Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos 5707·First night of Shavuos 5707 at the mealספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות — תש"ז·ליל א' דחג השבועות תש"ז בסעודה

אליל א' דחג השבועות תש"ז בסעודה
א. (במענה על שאלת א' מהמסובים אמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:) דער תקיעת שופר וואָס איז געווען אין מתן תורה האָט אַדורכגענומען דעם גאַנצען כדור הארץ.
באין איינע פון די מאמרים וואָס דער טאַטע האָט געזאָגט שבועות, ווען איך בין נאָך געווען אַ קינד און ניט געווען בערך צו פאַרשטיין,
ג— מיין מלמד ר' ניסן1 פלעגט מיר דערציילען פון די אַלע מאמרים וואָס דער טאַטע האָט געזאָגט ווען איך בין נאָך געווען אַ קינד, און האָט מיר דערביי געזאָגט2: אַז דו וועסט עלטער ווערען און וועסט ביי מיר פרעגען, וועל איך דיר דאַמאָלסט זאָגען באריכות3 —
דהאָט דער טאַטע געזאָגט: מן השמים השמיעך וגו'4, השמיעך איז דער פירוש, ער האָט דיר געמאַכט דערהערען, ער האָט דיר געמאַכט פאַר אַ כלי דו זאָלסט קענען דערהערען, ניט נאָר האָט מען דיר געגעבען אורות נאָר אויך כלים לקבלה, ע"ד כלים דתיקון.
הב. עס איז אַמאָל געווען אַ שטאַר­קער פאַרבריינגען ביים טאַטן, עס האָט זיך דאַמאָלט גערעדט דער חילוק פון נפש האלקית און נפש הבהמית. האָט דער טאַטע דאַן געזאָגט:
ואיך האָב ניט ליב קיין אריכות, אריכות דאַרף זיין פאַר'ן דאַוונען און אין דאַוונען, חסידות איז איין וואָרט:
ז"עיקר החסידות איז מדות5, הבנה והשגה וואָס אין חסידות איז נאָר בשביל לעורר המדות. מדות איז צוליב דאַוונען, און דאַוונען איז צוליב מדות, דער רבי6 און די רביים אחריו האָבן געהאָרעוועט אַז ביי חסידים זאָל זיין אין דאַוונען להבת שלהבת, אויסברענען די ניט גוטע מדות און אויפפלאַקערען די גוטע".
חדער לימוד החסידות איז, אַז דער קרעמער זאָל האָבען מיט וואָס צו גיין אין קראָם, און דער מלמד מיט וואָס צו גיין אין חדר.
טאַה! ווי מען איז היינט ווייט פון די אַלע ענינים, מען איז ווייט אפילו פון דעם אַמאָליגען חסידישן מיטוואָך ומכ"ש פון די עבודה פון שבת און יום טוב.
יאין ניגון איז דאָ דריי בבות. דער ניגון פאַרן דאַוונען, דער ניגון אין דאַוונען און דער ניגון נאָכן דאַוונען. דאָס איז אַלץ איין און דער זעלבער ניגון. דאָס זיינען די געגועים פאַרן דאַוונען, די געגועים אין דאַוונען, און די געגועים נאָכן דאַוונען.
יאדער חילוק פון אַ עובד און אַ משכיל, אַ משכיל דאַווענט און אַ עובד טוט. אַ משכיל דאַווענט און איז צופרידען פון זיין דאַוונען, אָבער צו עבודה בפועל קומט דאָס ניט. אַ עובד טוט, השכלה מהיכי תיתי, אָבער זיין צו­פרידענקייט איז פון טאָן, עבודה בפועל.
יבזכות אבות לא תמו7, "זכות אבות" די קלאָהרקייט וואָס די אבות החסידות האָבען אַריין געבראַכט, אַז מען זאָל דערהערן דעם אייגענעם ניט גוט און טאָן ווי מ'דאַרף טאָן; דאָס איז לא תמו, דאָס איז שטענדיק.
יגג. מען האָט געדאַרפט מאַכען אַ קביעות לערנען דעם "תורת שלום"8 יעדען טאָג עטלעכע שורות, מען דאַרף ניט קיין פולע, עטלעכע שורות איז גענוג, דאָרט זעט מען ווי מ'דאַרף לעבן ווי אַ חסיד.
יד(על שאלת א' מהמסובים אמר:) דער לשון אין די שיחות "תורת שלום" איז ניט מדויק, בכלל זיינען דאָס הנחות געשריבען אין ראשי פרקים מיט דער כוונה שפּעטער זיי ממלא צו זיין און עס איז אַזוי געבליבן, אָבער דער עיקר איז דאָך ניט וואָס עס שטייט אויף דעם פּאַפּיר, מען דאַרף לעבען מיט דעם.
טוד. (ניגנו ניגון ואמר א' מהמסובים: דאָס איז אַ אַלטער ניגון, ווי מ'האָט אים געזונגען אין ליובאַוויטש. וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א) אַה! די אלטע, די אַלטע ניגונים, די אַלטע ווערטער, די אַלטע הנהגות; היינט איז אַלץ טאנדעט9. אַמאָל פלעגט אַ שניידער אַליין נייען דעם בגד מיט אַ נאָדעל, ער פלעגט זיך טאַקע אַמאָל פאַרשטעכען די פינגער, אָבער דער בגד איז געווען גוט געמאַכט; היינט איז אַלץ טאנדעט, מאַשינאָווע: אַ טאנדעטנער עובד, אַ טאנדעטנער משכיל, און אַ טאנדעטנער למדן.
טזה. חסידות מאָנט ניט קיין ריבוי, חסידות איז גענוג איין וואָרט נאָר צום תוך.
יזעס איז אַמאָל אַ חסיד — איך וויל ניט פורש בשמו זיין — אַריין צום טאַטען אויף יחידות און זיך מתאונן געווען: מען לערנט חסידות און עס דערנעמט ניט, מען דאַווענט און עס דערנעמט ניט.
יחהאָט דער טאַטע אים געענטפערט: וואָס וואונדערסטו זיך, אַז דער דאַוונען איז ווי דער לערנען, און דער נאָכן דאַוונען איז ווי דער דאַוונען.
יטמען גייט אויף יחידות און מען טאַנצט אַ ריקוד נאָך יחידות10, מען פּאַטשט מיט די הענט און מען טאָפּעט מיט די פיס און מען מיינט אַז מען איז יוצא מיט דעם קלאָגען זיך, מיט די התאוננות.
כו. (ניגנו ניגון, והעיר א' מהמסובים, שניגון זה שלח11 החסיד ר' פסח מאַלאַסטאָווקער12 ע"י אברך א' לנגן לפני החסיד ר' הלל מפּאַריטש נ"ע13.
כאוענה כ"ק אדמו"ר שליט"א): יע, מען האָט געזונגען דעם ניגון אָדער אַן אַנדערן ניגון, אָבער דער זינגען איז געווען צוליבן דאַוונען, און אַז מ'האָט געדאַוונט האָט זיך במילא געזונגען.