Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Sefer HaSichos Rayatz· 5706 to 5710· Sefer HaSichos 5706· First Day of Sukkos 5706ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ· תש"ו-ה'שי"ת· ספר השיחות — תש"ו· יום א' דחג הסוכות תש"ו
איום א' דחג הסוכות תש"ו
א. עס איז פאַראַן אַן אַלטער חסידישער וואָרט: דעם פאַרשטאַנד פון חסידות באַקומט מען אין לערנען חסידות. דעם געפיל אין עבודה באַקומט מען ווען מען דאַווענט מיט דעם וואָס מען האָט געלערנט.
א. עס איז פאַראַן אַן אַלטער חסידישער וואָרט: דעם פאַרשטאַנד פון חסידות באַקומט מען אין לערנען חסידות. דעם געפיל אין עבודה באַקומט מען ווען מען דאַווענט מיט דעם וואָס מען האָט געלערנט.
בב. שמחת תורה ביינאַכט צו קידוש — פאַר הקפות — שנת תרנ"ג, האָט הוד כ"ק אדמו"ר הרה"ק געזאָגט:
געס זיינען פאַראַן דרכי החסידים און עס זיינען פאַראַן דרכי החסידות1. די דרכי החסידות האָבן געמאַכט אַ חסידישן לעבן. די דרכי החסידים האָבן געמאַכט באַ חסידים אַ חסידישע היים.
דאיינע פון די דרכי החסידים איז עבודת התפלה. דער חסידישער דאַוונען איז דער חסידישער דבר המעמיד. עס שטעלט אַוועק דעם דאַוונער אין אַ ליכטיגן ווינקל. עס באַלייכט איהם זיין עבודה וועג, ער זעהט קלאָהר דעם מהות עצמו, הן די מעלות וואָס ער פאַרמאָגט און הן די חסרונות וואָס ער דאַרף אויסראַמען.
הג. החסיד הרב ר' גרשון דוב נ"ע2 איז געווען מורגל צו זאָגען נאָך אַ עבודה'דיגער קריאת שמע שעל המטה: עס לײַגט זיך, עס ווילט זיך ניט לײַגן, נאָר עס לײַגט זיך3. מען באַדאַרף אויפשטיין גאָר אַן אַנדערער4.
ונאָך אַזאַ עבודה אין ק"ש שעל המטה שלאָפט מען אַנדערש און מען שטייט אויף אַנדערש. און בפרט אין די זמנים ווען די האַרץ איז פאַרמאַכט און דער קאָפּ פאַרשטאָפּט, וואָלטן די חסידישע עבודה פתגמים עפענען די האַרץ און באַלייכטן דעם קאָפּ.
זד. דער פעטער רז"א5 האָט געפרעגט באַ הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק שמחת תורה תרנ"ג:
חפאַרוואָס איז זינגען אין דאַוונען איינער פון די דרכי החסידות.
טהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט געענטפערט: זינגען איז אַ מעמד הנפש וואָס ווערט אַרויסגעזאָגט אין דעם ניגון. פאַראַן אַ ניגון וואָס קומט פון די געגועים וואָס דער מנגן איז זיך מתגעגע, פאַראַן האָפנונגס ניגונים און עס זיינען פאַראַן התמרמרות ניגונים, און אַזוי זיינען פאַראַן פאַרשיידענאַרטיגע ניגונים, וואָס זיינען מתאר דעם מעמד הנפש פון דעם מנגן.
יחסידים6 זינגען אין דאַוונען, ווייל קול מעורר הכוונה7. בכדי צו פאַרשטיין אַ ענין פנימי באַדאַרף מען זינגען, און אַז באַ אַ חסיד לייגט זיך אָפּ אַ ענין אין דאַוונען — זינגט זיך.