Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Sefer HaSichos Rayatz· 5706 to 5710· Sefer HaSichos 5706· Shabbos Chol HaMoed Sukkos 5706ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ· תש"ו-ה'שי"ת· ספר השיחות — תש"ו· יום שבת קודש חול המועד סוכות תש"ו
איום שבת קודש חול המועד סוכות תש"ו
א. באַ חסידים, איז ניגון ניט נאָר מגלה דעם מהלך הנפש פון דעם זינגער, נאָר איז אויך מעורר דעם זינגער אויף דער עבודה וואָס ער באַדאַרף האַלטן...
א. באַ חסידים, איז ניגון ניט נאָר מגלה דעם מהלך הנפש פון דעם זינגער, נאָר איז אויך מעורר דעם זינגער אויף דער עבודה וואָס ער באַדאַרף האַלטן...
בב. הוד כ"ק אאמו"ר האָט אַמאָל געזאָגט:
גקול מעורר הכוונה1. דעם אַלטן רבי'נס חסידים, דעם מיטעלן רבי'נס און זיידענס חסידים, האָבען אויף יעדער ענין פון עבודת החסידות והחסידים געהאַט אַ ניגון מיוחד, אַ התעוררות ניגון פאַר חסידות און נאָך חסידות הערען, פאַר יחידות און נאָך יחידות2...
דאין דעם ניגון וואָס חסידים האָבען געזונגען פאַר יחידות האָט זיך געהערט מיט וואָס פאַר אַ געמיט און האָפנונג מען גייט אויף יחידות, און אין דעם נאָך יחידות ניגון האָט זיך געהערט דער שמחת הנפש וואָס דער חסיד האָט פון די הוראות פון יחידות, וואָס וועלען אים בריינגען אַ פעולה אין עבודה.