Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Sefer HaSichos Rayatz· 5706 to 5710· Sefer HaSichos 5706· Second Day of Sukkos 5706ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ· תש"ו-ה'שי"ת· ספר השיחות — תש"ו· יום ב' דחג הסוכות תש"ו
איום ב' דחג הסוכות תש"ו
א. בשם האדמו"ר צמח צדק:
א. בשם האדמו"ר צמח צדק:
בדי דריי חדשים פון ח"י אלול ביז י"ט כסלו זיינען די ימי רצון פון תורת החב"ד און דעמאָלט איז דער זמן המוכשר אויף עבודת התפלה על פי תורת החסידות1.
גח"י אלול איז דער גליקליכער טאָג וואָס דער זיידע — כ"ק אדמו"ר הזקן נ"ע — איז געבאָרען געוואָרען. דער זיידע וואָס איז אַ נשמה דאצילות2 וואָס האָט מגלה געווען און מייסד געווען עבודת החסידות, וואָס איז מרומז אין די ווערטער ח"י אלול. אלול איז ר"ת אני3 לדודי ודודי לי4. ח"י איז לעבען, דאָס מיינט אַז חסידות שאַפט דעם חיות אין דער ירידת הנשמה בגוף5.
דב. בשם אדמו"ר הזקן:
המען באַדאַרף ניט זיין גענאַרט און וויסן וואו מען האַלט אין עבודת השי"ת. דער וואָס ווייס ניט וואו ער האַלט און מיינט אַז ער איז אַ ירא שמים, איז אַ שוטה. אַ קונץ אַ נאַר אָפּצונאַרן6?