Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos 5706·Night of Shemini Atzeres 5706ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות — תש"ו·ליל שמיני עצרת תש"ו

אליל שמיני עצרת תש"ו
א. אין עבודה לעבען איז דער הפרש פון דער עבודה דשמיני עצרת און די עבודה דשמחת תורה אין דעם, אַז שמיני עצרת איז מלך בהיכלו, אַז ניט אַלע קענען אַריינגיין בהיכל מלך, און ווען מען גייט אַריין אין היכל מלך ווערט אפילו דער שר אויך בטל אַזוי ווי דער עבד. דער ביטול פון דעם שר איז מער ניט "ווי" דער ביטול פון דעם עבד. אַז מען זאָגט "ווי", מיינט מען כמו, וואָס דאָס איז נאָך ניט דער ביטול בכל עצמותו. באַ דעם עבד אָבער איז דער ביטול בכל עצמותו. אַ שר האָט שכל, אַ עבד האָט קיין אייגענעם שכל ניט, גיט איהם דער מלך זיין שכל. דער ביטול פון אַ עבד און דער שכל פון אַ מלך זיינען אַ שיינע פּאָר. און דאָס איז דער הפרש צי דער אָנהויב איז עבודה מיט קבלת עול און נאָכדעם פאַרשטייט מען, צי דער אָנהויב איז פאַרשטיין און נאָכדעם טאָן. דער הפרש איז מובן לכל.
בשמחת תורה איז מלך בהתגלות, דע­מאָלט איז די עבודה שמחה בהתגלות1, דאָס מיינט וואָס די פיס הויבען דעם קאָפּ. עבודה בפועל הויבט אויף דעם שכל המשיג אין אַזאַ אָרט וואָס דער קאָפּ קען ניט דערגרייכען. מען טאַנצט און מען טאַנצט ביז מען דערטאַנצט זיך צו דעם רום עצמי, וואָס צו דעם קען צוקומען נאָר אַ עובד וואָס מעשיו מרובים מחכמתו2.
גב. עס איז בא מועד אַז מען זאָל זיך נעמען פאַר עבודת החסידות און עס איז באַ מיר זיכער קלאָר, אַז די וואָס וועלען זיך נעמען פאַר עבודה עפ"י החסידות וועלען מצליח זיין.