Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Sefer HaSichos Rayatz· 5706 to 5710· Sefer HaSichos 5706· Geulah Holiday of 12 Tammuz 5706ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ· תש"ו-ה'שי"ת· ספר השיחות — תש"ו· חג הגאולה י"ב תמוז תש"ו
אחג הגאולה י"ב תמוז תש"ו
א. אמר: לחיים, דער אויבערשטער זאָל העלפען אַז דער אור החסידות זאָל דאָ מאיר זיין ווי אין די "אַלטע היים". דער אויסדרוק "אַלטע היים"1 האָט אַ אמת'ן פשט, דער פשט פון "אַלטע היים" מיינט שרש ומקור הנשמה קודם ירידתה למטה. בכלל די כוונה פירט זיך אויס, און וועט זיך אויספירען, נאָר אַמאָל גיט דער טאַטע אַ שמיץ, זאָל דער אויבערשטער העלפען אַז עס זאָל זיין בחסד וברחמים מתוך שמחה.
א. אמר: לחיים, דער אויבערשטער זאָל העלפען אַז דער אור החסידות זאָל דאָ מאיר זיין ווי אין די "אַלטע היים". דער אויסדרוק "אַלטע היים"1 האָט אַ אמת'ן פשט, דער פשט פון "אַלטע היים" מיינט שרש ומקור הנשמה קודם ירידתה למטה. בכלל די כוונה פירט זיך אויס, און וועט זיך אויספירען, נאָר אַמאָל גיט דער טאַטע אַ שמיץ, זאָל דער אויבערשטער העלפען אַז עס זאָל זיין בחסד וברחמים מתוך שמחה.
בב. אין סדר השתלשלות החסידות — מעת שנתיסדה ע"י אדמו"ר הזקן — פאַרנעמט נגינה זייער אַ חשוב'ן אָרט. ווען דער אַלטער רבי איז געקומען דאָס ערשטע מאָל פון מעזריטש2 האָט ער גלייך אָנגעפאַנגען מיט ניגונים3. דער אַלטער רבי איז געווען אַ מנגן נפלא, ניט נאָר וואָס ער האָט געוואוסט די כללי הנגינה, נאָר ער האָט אויך געוואוסט דעם "ענין" פון נגינה.
גווען דער רבי דער צמח צדק איז נאָך געווען אַ קינד האָט ער געפרעגט ביים זיידען — דעם אַלטן רבי'ן, וואָס איז אַ איד? והשיב לו אדמו"ר הזקן: אַ איד איז, וואָס קען מגלה זיין, זיין שרש הנשמה.
דדער ענין פון עבודת החסידות איז קענען זיך, און טאָן מיט זיך. ניט נאָר קונה זיין מדות טובות, וואָס מדות טובות מיינט ניט נאָר מדות טובות ווי ע"פ דיני התורה, נאָר מדות טובות ווי ע"פ חסידות. דאָס איז טאַקע גאַנץ גוט, אָבער דאָס איז נאָך ניט אַ חסיד — עבודה פון אַ חסיד איז קענען "זיך", און דאָס איז — דורך אַ ניגון. אַ ניגון ווייזט אים וואו ער איז, ווי ער דאַרף זיין און וואו ער קען זיין. וואָס דאָס איז ע"י התגלות העצם — עצם הנשמה. ניגון איז אַ פתח ושער וואָס עי"ז קען מען צוקומען צו דעם וואו מ'דאַרף זיין. נגינה מיינט מען ניט נאָר זינגען, נאָר מען מיינט "אויסזינגען זיך"4, וואָס די התגלות העצם זינגט זיך אויס אין אַ ניגון.
האין נגינה איז פאַראַן ניגונים של שמחה און ניגונים של מרירות. וואָס די ביידע, שמחה און מרירות, האָבען זייערע זמנים ידועים וקבועים, יעדע אין זיין צייט, נאָר בכלל איז דער ענין פון נגינה — התגלות העצם.
וג. דער ענין פון אַ חסיד איז לערנען. מען דאַרף לערנען חסידות, ע"ד ווי דער לימוד הנגלה אַזוי דאַרף זיין דער לימוד החסידות5, דער טאַטע האָט מייסד געווען תומכי-תמימים מ'זאָל וויסען וואָס הייסט לערנען און ווי אַזוי מ'דאַרף לערנען אַז דער אור התורה זאָל אים בעלייכטן. מען דאַרף דאָס דערנאָך אַראָפּטראָגן אין עבודת הלב, נישט קיין אָפּגעהאַקטע קעפּ.
זחסידות איז ניט מיט מקיפים, מען איז מסתפק במועט, מען איז דאָך אַ איד, ער איז אַ חסיד, מתנהג במדות חסידות, ער דאַווענט, שבת איז ער אַביסל מאריך בתפלה, ער גיט אַ קרעכץ אַ חסידישן קרעכץ, ער גיט אַ טאַנץ, ניט דאָס איז אַ חסיד, עס מוז זיין עבודה ויגיעה.
חד. ווען מען וואָלט געוואוסט דרכי החסידים, וואָלט מען געוואוסט, אַז אַ ניגון דאַרף מען זינגען ניט געאיילט. אַ ניגון מיינט ניט הויך געשריען, אַ ניגון דאָס איז חיות. אַמאָליגע חסידים ביי אַ פאַרבריינגען, אַ התועדות, פלעגן זינגען אַ ניגון, האָט דאָס זיי אינגאַנצן גענומען. נאָכדעם איז מען געגאַנגען אַ טאַנץ, ניט סתם אַ טאַנץ, נאָר אַ מוחין'דיקער טאַנץ מיט אַלע כחות הנפש, די פיס האָבען זיך אַליין געהויבען. ניגון איז אַ הכנה צו עבודה, דאָס איז נאָך ניט עבודה, נאָר אַ הכנה צו אמת'ער עבודה.
טה. דורך די צייט האָט זיך שוין ב"ה אַ פולע אויפגעטאָן, אָבער דאָס איז נאָך ניט דאָס וואָס עס דאַרף זיין, ווען איך האָב געדאַרפט פאָרן אַהער אין די מדינה האָב איך געוואוסט די גרויסע סכנה וואָס דאָ איז דאָ און אויך איצטער איז נאָך זייער שווער.
יזייט זיך משער אַז ביי 60 יאָר אין מיין לעבען האָב איך זיך בעדאַרפן איבערברעכן ווי אַ קליינער אינגל, אָבער בחסד השי"ת, פירט זיך אויס מיין שליחות.
יאאיצטער דאַרף מען מאַכן אין די מדינה, ליובאַוויטש. מ'דאַרף האָבען אריכות ימים אָבער מ'דאַרף מייקר זיין יעדע רגע. די היגע געבאָרענע האָבען מעלות נשגבות מעלות נפלאות, נאָר זיי מיינען אַז אַמעריקע איז אַנדערש6.
יבדי תלמידים וואָס קומען איצטער אהער אין די מדינה, דאַרפען וויסען וואָס זייער עבודה איז דא. זיי דאַרפען ניט וועלען זיך אָפּזונדערען אין אַ באַזונדערע סביבה נאָר אדרבה מקרב זיין אַנדערע. מ'דאַרף ניט זיין בהרמת רוח, פילן זיך פאַר אַ מנהיג אַ פירער וכו'. די וואָס קענען ניט די שפת המדינה, דאַרפען ניט וועלן קענען די שפת המדינה. מילא די היגע געבאָרענע וואָס קענען די שפת המדינה דאַרפען דאָס אויסניצען אויף מקרב זיין אידישע קינדער און משפיע זיין אויף זיי. די תלמידים וואָס קומען איצטער אָן אַהער, דאַרף זייער עבודה זיין אויף מאַכען דאָ ליובאַוויטש. יאָ! מ'דאַרף האָבען אייגענע ד' אמות, אָבער מ'האָט שוין אַמאָל גערעדט אַז ד' אמות מיינט ניט נאָר ד' אמות, די ד' אמות קענען זיין טויזענטער וויאָרסטען.
יגו. איר תלמידי התמימים דאַרפט אָנפאָנגען טאָהן אין עבודה. איר דאַרפט וויסען אַז דער טאַטע איז אחר כתלינו7.
ידאַ הונגעריגער, וואָס ער עסט, עסט ער מיט אַ חיות, ווייל ער ווייסט אַז דאָס עסען, וואָס ער זאָל זיין, איז אים מחי', אַ מאכל איז דאָך משביע. דאָ אין אַמעריקאַ איז מען צו גיך זאַט געוואָרען.
טומ'דאַרף האָבען עבודה ויגיעה, האָרעווען אויף פאַרשטיין אַ וואָרט. ע"ד ווי אין נגלה איז פאַראַן די קושיא און דער תירוץ און פון דעם קומט צו אַ נייער ענין, כמו"כ צ"ל בלימוד החסידות לערנען מיט אַ געשמאַק האָבען אַ חיות אין אַ וואָרט חסידות, מען דאַרף זיך גריבלען אין אַ וואָרט חסידות.
טזדער טאַטע האָט אַמאָל באַ אַ פאַרבריינגען שמח"ת גערעדט ביחוד לראשי ישיבות. האָט זיך איינער אָנגערופן — איך וויל ניט פורש זיין בשמו — וואָס וועט זיין מיט מיר, האָט דער טאַטע אים געענטפערט: דאָס פרעגט מען ניט ברבים. ואמר הנ"ל: הייסט דאָס אַז מען דאַרף גיין אין קאַמער8, ואמר לו: יע.
יזמ'דאַרף אָנהויבן אָפט פאַרבריינגען צווישען זיך און אָן משקה9, זינגען אַ ניגון און ריידען דברי התעוררות. הרה"ח ר' הענדל10 פלעגט פאַרבריינגען זייער אַ סאַך, וסדרו הי'11 אשר תיכף אחר חג הפסח הי' קונה סאָטקע12 יי"ש, און צו יעדער פאַרבריינגען פלעגט מען אַרויף שטעלן אויפן טיש די סאָטקע מיט גלעזלעך, און אַזוי האָט מען דאָס אַראָפּגענומען פון טיש. ביז ערב פסח פלעגט ער דאָס מבער זיין אין חמץ. און ער פלעגט דאַן זאָגען, יה"ר כשם שאני מבער את הסאָטקע יי"ש מביתי כן תבער את כל החמץ שיש לי — דעם אייגענעם חמץ.
יחז. דער אויבערשטער זאָל העלפן אַז די אַלע וואָס טוען יעדער אין זיין עבודה זאָל האָבען הצלחה בכל עניניו הכללים והפרטים, די וועלכע פאָרען אויף מנוחה זאַלען קומען געזונטערהייט און טוען זייער אַרבעט.
יטח. לסיבת ה"קאַלט סיסטעם"13, הורשה ליכנס לכולם ואפילו הילדים הקטנים, ורצה הרש"ל שי' לצוות להתלמידים הקטנים שיצאו, ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: מ'דאַרף ניט, יעצט זיינע זיי אַריין געגאַנגען, מיט דער צייט וועלען זיי זיין דאָ.