Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos 5707·Shabbos day Chol HaMoed Sukkos 5707 at the mealספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות — תש"ז·יום ש"ק חול המועד סוכות תש"ז בסעודה

איום ש"ק חול המועד סוכות תש"ז בסעודה
ז. ניגנו הניגון הידוע1 של החסיד ר' זלמן זלאַטאַפּאָלסקי2, אחרי שסיימו הניגון אמר כ"ק אדמו"ר שליט"א3:
בהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, האָט מיר אַמאָל אין מענטאָן4 געפירט ווייזן, וואו ר' זלמן זלאַטאַפּאָלסקי איז געזעסען על כיף ימא, און געזונגען דעם ניגון און בשעת מעשה געטראַכט אַ חסידות וואָס ער האָט געהערט פון רבי'ן מוהר"ש. דאַמאָלסט איז ר' זלמן ניט געווען אין מענטאָן, די מעשה איז געווען מיט אַ צייט פריער5.
גר' זלמן איז דאַמאָלסט געקומען צום טאַטען אין מענטאָן ווינטער, איז ער גע­קומען מיט אַ פוטערנע שובע (במענטאָן האויר חם גם בחורף), און האָט זיך אַוועקגעזעצט אויף אַ באַנק און זיך פאַר'דבק'עט אין אַ ניגון, טראַכטענדיג דערביי אַ מאמר חסידות פון רבי'ן מהר"ש נ"ע. ער האָט ניט געוואוסט, אַז דאָ ניט ווייט וואוינט דער טאַטע. דערווייל איז דער טאַטע פאַרביי געגאַנ­גען און געזען ר' זלמן'ען ווי ער זיצט פאַר'דבק'עט אין אַ ניגון, האָט ער אים ניט געוואָלט מפסיק זיין. שפּעטער האָט אים דער טאַטע געפרעגט: וועלכען מאמר חסידות פון טאַטען האָט ער בשעת מעשה געטראַכט.
ד— ר' זלמן איז ניט געווען קיין רך הלב — בכלל קרעמענטשוקער זיינען ווייט פון רכות הלב און בפרט ר' זלמן — פונ­דעסטוועגען אַז דער טאַטע האָט אים דאָס געפרעגט, האָט ער אַ גאָס גע­געבען מיט טרערן, און עס האָט אים פאַרכאַפּט דער אָטעם, אַז ער האָט ניט געקענט ריידען.
הנאָכדעם — ווען ער האָט זיך באַ­רואיגט — האָט ער געזאָגט: דער רבי6 האָט געזאָגט דעם און דעם מאמר, אין דעם און דעם שבת.
ואַה! אַ פנים אַז אַ חסיד איז גאָר אַ אַנדער זאַך.
זחסיד איז ניט משכיל, ניט עובד, נאָר אַ חסיד, און פשיטא אַז מען איז אַ משכיל און אַ עובד אויך. משכיל איז דאָך מוחין, דאָס הייסט, אַז די מוחין קומען אַראָפּ אין עבודת החסידות.
חח. זכור ימות עולם בינו שנות דור ודור7 — אַז זכור ימות עולם, דאַן איז בינו שנות דור ודור.
טמען טאָר דאָך ניט זאָגען, מען גע­פינט זיך דאָך אין אַ סביבה פון תורה ועבודה, אָבער אַז מען דערמאָנט זיך ווי עס איז געווען אַמאָל — וויינט די האַרץ.
יאיך האָב געהערט פון טאַטען, וואָס ער האָט דאָס געהערט אויף יחידות ביי דעם זיידען (מוהר"ש נ"ע) אַז אַמאָל האָט איינער אַ חסיד — איך וויל יעצט ניט פורש בשמו זיין — געקלאָגט זיך פאַר דעם צמח צדק: מען לערנט און מ'דאַוונט, נאָר עס איז גאָרניט. האָט דער רבי צמח צדק געענטפערט: דאָס גופא, אַז מ'ווייס אַז עס איז גאָרניט, איז אויך גוט.
יאפון אים — נראה הכוונה על החסיד הנ"ל — איז דאָך פאַראַן דער וואָרט, אַז די קאָפּ פאַרגעסט ניט וויפל די קאָפּ דאַרף פאַרשטיין, און די האַרץ פאַר­נעמט ניט וואָס די קאָפּ פאַרשטייט.
יבט. צוה לנגן ואמר: עס שטייט דאָך ושמחת בחגך8, דאַרף מען דאָך האָבען שמחה, און ווי נויטיג מיר דאַרפן שמחה הן אין גשמיות און הן אין רוחניות.
יגי. בקיץ תרנ"ה התחיל הסדר בפעם הראשון לנסוע על דאַטשע9, וכ"ק אאמו"ר אמר לי אז, שהכוונה בהנסיעה, ווייל איך וויל דיר האָבען לעבען מיר10. ואז התחיל כ"ק אדמו"ר שליט"א לכתוב רשימות מהענינים ששמע מאביו כ"ק אדמו"ר נ"ע.
ידיא. משך הדיבור אודות התמימים הראשונים שלמדו בליובאַוויטש, והזכירו את הרש"פ זאַלמאַנאָוו11 שהי' "חוזר" בשנות תרנ"ו­תרנ"ט12.
טוואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: דער טאַטע האָט אויף אים געזאָגט: ער פאַר­נעמט און נעמט אַריין אַן התפעלות, אָן התפעלות.