Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Sefer HaSichos Rayatz· 5706 to 5710· Sefer HaSichos 5707· Day of Simchas Torah 5707 at the mealספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ· תש"ו-ה'שי"ת· ספר השיחות — תש"ז· יום שמח"ת תש"ז בעת הסעודה
איום שמח"ת תש"ז בעת הסעודה
א. עס איז פאַראַן שני ימים טובים אשר השמחה שלהם באַ ע"י אכילה ושתי', והוא פורים ושמח"ת. והחילוק הוא אשר בפורים איז די עבודה "עד דלא ידע"1, ובשמח"ת הוא דוקא ב"ידע" וואָס דורך דעם "ידע" זאָל מען דערהערען די פשיטות העצמות2.
א. עס איז פאַראַן שני ימים טובים אשר השמחה שלהם באַ ע"י אכילה ושתי', והוא פורים ושמח"ת. והחילוק הוא אשר בפורים איז די עבודה "עד דלא ידע"1, ובשמח"ת הוא דוקא ב"ידע" וואָס דורך דעם "ידע" זאָל מען דערהערען די פשיטות העצמות2.
בב. עס איז אַ עונג גדול און אַ נעימות יתירה למעלה פון אַ אידען וואָס איז זיך עוסק אין עבודת התפלה. וועגען מדות רעות איז דאָך אָפּגערעדט, אפילו מדות טובות דאַרף דאָך אַזוי זיין — ווי עפ"י תורה, אָבער דער עיקר איז עבודת התפלה.
געס איז פאַראַן אַ תהלים איד, אָדער אַ בןתורה איד וואָס לערענט גמרא בעיון, אָבער עס קומט ניט צו אַ חסידישען אידען וואָס דאַווענט באריכות3.
דדער חסיד וואָס ער רעדט זיך איין אַז ער איז אַ משכיל — ער פאַרשטייט חסידות — און טוט ניט אין עבודת התפלה, זאָג איך אים ברור, אַז ער ווייסט ניט דעם אל"ףבי"ת פון חסידות.
הדי צייט איז קורץ, אַרבעט איז דאָ אַ סאַך והפועלים עצלים4. איצטער איז די צייט וואָס מען דאַרף נעמען אויף זיך, און אַז מען נעמט אויף זיך יעצט, קומט אָן גרינגער דאָס דורכצופירען.
ודער עיקר איז עבודת התפלה, מען דאַרף ווערען אַ דאַוונער, אַ חסיד איז דער וואָס דאַווענט.
זדער אל"ףבי"ת פון חסידות איז עבודת התפלה און בירור המדות. לא מיבעי אַז די מדות לא טובות דאַרף מען מרחיק זיין, נאָר אויך די מדות טובות דאַרפען זיין אויסגעאַרבעט, זיי זאָלען זיין מיט אַ געשמאַק.
חדורך דאַוונען קען מען פאַרשטיין חסידות, אָבער בלא עבודת התפלה איז די השגה קיין השגה ניט.
טעבודת התפלה דאַרף זיין בדרך הקרבת הקרבן, וואָס בהקרבת הקרבן איז פאַראַן קירוב הכחות5 און בדרך הפלאה.
יג. אמר כמ"פ: היינט דאַרף מען אָדער זינגען אָדער טרינקען יי"ש6. וציוה איזה פעמים לנגן וגם איזה פעמים לקחת יי"ש.
יאד. אַמאָליגע חסידים פלעגען טאָן אין עבודת התפלה מיט אַ סדר. זיי פלעגען מאַכען אַ "קנייטש" וואו זיי האַלטען, זיי זאָלען וויסען מאָרגען וואו ווייטער אָנצופאַנגען7.
יבה. אמר: לחיים, דער אויבערשטער זאָל געבען אַ שנת חיים, אַ שנת עבודה, מען זאָל קענען טאָן אין עבודה. דער אויבערשטער זאָל יעדען מיט זיין בני בית געבען וואָס ער דאַרף בבני חיי ומזונא רויחא. דער אויבערשטער זאָל ממלא זיין יעדן כל משאלות לבו לטובה ולברכה. און דער אויבערשטער זאָל געבן דעת מ'זאָל וויסן און פאַרשטיין וואָס צו בעטן.
יגו. צוה לאמר לחיים, ואמר: מען קען זיך ניט משער זיין דעם גרויסן קורת רוח וואָס מען האָט למעלה ווען אידען טרינקען משקה און ווינשען זיך לחיים און איינער בענטשט דעם צווייטן; ניט רעכענדיג זיך צי דער צווייטער איז אַ למדן אַ גאון אַ איש פשוט, אויך ניט רעכענדיג זיך וואָס פאַר מדות יענער האָט, ומ"מ ווינשען זיי זיך מתוך פנימיות נקודת הלב וואָס דאָס איז אַ הוראה אויף די אהבה עצמיות שבישראל.
ידז. איך וויל זאָגן אַ וואָרט פון טאַטן שיש ע"ז הרבה ביאורים בכתב, און איצטער וויל איך נאָר זאָגן איין וואָרט פון דעם.
טומיר זאָגן: "בין קדושת שבת לקדושת יו"ט הבדלת", וואָס אַזוי פאַרשטייען מיר ניט ווי אַזוי קען זיין אַ חילוק בין קדושת שבת לקדושת יו"ט, נאָר דער "הבדלת" וואָס דו עצמות האסט מגלה געווען די "הבדלה", דאָס גיט שוין אַ אָרט אַז מ'זאָל קענען זאָגען אין דעם ביאורים עס זאָל זיין אַ לייג אין שכל אויף דעם קדושת שבת לקדושת יו"ט הבדלת.
טזח. אין אַ פאַרבריינגען וואָס איז ניט נתפרסם געוואָרען האָט דער טאַטע אַמאָל געזאָגט: אויף לימוד הנגלה האָט דער ניט גוטער8 שוין לאַנג מסכים געווען, ווייל דאָ האָט ער אַן אָרט, נאָר אויף לימוד החסידות, דאָ האָט ער ניט געהאַט קיין אָרט. — אַמאָל איז געווען, אַז אַ איד האָט גענומען אַ לקוטי תורה אָדער אַזוי אַ חסידישן ספר, איז דאָס געווען אַ זאַך מלמעלה, ווייל "ער"8 האָט דאָרטן קיין אָרט ניט געהאַט, ער איז אַנטלאָפן אַזוי ווי פון וויירויך. שפּעטער האָט ער שוין מסכים געווען אויף דעם אויך, לאָזט ער אים שוין אַליין, ווייל ער האָט שוין דאָרטן אויך אַן אָרט, נאָר אין עבודת התפלה דאָרט האָט ער קיין אָרט ניט9.
יזאויף די וואָס לערנען חסידות נאָר אויף השכלה, און זיינען זיך ניט עוסק אין עבודת התפלה — האָט ער גערעדט זייער שאַרפע ווערטער, עס איז פאַראַן אַ אויסשפּראַך "עס זאָל פאַלען אויף פּוסטע וועלדער", איך וויל עס דאָ איצטער ניט איבער ריידען. מען קען דאָס ניט זאָגען נאָר אַז מען האַלט דערביי, און מען דאַרף זאָגן מעומק ופנימיות הנפש און מיט אַ טיפן הרגש פון רחמנות וואָס מען פילט דעם רחמנות אויף די וועלכע זיינען זיך ניט עוסק אין עבודת התפלה.
יחט. מען דאַרף ווערען חסידים, מען דאַרף אָנפאַנגען פון אל"ף, עס איז שוין צייט מ'זאָל ווערן מענטשן.
יטי. רנ"ה בעת הפאַרבריינגען האָט דער טאַטע גערעדט דאַן די מעלה פון אַ פשוט'ן אידן: דער בעש"ט האָט אַראָפּגעטראָגן די מעלה פון אַ איש פשוט, דורך מס"נ ואמונה פשוטה. דער אַלטער רבי האָט דאָס אַראָפּגעטראָגן אין הבנה והשגה, אַז דורך הבנה והשגה זאָל מען צוקומען צו מעלת הפשיטות פון אַ איש פשוט10.
כסיפר: דער טאַטע האָט אַמאָל פאַרבראַכט שמחת בית השואבה זייער אַ סאַך די גאַנצע נאַכט11. פאַרטאָג זיינען אַלע געגאַנגען אין וואַסער, איז מען פאַרבייגעגאָנגען דעם ביהמ"ד — שהי' על הדרך להמקוה (כידוע12 אַז די מקוה איז געווען אין ליובאַוויטש צווישן ביידע בתי מדרשים — בנימין'ס שטיבעל13 און דער בית המדרש) — דאָרטן איז געשטאַנען יצחק דער שניידער14 און עקיבא דער שוסטער און געזאָגט תהלים, באַ עקיבא דער שוסטער איז געווען אַ הילכיקער קול'כעל, האָט דער טאַטע געזאָגט12: אָט דאָס איז די אמת'ע כוונה15, תכלית הכוונה פון די השכלה וההבנה צוצוקומען להאמירה פשוטה פון עקיבא דעם שוסטער און איצע דעם שניידער'ס תהלים זאָגן, ווייל זייער פשיטות דערלאַנגט אין פשיטות העצמות.
כאואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: ווי גרויס זייער ידיעה איז געווען, ווייס איך ניט; צי זיי האָבען געוואוסט פירוש המלות, בין איך מסופק; אָבער דער תהלים זאָגען זייערער איז געווען מיט אַזאַ מתיקות און געשמאַק אַזוי ווי זיי וואָלטען געגעסען אַ מאכל ערב, און זיי האָבען דערלאַנגט אין פשיטות העצמות.
כביא. (איזה זמן כמו עשרים דקות קודם השקיעה הפסיק לאכול ולטעום16. אח"כ אמר:) יעצט דאַרף מען דאָך זינגען ווייל טרינקען טאָר מען דאָך ניט17.
כגיב. דעם שבת בראשית דאַרף מען זיין פריילעך אַ גאַנצן שבת, פאַרבריינגען אַ סאַך און זייך פריילעך.
כדוועגען משקה — איז אַמאָליקע חסידים פלעגן נישט טרינקען18. בכלל די עבודה און די התלהבות וואָס קומט פון דעם איז אַ "אש זרה"19. דאַרפן דאַרף מען וועלן דעם אש פון קדש הקדשים אָבער דערצו זיינען דאָך ניט אַלע שייכות, אָבער עכ"פ דעם אש פון אַ קרבן, נישט קיין "אש זרה"20.
כהיג. ברך אַז השי"ת זאָל ממלא זיין כל משאלותינו לטובה און השי"ת זאָל געבן אַז מען זאָל וויסען און פאַרשטיין וואָס צו בעטן, און עס זאָל זיין אַ שנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות.