Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Sefer HaSichos Rayatz· 5688 to 5691· Sefer HaSichos 5689· Simchas Torah Before Hakafos 5689· Rigaספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ· תרפ"ח-תרצ"א· ספר השיחות — תרפ"ט· שמח"ת קודם הקפות תרפ"ט· ריגא
אשמח"ת קודם הקפות תרפ"ט1, ריגא
א. [אמר לר' מרדכי דובין2:] איר זייט אַ איש הטוב והחסד בעצם, אָבער דאָס איז נאָך ניט קיין עבודה. עבודה איז בירור וזיכוך, אַז איינער האָט מדות לא טובות און ע"י עבודה איז ער זיי מזכך.
א. [אמר לר' מרדכי דובין2:] איר זייט אַ איש הטוב והחסד בעצם, אָבער דאָס איז נאָך ניט קיין עבודה. עבודה איז בירור וזיכוך, אַז איינער האָט מדות לא טובות און ע"י עבודה איז ער זיי מזכך.
בדער טאַטע האָט געזאָגט, עס איז אַ חקירה וואָס איז בעסער צי מען איז געבאָרן במדות טובות אָדער מ'ווערט געבאָרן מיט מדות לא טובות און ע"י עבודה איז מען זיי מזכך, דער אמת איז אַז דאָס איז בעסער.
גושאל אחד: במה ניכר אם הפועל טוב הוא מצד שהוא איש החסד בעצם או שהוא על ידי עבודה?
דואמר כ"ק אדמו"ר: על ידי עבודה איז אַנדערש, אַמאָל דאַרף ער גאָרניט לויפן אַראָפנעמען אַ נאלאָג3 פון פינף רובל פאַר יענעם, ער דאַרף גאָר איצטער לערנען אַ פּרק משניות, נשקשה זאָל יענער אָפּצאָלן, אַמאָל איז גאָר וויילע ער גיט ניט אויף תורה, כהמעשה בגמרא4 על בני אחתי' דר"י בן זכאי, שנגזר עליהם שיאבדו בשנה זו כך וכך כסף, וואָס ער האָט זיי גענייט געבן געלט אויף צדקה און די איבעריקע האָט מען ביי זיי צוגענומען, און ער דאַרף נאָר קובע זיין עתים לתורה און ניט לויפן אַראָפּנעמען פאַר אים זיינע נאלאָגן.
האיך בין ניט קיין אַגיטאַטאָר5, אַנטקעגן די וואַלן בין איך יע אַ אַגיטאַטאָר, אָבער ווי דער ענין פון נר ה' נשמת אדם6, להאיר אור, און אַנטקעגן די וואַלן איז ניט מיין ענין, נאָר עס פעלט נאָך אייך זייער אַ סאַך להשלים הכוונה דדירה בתחתונים7. אַ צוווייטיגטער איד כו'.
וב. [אמר לאחד:] דער אויבערשטער זאָל אייך העלפן אַ טוב הנראה ונגלה. וואָרום אין רוחניות איז אַ געשמאַק אין דאַוונען אויך אַ טוב, אָבער ער איז נאָך ניט נראה ונגלה; און אין גשמיות איז אַ טוב נראה ונגלה. דער אויבערשטער זאָל אייך העלפן עס זאָל אַזוי גוט זיין אַז נאָך אַלע געשעפטן זאָל אייך בלייבן צייט אויף לערנען חסידות.
זג. [אמר לאחד:] דו ביסט געזונט און וועסט אי"ה זיין געזונט, נאָר די באָרד זאָלסטו ניט טשעפּען, דאָס טויג ניט, פע, דאָס זאָל מען ניט טשעפּען. און דו זאָלסט זאָגן אַלע טאָג דעם יום תהלים און די פרשה עם רש"י, וועסטו גיין אין מאָסקווע און קיינער וועט דיך ניט טשעפּען. אויב דו קענסט ניט לערנען אַליין די פרשה חומש עם רש"י וועסטו בעטן וועמען עס איז זאָל מיט דיר לערנען, נאָר חומש מיט רש"י קענסטו אַליין, קיין גמרא קענסטו ניט. [וצייר כ"ק אדמו"ר:] אַז מען האָט אים געוואָלט פאַרהערן בעת ער האָט געלערנט אין זאַל, האָט ער אויסגעשטעלט די אויגן, וואָס איז דאָס מיך אויך פאַרהערן?
חדער רבי דער צ"צ איז דאָך אַ מרא דאתרא במדינת רוסיא, און ער פּסק'נט אַז דאָס איז אַ איסור דאורייתא8, במילא דאַרף מען די באָרד ניט טשעפּען, און זאָגן דעם יום תהלים9 במילא דאַרף מען שוין דאָך דאַוונען מיט אַ מנין, ואז יהי' לך טוב, ויתן לך השי"ת זרעא חייא וקיימא בשנה זו (כ"ק אדמו"ר נתן לו חתיכת בשר מבשר שלו לכוונה זאת).
ט[אמר לר' לייב, בעה"ב של חתנו הרש"ג:] ע"י חתני נודע לי שעקרת ביתך איז אַ ערלעכע, כי היא בת מלמד, און דאָס איז דער גרעסטער יחוס ביי אידן, וגם הוא איז אַ ערלעכער, אבל שיניח את הזקן, און זאָל זי ניט טשעפּען, אַ ערלעכער איד דאַרף ניט טשעפּען די באָרד, און ער זאָל זיך אַוועקגעבן אויף תורה, און גיין קלייבן געלט אויף תורה.
יאַז דער רב האָט אַ ישיבה דאַרף ער געלט, און איך וועל אי"ה אויך מאַכן אַ ישיבה, מילא איך דאַרף קיין געלט ניט, איך האָב געלט, פאַראַן אַ איד פאַר צען טויזענט וויאָרסט און האָט פינף טויזענט רובל, געהערט דאָס צו מיר.
יאאָבער דאַרפסט זען אַז עס זאָל זיין געלט אויף תורה, איר האָט דעם וויגרעש10 ווי איינער וואָס האָט אַ וויגרעש און געווינט אויף אים אַ מיליאָן רובל, איז דאָך דער מיליאָן געווען אין דעם וויגרעש, וויבאַלד אַז עס קומט די צייט פון געווינס קריגט ער פאַר עם דעם מיליאָן רובל, נאָר אַ נאַר פאַרקויפט עס מיט אַ האַלבע שעה פריער פאַר'ן געווינס, אָט אַזוי איז איר האָט דעם וויגרעש איר דאַרפט קלייבן געלט אויף תורה.
יבהזקן רומז לבחינות עליונות, בחינת עתיק, י"ג תיקוני דיקנא11, ווי האָט מען קיין מורא ניט טשעפּען זיך מיט דעם בכלל אַ איד דאַרף טראָגן אַ באָרד.
יגד. אמר אחד: היינט האָט מען געזאָגט אַ טוטווייען וואָרט, אַז אַ בע"ת איז אַ מרוחק בעצם.
ידואמר כ"ק אדמו"ר:
טוכן, דער טאַטע האָט מיר מכריח געווען צו זאָגן דאָס, עס איז מיר געווען זייער שווער צו זאָגן דאָס, איך האָב זיך געדרייט אַזוי און אַזוי, אָבער דער טאַטע האָט מיר מכריח געווען. אַ בעל תשובה האָט דאָך עילוים אין זיך, און מ"מ איז ער בעצם אַ מרוחק12.
טז[שאל הישיש הרז"י13: מה תקנתו? ואמר כ"ק אדמו"ר:] ער דאַרף משנה זיין דעם עצם.
יזה. עס איז אַ פּלא וואָס דער טאַטע לאחר הסתלקותו איז אַלץ איינס ווי בחייו14, שאר הצדיקים לאחר הסתלקותם קוקן זיי אויף דער וועלט בחסד וברחמים, און דער טאַטע קוקט אויף דער וועלט אַלץ איינס ווי בחייו. אָט אַזוי ווי בחייו האָט ער אין יעדער ענין געגאַנגען געשניטן, כמו כן הוא גם עכשיו, ער קוקט אויף יעדערן, וואָס כמעט בדרך [...] הייסט ער וואָס מען זאָל איבערגעבן יעדער תמים ווי ער זאָל זיך פירן, ער זאָל טראַכטן כך וכך וכדומה.
יחדער טאַטע האָט זיך מוסר נפש געווען אויף די תמימים אַ מסירת נפש בפועל ממש, און ער גלויבט זיי קיינעם ניט אָפּ.
יטושאל הרז"י: אייך גלויבט ער יע אָפּ?
כואמר כ"ק אדמו"ר: אפילו מיר אויך ניט.