Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos 5707·12 Tammuz 5707ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות — תש"ז·י"ב תמוז תש"ז

אי"ב תמוז תש"ז1
(אחד מהמסובים אמר לכ"ק אדמו"ר שליט"א: לחיים. איהר האָט אָנגעפאָנגען די גאולה, זאָל דער אויבערשטער העלפען, אַז איהר זאָלט משלים זיין די אמת'ע גאולה מיט משיח'ן אינאיינעם. ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א):
בדי גאולה האָט זיך אָנגעהויבען פון דעם זיידען אברהם'ן2, ווען ער איז נאָך געווען אַ אברם און געלעבט מיט זיין פאָטער תרח אין חרן.
געס איז שוין וועגען דעם אייניגע מאָל ערקלערט געוואָרען, אויף די יסודות וואָס איך האָב זוכה געווען הערען פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, וואָס ער האָט מקבל געווען פון הוד כ"ק אביו אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש, וואָס איז געוואָרען איבערגעגעבען מרבי לרבי לדורותיהם: די השגחה עליונה האָט בוחר געווען אין אברם'ען ווען ער איז נאָך געווען אין חרן און האָט איהם געמאַכט פאַר אַ אברהם. אברם איז — אב­רם3, שכל הנעלם מכל רעיון און אברהם איז — אבר מ"ה, און כדי צו מאַכען אַז פון שכל הנעלם מכל רעיון זאָל ווערען אַ אבר מ"ה, אַ ברא מ"ה4, בעדאַרף מען האָבען די ריכטיגע מסירת נפש עבודה.
דאיבערמאַכען פון אַ מהות עצמי, וואָס איז נעלם מכל רעיון, אַז ער זאָל דורך עבודה ווערען אַ מהות מ"ה, וואָס כל מהותו איז ביטול, האָבען אַ געשמאַק אין פרסום אלקות און לייגען מסירות נפש כחות אויף צו מאַכען די פאַר­גרעבטע פלאכעס (גולמי עץ) פאַר מאמיני האחדות, איז אַ פיין שטיקעל אַרבעט.
האַלע אידען גלויבען אין דער גאולה בכח, דאָס הייסט, אַז עס איז ביכולתו ית' צו בריינגען די גאולה. מיר ווילען אַז ס'זאל זיין בפועל ממש. ניט נאָר בכח, נאָר בפועל.
וחסידישע מחונכים ווייסען, וואָס עס איז דער תוכן ענין פון דער ברכה פנימית, אַז דער בפועל זאָל זיין ווי דער בכח איז און דער בכח זאָל באַלעבען דעם בפועל, וואָס דאַן וועט דער בפועל זיין די כלי טהור, וואָס עס וועט מגלה זיין עצמות אין סוף ב"ה און וועט גורם זיין דעם אמת'ן נחת רוח אין בריאת העוה"ז און ירידת הנשמה בגוף.
זב. מען האָט מעהרערע מאָל אין דעם גערעדט און אָפטער איבערגע­זאָגט, אַז חסידים לדורותיהם, פון חניכי ותלמידי הוד כ"ק מורנו הבעש"ט, דעם מעזריטשער מגיד און רבינו הזקן, האָבען איבערגעזאָגט עניני עבודה אין קורצען, וואָס יעדער וואָרט איז געווען אַ הוראה אין דרכי עבודה.
חצווישען די אַלטע חסידישע ווערטער איז געווען אַ וואָרט:
טאַ איד איז ניט קיין עלענדער, וואו ער געהט און וואו ער שטעהט איז ה' עמו.
ידער וואָרט איז רבי מפי רבי ביז דעם בעש"ט נ"ע. דער אַלטער רבי האָט דעם וואָרט געמאַכט אַ יסוד פאַר אַ ביאור, אויף דעם וואָס אין די זמנים5 פון בעש"ט און מעזריטשער מגיד איז געווען די אידישע הויפּט­פרנסה דאָרפס­געהעריי, און אויף דעם האָט מען געזאָגט, אַז יעדער איד איז ניט עלענד, וואו ער געהט און וואו ער שטעהט איז ה' עמו, דאָס הייסט די התגלות פון שם הוי'.
יאדער וואָרט איז איינער פון די ווערטער וואָס הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צ"צ האָט מקבל געווען פון די זקני חסידי הוד כ"ק רבינו הזקן, וועלכע האָבען דאָס געהערט פון הוד כ"ק רבינו הזקן קומענדיג פון מורו הוד כ"ק הרב המגיד ממעזריטש.
יבווען הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיר איבערגעגעבען דעם יסוד וואָרט האָט ער באריכות גדולה מבאר געווען, אַז דער עיקר איז די התגלות שם הוי' דורך דעם שם אלקים.
יגאַ אַנדער מאָל, ווען הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק רעדט און איז מבאר דעם ענין פון דער כוונה פנימית אין מעלת השיתוף דהוי' ואלקים האָט מען מדגיש געווען, אַז כלי מאַכט אור6 פאַר אַ פועל טוב. ד.ה. אַז כלי טראָגט אַרויס די פנימיות הפנימי, אַז ער זאָל לייכטען אין אַ אור מסודר, וואָס דאַן איז דער פנימיות המאור מאיר אין אור.
ידאין איינע פון מיינע רשימות איז פאַרצייכענט, וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מבאר געווען, אַז ירידת הנשמה בגוף איז צוליב געבען אַ ריכטיגען ביאור אויף דער כוונה פנימית פון מתן תורה למטה און קיום המצות מעשיות, און האָט מסביר געווען מיט אַ טיפען עבודה­השכלה ביאור דעם ענין ווי יש הנברא גיט דעם העכסטען הבנה ביאור אין יש האמיתי.
טוג. עס איז אַ מצוה לפרסם, אַז אַלע זאָלען וויסען, אַז די מעלה פון אַ איש פשוט איז אין להעריך.
טזדעם ענין האָט מגלה געווען מורנו הבעש"ט אין עטלעכע קורצע ווערטער:
יז"די פשיטות העצמות פון עצמות א"ס ב"ה איז זיך מתגלה אין די פשיטות פון אַ איש פשוט"7.
יחהוד כ"ק רבינו הזקן וואָס האָט מקבל געווען תורת הבעש"ט מהוד כ"ק מורנו הרב המגיד ממעזריטש, האָט עס מבאר און מסביר געווען, אַז בעלי תורה און בעלי עבודה, איז דאָך דאָס הגבלה, גילויים און ניט עצמות. תורה און מצות זיינען עצמות, אָבער ניט פשיטות העצ­מות. די מעלה פון עצמות איז דאָך פשיטות.
יטפשיטות העצמות, וואָס דאָס איז גאָר אַ אַנדער זאַך, אויף דעם איז געווען תכלית ירידת הנשמה בגוף און תכלית בריאת העולמות: אצילות, בריאה, יצירה, עשי' ביז עוה"ז הגשמי, צוליב עולה זיין צו פשיטות העצמות, וואָס איז אַ סאַך העכער פון עולם האצילות.
כאצילות נעמט נאָר אַ געוויסע מעק­לעריי, אָבער די פשיטות העצמות פון עצמות א"ס ב"ה איז פאַראַן אין די פשיטות פון אַ איש פשוט.
כאד. (ניגנו בהתרגשות הניגון המיוסד לכבוד חג הגאולה י"ב תמוז, אשר בתנו­עות הניגון נרגש תוקף עוז תעצומות של מסירת נפש. ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א):
כבאַמאָל פלעגט מען זאָגען, אַז אַ חסידישען ניגון דאַרף מען זינגען מיט געפיהלעכט'ס. ניט נאָר מיט געפיל, נאָר מיט געפיהלעכט'ס. (וצוה כ"ק אדמו"ר שליט"א לשיר הניגון עוד הפעם).
כגה. אין אַמעריקא איז פאַראַן אַ יחוס­אויסשפּראַך: אין דער אַלטער היים. דאָס מיינט צו באַצייכענען, אַז דער געבורטס­אָרט וואו דער טאַטע און זיידע איז געבאָרען, אָדער וואו ער אַליין איז געבאָרען — איז, אין דער אַלטער היים. אין דער אַלטער היים זיינען חסידישע יונגעלייט און בחורים געווען בעלי קבלה. איך מיין ניט געלערענט קבלה, נאָר זיי זיינען געווען בעלי קבלה, ד.ה. זיי האָבען מקבל געווען פון די עלטערע חסידים.
כדבאַ אַ חסידישען פאַרבריינגען פלעגט מען זיך ווינשען, מען זאָל האָבען אַזאַ געשמאַק אין אַ מאמר חסידות ווי אין אַ תנועה פון אַ חסידישען ניגון, וואָס איז נוקב ויורד און נעמט דורך.
כההוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט גע­זאָגט, אַז מורי הרשב"ץ איז אַ פנימי, ער לעבט מיט אַ וואָרט. יעדער ענין ווי טיף ער זאָל ניט זיין, מאַכט צו איהם צו החסיד רשב"ץ אַ וואָרט, וואָס דער וואָרט איז כולל דעם אור פנימי ועצמי פון דעם ענין, און מיט דעם וואָרט לעבט ער אין עבודת התפלה, מיט דעם וואָרט לייגט ער זיך שלאָפען, מיט דעם וואָרט שלאָפט ער איין און מיט דעם וואָרט שטייט ער אויף. באַ רשב"ץ'ן איז געווען אַ מורגל — געוואוינהייט­וואָרט: דער ענין איז נוקב ויורד עד התהום, אַ חיות עצמי וואָס איז העכער פון חיות המתפשט.
כוו. החסיד רשב"ץ8 איז געווען אַ מחונך פון החסיד הנודע ר' מיכעל'ע אַפּאָצקער9.
כזאין מיינע זכרונות (פון יאָהר תרנ"ד­נ"ו) איז פאַרצייכענט סיפורי מורי הרשב"ץ וועגען תולדתו וחינוכו. אין זיינע קינדער יאָהרען איז מורי רשב"ץ געבליבען אַ יתום פון זיין פאָטער, אַ מתנגד'ישער גרויסער למדן און גרויסער מחדש אין תורה, איינער פון די וויכטיגסטע ראשי ישיבות אין זיין צייט.
כחזיין מוטער, אַ מיוחסת פון איהר פאָטער'ס צד פון די ווילנער מתנגד'ישע גדולי היחוס, און בזיווג שני האָט זי געהייראַט איינעם פון די בעלי יחס בעדת המתנגדים. גליקליכערווייזע איז ער — רשב"ץ — נושא חן באַ איינעם פון עדת החסידים אין שווינצאַן — עיירה בפלך ווילנא — און ווערט אָנגענומען אין דער שווינצאַנער עדת החסידים.
כטדי עדת החסידים אין שווינצאַן האָט זיך שטאַרק פאַראינטרעסירט מיט זיין חינוך און מען האָט איהם פאַרזאָרגט מיט אַלעס וואָס ער האָט נויטיג געהאַט, אום ער זאָל קענען במנוחה זיך איבער­געבען צו שקידה אין לימוד הגמרא ופוסקים און אין לימוד החסידות. אין אַ צייט אַרום האָבען די זקני חסידי חב"ד אין שווינצאַן ובראשם ר' יצחק חייט10 מחליט געווען, אַז מען זאָל איהם — רשב"ץ — אָפּשיקען לערנען צו החסיד הישיש ר' מיכל אַפּאָצקער, אַ גרויסער מתמיד און אַ זעלטענער עמקן.
לווען רשב"ץ איז אָנגעקומען אין אַפּאָצק איז החסיד ר' מיכל שוין געווען אַ זקן מופלג. רשב"ץ האָט נושא חן געווען באַ איהם און ער האָט איהם שטאַרק מקרב געווען און זיך אָפּגעגעבען מיט זיין חינוך בדרכי החסידות.
לאאיינמאָל האָט הרמ"א געזאָגט צו זיין תלמיד ותיק רשב"ץ, מיט אַ שטאַרקער אינערלעכע פאַרביטערקייט:
לבהער, שמואל בצלאל, דו ווייסט ניט, דו ביסט נאָך יונג צו פאַרשטעהן און ווער רעדט פיהלען דיין רחמנות און דעם גרויסען טעות וואָס דו מאַכסט, מיינענדיג, אַז מיר זקנים זיינען חסידים. מיר האָבען געזעהן חסידים און מיר ווייסען דעם ביטערען אמת. מיר זיינען דאָך גאָרניט, דאָרניצעס — עצים יבשים. אַמאָליגע חסידים האָבען געהאַט אַ געפיהל.
לגווען מורי הרשב"ץ האָט דערציילט דעם סיפור באַ אַ פאַרבריינגען, האָבען די חסידים ר' חנוך הענדיל11, ר' אבא צאַשניקער12 און ר' שמואל ברוך13 — געזאָגט: ואנן מה נעני אבתרי', מיר האָבען גאָר ניט קיין נעמען, ווי מיר זאָלען זיך אָנרופען.
לדענטפערט זיי רשב"ץ, מיט זיין געלאַסענער און רוהיגער שפת חלקות: איר ווייסט געוויס אויך ווי מען בעדאַרף זיי — די יונגע לייט — אָנרופען, נאָר איהר ווילט ניט זאָגען. איך וועל יע זאָגען. איך מיין זיך אויך, נאָר מעהר מיין איך זיי, זיי זיינען פוליאַקעס און ווילען גרינג געבאַקענע ברויט. זיי — די יונגע לייט — ווייסען גאָר ניט, וואָס עס מיינט יגיעת המוח.
להז. רשב"ץ פלעגט זאָגען: ביי אשמנו דאַרף מען קלאַפּען אויף דער לינקער זייט ניט מיט דער האַנד, נאָר מיט אַ דאָרניצע — עץ יבש. אַז מען קלאַפּט מיט דער האַנט, מיינט ער — היצה"ר — אַז מען גיט איהם אַ גלעט.
לוח. (אחד מהמסובים האָט אָנגעוויזען אויף אַ יונגענמאַן און געזאָגט, אַז ער פאָרט אַוועק. ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א):
לזמורנו הבעש"ט האָט אַליין, און אויך דורך זיינע תלמידים און תלמידי תלמידים רבותינו הקדושים איינגע­קריצט אין בני ובנות ישראל, אַז אַ איד פאָרט ניט אַוועק. אַ איד פאָרט, און יעדער איד איז אַ שליח פון עצמות, פון פשיטות עצמות א"ס ב"ה.
לחדי וואָס לערנען חסידות מיט אַ רגש פנימי האָבען אַ געפיהל אין דעם.
לטרגש פנימי, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק מבאר געווען — בעת איינער פון די שפּאַציר­גענג מיט מיר — אין צוויי ענינים: א) דער חסידות פאַרשטאַנד אין עצמות, אַז עס איז אַ אור עצמי וואָס לאָזט זיך מלביש זיין אין השגה. ב) פשיטות העצמות דא"ס ב"ה, וואָס עס איז העכער פון תפיסא און השגה, וואָס אויף דעם זאָגט אליהו14, לית מחשבה תפיסא בך כלל.
מבעת איינעם פון די טיולים האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק מבאר געווען מיט געוויסע הסברים, אַז יעדער איד, וואו ער געפינט זיך דאַרף ער וויסען די כוונה העליונה פון זיין קומען אין יענעם אָרט, אויף אַ קורצער אָדער אַ ליינגע­רער צייט, אָדער אַמאָל מער ניט ווי אַלס דורכגעהער, ווייל אין יענעם אָרט האָט ער געדאַרפט מאַכען אַ ברכה אָדער דאַוונען15. און מששת ימי ברא­שית וואַרט דער אָרט אויף זיין דאַוונען אָדער ברכה16. און ער דאַרף דורכ­פיהרען די שליחות, ווייל ער איז אַ שליח פון פשיטות העצמות. ער דאַרף עס ניט פאַרשלאָפען און ניט פאַר­שפּילען זיך אין איינעם פון די שפּיצלעך פון יצר הרע.
מאמען דאַרף אַלעמאָל געדיינקען, די ווילדע פאַרעטערישע התחכמות שטיק­לעך פון דעם יצר הרע, אַז ער פאַר­מעסט זיך אַלעמאָל און ביי יעדע גע­לעגענהייט דורכצופיהרען זיינע שקר'­דיגע שטיק, ביז ער האָט געהאַט די חוצפא וועלען פאַרפיהרען אברהם'ן און יצחק'ן מיט זיינע שפּיצלעך.
מבט. (אחד מהמסובים אמר לחיים, ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א):
מגאין מיינע קינדער יאָהרען האָב איך געהערט ווי זקני החסידים ר' אבא און ר' חנוך הענדעל פלעגען זאָגען "לחיים עם כל הפירושים".
מדהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דאַן געזאָגט: אַזוי איז דער נוסח ברכת לחיים וואָס חסידים זאָגען, אָבער הוד כ"ק אאמו"ר — אאזמו"ר מהר"ש — פלעגט זאָגען "לחיים" דאָס איז חיים עצמיים, וואָס איז העכער פון כל הפירושים. דער חילוק אין די צוויי נוסחאות — איז מובן צו די וואָס זיינען בעלי עבודה אין תפלה מיט אַ הכנה טובה אין דעם קודם התפלה.
מהאַלע אידען זאַלען זיין געזונד מיט זייערע בני בית און עס זאָל זיי זיין פרעהליך אויפ'ן האַרצען.
מואָבער וואָס עס מיינט אמת'ע שמחה — ווייסען חסידים, און זיי האָבען דעם אמת'ן עבודה שכל אויסנוצען די שמחה אויף ממשיך זיין דעם חיות פנימי פון שכל אויך אין תהלים זאגער און מאַרק און דאָרפ'ס­הענדלער.
מזיוד. מיר איז זעהר טייער יעדער וואָרט וואָס איך האָב זוכה געווען צו הערען מהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק. עס זיינען פאַראַן פערשידענע ענינים וואָס ער האָט מיר מיט זיי מזכה געווען, אַז איך זאָל דאָס איבערגעבען צו אנ"ש און תלמידי תומכי תמימים, אַז די ענינים זאָלען פאַר זיי זיין אַ וועג ווייזער אין דרכי עבודה און דרכי הנהגה אין דרכי החסידות.
מחדי זכרונות באַ אַ חסידישען מחונך, איז לבד זאת וואָס זיי זיינען איבערפילט מיט דעם פנימיות'דיגען חסידות רייכטום, בריינגען זיי אויך דעם רייכען עבר אין אַ ליכטיגען געשמאַקען הווה.
מטאַמאָל ווען איך האָב נאָך געלערענט באַ מורי החסיד ר' ניסן17, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, בעת אַ דאָנערשטאָג באַ דער נאַכט'יקען חסידות לערנען אין קליינעם מנין­זאַל, אַ פולע גערעדט און שטאַרק געוויינט.
נוואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט גערעדט האָב איך ניט פאַרשטאַנען, נאָר די עטלעכע ווערטער "דער גרויסער רחמנות וואָס איז אויף דער נשמה", וואָס איך האָב געהערט פון איהם און זיין אינערליכער געוויין האָבען מיר אַזוי דורכגענומען, אַז זיצענדיג אויף אַ באַנק נעבען טיר פון חדר שני, האָב איך זיך פאַנאַנדערגעוויינט.
נאאויף צומאָרגענס, פרייטאָג, האָב איך געדאַווענט, — לויט מיין דאַמאָלסדיגען מצב — מיט גרויס התעוררות און געזאָגט תהלים. דער שפּילען זיך יענעם פרייטאָג איז באַ מיר געווען אהן דעם געוויינליכען געשמאַק און קאָך.
נבבעת סעודת שבת נאַכט האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק ווידער גערעדט מיט די מסובים החסידים ר' הענדיל און ר' אבא צאשניקער, אָבער איך האָב גאָרניט פאַרשטאַנען. החסיד רח"ה זאָגט מיר: דו הערסט וואָס דער טאַטע זאָגט? אַז איך האָב געזאָגט, אַז איך הער, אָבער איך פאַרשטעה ניט, ענטפערט מיר הרח"ה: מען בעדאַרף הערען און געדענקען וואָס מען האָט געהערט און אַז דו וועסט עלטער ווערען, וועסטו יעמאָלט פאַרשטעהן וואָס דו הערסט איצטער.
נגהרח"ה דערצעהלט פון אַלטע חסידים, וועלכע האָבען געזאָגט, אַז אין די עלטערע יאָהרען האָבען זיי ערשט דאַמאָלסט געפיהלט דעם הבנה און העמקה פאַרשטאַנד פון דעם וואָס זיי האָבן געהערט אין זייערע קינדער יאָהרען.
נדיא. איך בין — דערציילט הרח"ה — אַ ישוב'ניק, אויפגעוואָקסען און געלעבט אַ פולע יאָהרען צווישען דאָרפס און קרעטשמע­אידען. זעהר ווייניג פון זיי זיינען געווען למדנים. מעהרסטענטייל זיינען זיי געווען פשוט'ע אידען, אָבער חסידות זאַפטיגע אידען.
נהאין אונזער געגענד — זאָגט הרח"ה — האָבען זיך אַלע פשוט'ע אידען געהאָ­דעוועט באַ חסידישע טאַטעס און מאַמעס און באַ חסידישע מלמדים, און די פשוט'ע אידען האָבן פאַרשטאַנען און געפיהלט דעם געשמאַק פון דעם חסידישען חינוך לויט זייער געפיל און פאַרשטאַנד מיט ערקלערונגען און הסברים פון זייער געוויינטליכען אַרבעטס לעבען.
נודי דאָרפס אידען פלעגען זאָגען: עס זיינען פאַראַן צוויי מינים אין היי: געזייטער היי — קליעווער — און גראָז­היי, וועלכער וואַקסט פון זיך אַליין און מען בעדאַרף עס ניט זייען.
נזביידע מינים היי וואַקסען פון דער ערד, ביידע סאָרטען היי זיינען אַ מאכל בהמה, אָבער דער אונטערשייד פון די קאָרמע (מזון) וואָס די בהמה עסט איז ניכר אין דער מאָס און אין די פעטקייט פון די מילך וואָס די בהמה גיט.
נחדי חסידישע מחונכים, פּראָסטע אידען, קרעטשמער, דאָרפס לייט, בעלי מלאכות און מאַרק הענדלער בריינגען אַריין אַ געוויסען געשמאַק אין דעם טעם רוחני פון עם ישראל.
נטיב. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיט מיר געלערענט צוויי מאָל דעם פירוש המלות18 פון תפלות דחול, שבת ויו"ט, הגדה ש"פ19 ולקוטי תפלות דר"ה ויוכ"פ. דעם ערשטען מאָל אין די קינדער יאָהרען און דעם צווייטען מאָל פון מיין בר מצוה — י"ב תמוז תרנ"ג — אָן.
סווען הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיט מיר אָנגעהויבען לערנען דעם ערשטען מאָל דעם פירוש המלות האָט ער דאַן געזאָגט: דאַוונען און ניט וויסען וואָס מען דאַווענט איז דאָך ניט קיין זאַך. און האָט מיט מיר געלערענט אַ יסודות'דיגע פאַרטייצונג פון דאַוונען.
סאדעם צווייטען מאָל האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק מיט מיר געלערענט דעם חסידישען פירוש המלות, איך מיין ניט דעם געדרוקטען און די געשריבענע פירוש המלות — בדרושי חב"ד — נאָר אַ חסידישען פירוש המלות. פון מודה אני, יעדער פסוק פאַרטייצט על דרך החסידות מיט אַ בפועל בכן. באַ יעדען ענין פלעגט הוד כ"ק אאמו"ר דער­צעהלען סיפורים, פון וועלכע דער רוב זיינען געווען תורות, וואָס הוד כ"ק רבינו הזקן האָט מקבל געווען פון מורנו הבעש"ט און מורנו המגיד ממעזריטש און אַמאָל אויך מיט די ביאורים פון הוד כ"ק רבינו הזקן און הוד כ"ק אבותינו רבותינו הקדושים.
סבאין יאָהר תרנ"ה נאָך חג השבועות זיינען מיינע עלטערען אַרויסגעפאָרען אין דאַטשע באָליווקע20, האָבען מיר שוין דאַן ב"ה געהאַלטען באַ דעם לימוד פירוש המלות פון לשם יחוד וואָס מען זאָגט פאַר ברוך שאמר.
סגאַזאַ מלמד און אַזאַ אופן לימוד ווערט נחקק אין קאָפּ און עס לייכט אין האַרצען מיט אַ לעבעדיגען אריכות ימים'דיגען זכרון.
סדיג. איך וויל מאַכען זיך און אייך אַ פנימיות רוחניות'דיגען עונג און איבער­געבען, וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דאַן מבאר געווען אין דעם קאַ­פּיטעל למנצח בנגינות, וואָס מען זאָגט פאַר ברוך שאמר.
סהאָבער צוליב דעם איך זאָל אייך קענען איבערגעבען דעם ענין מוז מען האָבען אַ געוויסע הכשרה הקדמה אין דעם כללות ענין פון דעם סולם דתפלה.
סואון פריהער מוז מען ערקלערען בקצרה לכל הפחות וואָס איז דער מיין אין דעם סולם, וואָס מלמעלה21 האָט מען באַוויזען יעקב אבינו אין חלום22.
סזחסידות חב"ד פאַרלאַנגט, אַ חכמה עמוקה אין השגת אלקות און ווי יעדער חכמה עמוקה איז פריהער בעדאַרף מען גלויבען וואָס מען לערענט, און נאָכדעם פאַרשטייט מען מיט אַ געוויסען חסי­דישען אָפּלייג.
סחיד. דעם סולם האָט יעקב אבינו געזען, ווען ער איז, נאָך די ברכות וואָס — זיין און אונזער פאָטער — יצחק אבינו האָט איהם געבענטשט, אַנטלאָפען פון דעם האַרץ­כעס פון זיין ברודער עשו, פאַר דעם וואָס יעקב אבינו האָט, אויף דעם פאַרלאַנג פון זיין מוטער רבקה אמנו, צוגענומען די ברכות וואָס יצחק האָט געדיינקט צו בענטשען מיט זיי זיין זוהן עשו.
סטאין חסידות23 ווערט ערקלערט דער ענין פון די ברכות וואָס יצחק אבינו האָט געהאַט בדעה צו בענטשען זיין זוהן עשו און דורך רבקה'ס עצה און אַרבעט זיינען די ברכות אָנגעקומען יעקב'ן — אַז אברהם אבינו איז די מדריגה פון ספירת החסד דעולם האצילות, יצחק אבינו איז די מדריגה פון גבורה דאצילות און יעקב אבינו איז מדריגת תפארת דאצילות.
עדי מדריגות פון עולם התהו זיינען העכער ווי די מדריגות האור פון עולם התיקון. אין אַ כלליות'דיגען24 אונטער­שייד שטריך צווישען די אורות פון די צוויי עולמות תהו ותיקון: אין עולם התהו איז אורות מרובים און כלים מועטים און אין עולם התיקון איז כלים מרובים און אורות מועטים25.
עאדער טיפער אונטערשייד איז אַז די אורות דתהו זיינען ענפין מתפרדין. די אַלע עשר ספירות איז יעדע ספירה אַ אור תקיף און האָט ניט קיין שייכות צו די אַנדער ספירה, און ספירות דתיקון זיינען אורות מועטים און כלים מרובים און יעדע ספירה איז נותן מקום צו די אַנדער ספירה, אויך אפילו צו די ספירה הפכית: חסד דאצי' גיט אַ אָרט צו גבורה דאצילות און תפארת דאצילות איז מייחד חסד און גבורה.
עבטו. דער ישוב'ניק ר' דובער פון נעבען חאלאפעניץ26, דער פאָטער פון ר' מענדל דער משרת27 איז געווען אַ פשוט'ער אַמאָליגער "עמך" איד, וואָס האָט גאָר ווייניק פאַרשטאַנען אין די שוואַרצע פּינטעלעך. ער איז געווען אַ תיקון חצות — תהלים איד. אַלע נאַכט פלעגט ער אָפּריכטען חצות און אָפּזאָ­גען דעם גאַנצען תהלים און במשך היום פון דער אַרבעט, פיהרענדיג זיינע מיל­כיגס אין שטעטעל חאלאפעניץ צו פאַר­קויפען צו די בעלי בתים און אויפקויפען פאַרשידענע זאַכען אין שטאָט פאַר זיין קרעטשים קרעמעל, פלעגט ער זאָגען תהלים.
עגר' דובער איז געווען אַ חב"ד חסי­דישער מחונך. זיין פאָטער איז געווען אַ חסיד, וועלכער איז געגאַנגען צו הוד כ"ק אדמו"ר האמצעי, און צו זיין בר מצוה האָט איהם זיין פאָטער געפיהרט צו הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק ער זאָל איהם בענטשען.
עדר' דובער פלעגט אָפט איבער דער­ציילען דעם סדר ווי זיין פאָטער איז געגאַנגען מיט אַ חבריא חסידים צו הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק, און פלעגט באריכות דערצעהלען ווי עס איז געווען דער סדר ההילוך ווען דער פאָטער האָט איהם דעם ערשטען מאָל גענומען אויף מיטצוגעהן אין ליובא­וויטש.
עהר' דובער האָט דערציילט די עט­ליכע ווערטער וואָס הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק האָט איהם געזאָגט, ווען זיין פאָטער האָט איהם געבראַכט: אַ איד דאַרף זיין אַ בעל קבלת עול'ניק. זאָלסט אַלע טאָג זאָגען דעם גאַנצען תהלים, אויך געהענדיג אין שטאָט און פון שטאָט זאָגען תהלים.
עופאַר מיין חתונה — דערציילט ר' דובער — אַז איך בין געווען אין ליובאַ­וויטש, איז הוד כ"ק אדמו"ר הרה"ק צמח צדק געווען שוואַך אין געזונד. מיר האָט מען אַריינגעלאָזען נאָר צוליב זכות אבות, און הוד כ"ק אדמו"ר הרה"ק האָט מיר געזאָגט "געדענק זאָגען תהלים בכל עת".
עזווען איך האָב דערציילט להוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק דעם סיפור, וואָס איך האָב געהערט פון ר' דובער, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט, אַז אויף אַזעלכע פשוט'ע אידען תהלים זאָגער און לא ידעי מה קאמרי'ניקעס איז באמת קאים עלמא, און זייער תהלים זאָגען איז גורם דעם גרעסטען עונג אין עצמות א"ס, אַז שבת צו מנחה, וואָס איז דער זמן פון רעוא דכל רעוין28 זאָגט מען, ומי כעמך כישראל גוי אחד בארץ29, אַז עמך ישראל זיינען ממשיך אחד האמיתי אין ארץ30.
עחטז. אין אייניגע שפּאַציר­גאַנגען האָט דעמאָלט — זומער תרנ"ה — הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק גערעדט31 בארוכה דעם ענין פון סולם דתפלה, זאָגענדיג אַז דאָס איז דער סולם המחבר מעלה און מטה. דער סולם איז דער עמוד המחבר שמים וארץ.
עטארץ איז גשמיות, ניט חומריות, חומריות איז די גראָבע גשמיות פון עולם העשי', וואָס שבירתו און זריקתו לחוץ דאָס איז תקנתו. שמים איז עולם האצילות. דער וואָרט שמים איז אַ צוזאַמענשטעל פון צוויי ווערטער שא מים32, טעון מים, דאָס מיינט אַז מים איז אַ תואר­נאָמען אויף טוהר עצמי, קלאָר ריין, אַ העכסט קלאָרע ריינקייט.
פאין גשמיות זעהען מיר, אַז אַ סולם פאַראייניגט דעם תחתון מיט דעם עליון, און ווי עס שטעהט סולם מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה.
פאדער סולם פון תפלה, וואָס איז עומד בארץ און ראשו מגיע אין שמים, איז די כוונה אין דעם ענין החיבור אויף צו מעלה זיין די ארציים זאַכען אין שמים און אויף מוריד זיין די שמים זאַכען אין ארץ.
פבדער סולם פון תפלה וואָס ער איז עומד ארצה און ראשו מגיע השמימה האָט ארבע שליבות33 און איז מכוון נגד די ד' עולמות אצילות, בריאה, יצירה און עשי'34 וואָס זיינען מחבר דעם עולם הגשמי מיט עצמות אין סוף ב"ה, און דורך די שליבות ווערט נמשך אור ושפע פון עצמות א"ס ב"ה אין אַלע עולמות.
פגיז. די ד' שליבות פון תפלה איז דער אָנהויב פון דער ערשטער טרעפּ איז הודו לה' קראו בשמו35 און דער סיום איז דער מזמור36 למנצח בנגינות, און זי איז מכוון נגד עולם עשי'.
פדדער הפסק צווישען עולם העשי' און עולם היצירה איז דער מאמר לשם יחוד.
פהדי צווייטע טרעפּ, וואָס איז מכוון נגד עולם היצירה, איז די התחלה ברוך שאמר והי' העולם און דער סיום איז ברכת ישתבח כו' חי העולמים. אין עולם היצירה ווערט דערהערט דער אור אלקי וואָס איז מחי' עולמות און נבראים, און ווי אַלע נבראים זיינען, יעדער לפי מהותו, מכיר דעם חיות אלקי וואָס איז זיי מחי'.
פודער הפסק וואָס איז פון עולם היצירה צו עולם הבריאה, דער אָנהויב הפסק איז יתגדל ויתקדש שמי' רבא און דער סוף פון דעם הפסק איז ברכו און ברוך כו' ועד.
פזדי התחלה פון עולם הבריאה איז ברוך כו' יוצר אור כו' את הכל און דער סיום איז ברכת גאל ישראל.
פחדער הפסק צווישען עולם הבריאה און עולם אצילות איז דער פסוק37 אדני שפתי תפתח ופי יגיד תהלתך, הגם דאָס איז אַ פסוק וואָס איז מגביל און מגדיר די גדלות פון עולם הבריאה און עולם האצי'. דער הפסק וואָס איז צווישען עולם הבריאה און עולם האצילות איז ניט בדומה צו דעם מאמר ההפסק וואָס איז צווישען עשי' און יצירה און דעם הפסק פון יצירה צו בריאה, אָבער דאָך איז דאָס אַ מאמר וואָס באַווייזט אויף דעם הפסק המדריגות.
פטווי עס איז מבואר אין חסידות38, איז יעדער מאמר און מדריגה וואָס איז מפ­סיק צווישען צוויי בחינות און מדריגות, אַליין כלול פון צוויי מדריגות: איין מדריגה פון מפסיק איז שייך צו דער מדריגה התחתונה און די צווייטע מדרי­גה פון מפסיק איז שייך צו די מדריגה העליונה.
צאין דעם הפסק צווישען עולם הברי­אה און עולם האצילות וואָס איז כלול פון צוויי מדריגות, זיינען די ווערטער, אדני שפתי תפתח, דער טייל וואָס איז מורה אויף עולם הבריאה. און די ווערטער ופי יגיד תהלתך איז דער טייל וואָס איז מורה אויף עולם האצילות.
צאשמונה עשרה איז דער עולם האצי­לות.
צבנאָך תפלת שמונה עשרה איז מרומז און מבואר דער אור הנמשך אין עולם בעבודת היום כל אחד לפי מהות עבודתו.
צגפון מודה אני ביז ויכריע ביניהם איז דאָס דער שטח הארץ וואָס אויף איהם שטעהט דער סולם פון תפלה, כמאמר הכתוב והנה סולם מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה.
צדיח. בקצרה, דער ענין ווי תפלה איז איינגעטיילט אין מדריגות פון סולם:
צהדי ערשטע טרעפּ פון דעם סולם התפלה איז פון הודו ביז אפסי ארץ. די מדריגה המפסקת, די עובי פון דער שליבה, איז דער מאמר לשם יחוד. די צווייטע טרעפּ איז ברוך שאמר ביז חי העולמים. יתגדל און ברכו זיינען די צוויי זייטען פון דער צווייטער שליבה. פון ברוך כו' ובורא חשך ביז גאל ישראל איז די דריטע טרעפּ. אדני שפתי תפתח ופי יגיד תהלתך איז דער מעלה ומטה פון די דריטער שליבה. שמו"ע איז די פערטע טרעפּ.
צודי פיר טרעפּ פון דעם סולם דיעקב אין עבודת התפלה איז די ערשטע טרעפּ פון הודו ביז כל אפסי ארץ מכוון נגד עולם עשי'. ברוך שאמר ביז חי העולמים איז די שליבה שני', וואָס איז מכוון נגד עולם היצירה. די התחלה איז ווי דער עולם היצירה, וואָס ער איז שוין אַ עולם הנראה למציאות דבר לעצמו, וואָס דער כח היוצר איז נעלם ונסתר, אָבער דאָך איז דער אור אלקי מאיר בגילוי. דאָס מיינט, אַז די בריאה, דער יש ממש איז מורה אויף דעם חיות, ניט ווי עשי', וואָס איז מעלים ומסתיר לגמרי אויף דעם חיות.
צזדער סוף פון עולם היצירה איז ברכת ישתבח, וואָס דער סיום פון ברכת ישתבח איז חי העולמים, דער חיות פון עולמות, עס איז טאַקע עולמות במציאות, אָבער די מציאות פון עולם היצירה איז ניט מעלים אויף דעם אור וחיות אלקי המהווה, און בכל אופן ניט אַזאַ הסתר ווי דער יש פון עולם עשי'.
צחיט. אין אדם איז דער כח המעשה אַ כח נבדל, וואָס איז מכוון נגד עולם העשי'39. דער עולם היצירה, וואָס איז מכוון נגד כח הדיבור, איז הגם דיבור איז מיוחד מיט דעם מדבר, אָבער עם זה איז ער אַ מציאות דבר וואָס איז נשמע צו אַ זולת. עס איז ניט גלייך ווי דער כח המחשבה, וואָס דער זולת ווייס מער ניט אַז ער איז פאַרטראַכט, אָבער וואָס ער טראַכט ווייס מען ניט.
צטאָבער נאָך אַלעם זיינען מחשבה דיבור ומעשה מער ניט ווי לבושי הנפש40, אָבער עולם אצילות איז עולם היחוד, וואָס אין משל אין אדם איז דאָס דער כח המשכיל להשכיל ולגלות שכליים עצמים.
קכ. די גאַנצע אריכות וואָס דאָ איז אַרומגערעדט געוואָרען איז אַ קיצור'­דיגע שמועס, וואָס באמת האָט מען געדאַרפט ריידען באריכות און מדגיש זיין דעם גרויסען היזק רוחני, וואָס די חסידישע בחורים און יונגעלייט האָבען, מצד דעם העדר שימת לב אויף עניני העדר העבודה, טאָן מיט זיך בכלל, און אויף העדר עבודת התפלה בפרט. חסידים בכלל און תמימים בפרט זאָלען עפענען זייערע אויערען און הערצער אויף הערען און דערהערען דעם קול חוצב בלהבת אש קדש פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק — זי"ע — אין קונטרס עץ החיים41 — קיץ רס"ד — בכלל און ביחוד די פרקים ל"ב ל"ג מיט דעם סיום התפלה והברכה, ובכחו וכחם של כ"ק אבותינו רבותינו הקדושים נצליח בעבודתינו כהוראת תורת החסידות אמן, כן יהי רצון.
קאכא. צוליב אַ זכרון פנימי, וועל איך איבערגעבען אַ ענין פנימי, וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיט מיר גערעדט בעת איינעם פון די שפּאַציר­גאַנגען.
קבנאָכדעם ווי ער האָט מיט מיר גערעדט ענינים שונים, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק גערעדט אַ ענין פנימי אין חסידות, וואָס איך קען און וויל אייך איבערגעבען, מיט דער האָפנונג, אַז איהר וועט דעם ענין פאַרשטעהן און דערפיהלען אין עבודה בפועל.
קגצוליב אַ סבה פנימית, ווי עס איז פאַרצייכענט אין מיין יומן, איז הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק דאַן געווען שטאַרק פנימיות'דיג אויפגעלייגט און האָט בארוכה מבאר געווען דעם ענין פון די שמות הוי' ואלקים, אַז שם הוי' איז גילוי און רחמים און שם אלקים איז העלם און דין. און דאַן געזאָגט אין זעהר אַ אויפגע­לייגטען טאָן: אלקים יחננו ויברכנו, יאר פניו אתנו סלה. דאָ איז עפּעס ניט גלאַ­טיק, מען בעדאַרף דאָס זיך געבען גוט צו פאַרשטעהן, מיט אַ טיף פנימיות ברייטען און פרייען הסבר: ווי קומט צו שם אלקים, מדת הצמצום וההעלם, תחנונים און ברכות. שם אלקים איז דאָך מדת הדין והצמצום, היינט וואָס איז שייך צו בעטען אַ ברכה און רחמים באַ שם אלקים.
קדאלקים יחננו ויברכנו יאר פניו אתנו סלה, רעכענט ער דאָ מעלות אין שם אלקים: א) יחננו, נתינת חן. ב) ויברכנו, ער זאָל אונז בענטשען. ג) הארת פנים פון דעם שם אלקים. ד) אתנו סלה צו אונז און מיט אונז אַלעמאָל.
קהאָבער באמת, ווי תורת החסידות ערקלערט איז, אַז אַ ברכה דאַרף טאַקי קומען פון שם אלקים, וואָרום עס איז דאָך בראשית ברא אלקים, אַז די התהוות בפועל פון יש הגשמי איז דורך דעם שם אלקים, וואָס דורך די עבודה ובירור וזיכוך אין שם אלקים ווערט מען אַ כלי מקבל זיין דעם זהב הטהור42.
קודי עשירות פון דעם וואָרט איז פאַראַן אין השכלה. אָבער דאָס ליגט דאָך ליידער אונטערן טיש און קיינער איז זיך ניט עוסק אין דעם.
קזאז מען נעמט אַראָפּ די בלאָטע, נאָכ­דעם ברענט מען דאָס, נאָכדעם גיסט מען דאָס און מען מאַכט אַ בירור, מען נעמט אַרויס דעם פסולת פון טוב און דעם טוב פון פסולת, דאַמאָלט איז זיך מתגלה דער זהב טהור, די פיינגאָלד, און דאָס איז, יאר פניו אתנו סלה, אַז מען דערזעהט דעם אמת ליכטיגען פנים.
קחכב. בנוגע השכלה פון חסידות האָט מען אַמאָל געזאָגט אַ משל פון אַ קישקע. פריהער איז דאָס פּאַסקוד­סטווע, אָבער אַז מען רייניגט אויס די קישקע און מען פילט עס אָן מיט מעהל און שמאַלץ, דאַן ווערט דאָס אַ מאכל טוב.
קטכג. מען האָט שוין אַמאָל אין דעם גערעדט, אַז ביי יעדע חסידישע שמחה זיינען פאַראַן געזונטע שעהנע אורחים: דער בעש"ט, דער מעזריטשער מגיד און די רביים.
קימיר פאַרשטעהען ניט בכלל די מעלה פון אַ נשמה. היינט ווען זי איז למעלה און איז זיך עוסק אין השגה אלקית אין גן עדן התחתון און ג"ע העליון, פאַר­שטעהט מען דאָך געוויס ניט.
קיאמען דאַרף האָבען אַ חוש צו פאַר­שטעהן דעם חילוק פון ג"ע התחתון ביז דעם ג"ע העליון, און אַ חוש צו דער­הערען דעם עונג אלקי פון אַ נשמה למעלה.
קיבדאָס רעדט זיך וועגען נשמות בכלל, בפרט נשמות הצדיקים און בפרטי פרטיות נשמות הכלליות.
קיגעס איז גאָרניט צו באַגרייפען מיטן שכל אנושי ווי אַזוי די נשמות הצדיקים הכלליות קענען זיך אָפּרייסען פון זייער עונג אלקי. זייער מסירות נפש דאָס אָפּצולאָזען און קומען זיך משתתף זיין אין דער שמחה פון חסידים נשמות אין גופים, וועלכע האָבען אַ נפש הבהמית און אַ יצה"ר, און דערצו נאָך מקנא זיין, וואָס די נשמות אין גופים זיינען זיך עוסק אין אַ ענין רוחני.
קידמען בעדאַרף האָבען אַ געפיהל אין דעם. חסידים האָבען דעם געפיהל, נאָר ס'איז פאַרפּילעט און פאַרשטויבט. אָבער אַז מען גיט אַ ריב ווערט דאָס נתגלה. און דער ריב, דאָס ווערט דורך התבוננות פאַרן דאַוונען און די התבוננות אין דאַוונען.
קיהכד. אַז מען43 זינגט דעם רבי'נס ניגון — הניגון של ד' בבות — איז דאָס מעורר למעלה די התגלות הנשמה פון רבי'ן, ווי מיר האָבען זוכה געווען הערען מהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, אַז ווען הוד כ"ק אאזמו"ר הצ"צ האָט געזונגען אין אַ מסבת חסידים דעם רבי'נס ניגון, האָט זיך יעדערער פון די חסידים המסובים אַרומגעקוקט אויב דער רבי שטעהט באַ זיין זייט.
קיו(כ"ק אדמו"ר שליט"א ציוה לנגן את הניגון של ד' בבות מאדמו"ר הזקן והי' בדבקות עצומה בעת הניגון. אח"כ ציוה כ"ק אדמו"ר שליט"א לנגן את הניגון של שמחה "ניע זשוריטצי חלאָפצי"44).
קיזכה. בכלל בעדאַרף זיך שוין איצט אָנהויבען די הכנה צו חודש אלול. מען בעדאַרף זיך אָנהויבען מושטירען.
קיחדער אויבערשטער זאָל געבען אַ גע­זונטען זומער און אַ פרעהליכען תמיד.