Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos 5706·Night of Simchas Torah 5706ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות — תש"ו·ליל שמחת תורה תש"ו

אליל שמחת תורה תש"ו
א. די עבודה אמיתית איז דער תכין לבם1, בעטען באַ השי"ת, אַז ער, ברוך הוא, זאָל העלפען אין דער התחלת העבודה פון אַוועקשטעלען די האַרץ אויף דעם ריכטיגען עבודה פּלאַץ.
בב. חסידות האָט בעזה"י דעם געטליכען כח איבערצואַרבעטען פון אַ בעל חסרון אין כחות הנפש פאַר אַ בעל מעלה ומדריגה אין עבודת ה', אָבער צו דעם מוז מען האָבען דעם ריכטיגען רצון חזק, צו וועלען באמת ווערען אויס בעל חסרון און ווערען אַ בעל מעלה.
גג. יעדער דאַרף זיך מאַכען אַ שיעור צו לערנען דעם פירוש המלות פון דאַוונען. מען דאַרף לערנען די פסוקים פון תורה פון מקור, רש"י און רמב"ן אָדער אבן עזרא און כמו"כ פון נ"ך פון מקור. דער רבי2 האָט מחבב געווען דעם מצודת3.
דד. דער אויסטייטש פון דעם וואָרט "לימוד" איז ניט גלייך אין לימוד החסידות און אין לימוד הנגלה. דער באַגריף פון דעם וואָרט לימוד אין נגלה איז לערנען, אָבער אין תורת החסידות מיינט דער באַגריף פון וואָרט לימוד — איבערלעבונג.
הדאָס מיינט אַז כל זמן מען איבער­לעבט ניט דעם ענין פון חסידות וואָס מען לערענט, איז דאָס נאָך ניט פאַר­שטאַנען.
ודי נקודת ההשכלה פון דעם ענין איז: אין גלי' שבתורה מיינט פאַר­שטאַנד, אַז דער פאַרשטייער באַלעבט די השכלה, און אין פנימיות התורה מיינט פאַרשטאַנד, אַז די השכלה באַ­לעבט זיין פאַרשטאַנד.
זה. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיר געזאָגט אַז ער האָט געהערט פון הוד כ"ק אביו אאזמו"ר הרה"ק, אַז ער האָט מקבל געווען רבי מפי רבי, אַז אויף עבודה על דרך החסידות שטייט עמוק עמוק מי ימצאנו4. דער דרך החסידות איז אַ אין סוף עומק, און דער וואָס איז אַ עבודה'דיגער "מי", דעם גיט מען מלמעלה על פי הוראת בית דין של­מעלה, אַז ער זאָל מצליח זיין בעבודתו און אַז ער זאָל זיין אַ ימצאנו'דיגער.