאָגן חסידות. דער וואָס זאָגט חסידות צוליב השכלה זאָל שטום ווערן (ח"ו) ווער עס הערט חסידות צוליב השכלה זאָל טויב ווערן (ח"ו).