Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos 5707·Shabbos night Chol HaMoed Sukkos 5707ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות — תש"ז·ליל ש"ק חול המועד סוכות תש"ז

אליל ש"ק חול המועד סוכות תש"ז
לבד הקרואים אל השולחן נכנסו התלמידים שבאו משאַנחאַיי1. אחרי שנגנו, אמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:
בה. אז דער רבי (אדמו"ר הזקן נ"ע) איז נתפרסם געוואָרען פאַר אַ מנהיג, וואָס דאָס איז נאָך געווען בחיי הרמ"מ מהאָראָדאָק, וואָס דער רבי איז געווען אַ מקושר צום מגיד און אויך צו הרמ"מ מהאָראָדאָק2, אָבער ער האָט שוין גע­פירט ביי זיך אַ סדר, און האָט געהאַט אַ סאַך מקושרים.
גאיינמאָל בעת עס האָבען זיך צונויפ­געקליבען צו אים די מקושרים, האָט ער צו זיי געזאָגט: בואכם צלחה, אייער ירי­דת הנשמה בגוף למטה זאָל זיין בהצלחה.
דוואָס דורך די עבודה פון הארת הנשמה היורדת למטה ומתלבשת בגוף פועל'ט דאָך אַ עילוי אין דעם עצם הנשמה בשרש שרשה ווי זי איז מושרש אין עצמות א"ס.
העס איז דאָ אַ שטאַרקע רייד פון טאַטען, וואָס הויבט זיך אָן: כל הנשמות מושרשות בעצמות3. רעכענט ער דאָרטען מדריגות אין ירידת הנשמה למטה; אצילות, בריאה, יצירה, עשי', ביז עוה"ז התחתון. וואָס דורך די עבודה פון די הארת הנשמה דאָ למטה ווערט אַ עילוי אין עצם הנשמה בשרש שרשה כמו שהיא מושרשת בעצמות א"ס.
ואַי, וועט איר פרעגען ווי אַזוי איז דאָס, אַ נשמה קומט אַראָפּ למטה און האַנדעלט מיט אַ בינטעל פלאַקס אָדער מיט אַ זאַק ברוקווע, דורך דעם ווערט אַ עלי' אין עצם הנשמה, איז פרעגט ניט קיין קשיות, אַזוי איז דאָס.
זאַז צוויי אידען טרעפען זיך אין מאַרק און איינער פרעגט ביי דעם צווייטען: וואָס טוט זיך? און ער ענטפערט אים: ב"ה, איך האָב געקויפט אַ וועגעלע האָלץ, די בעל­הבית'טע האָט איינגעהייצט און ס'איז וואַרעם, די קינדער האָבען וואָס צו עסען; איז דורך דעם "געלויבט דער אויבערשטער" ווערט אויסגעפירט די כוונה פון ירידת הנשמה למטה. עצמות א"ס איז זיך ניט מתענג פון אצי' און העכער פון אצילות, עצמות האָט תענוג פון די הארת הנשמה למטה בעבודתה אין תומ"צ, וואָס דורך דעם ווערט אַ עלי' אין אַלע עולמות. עצמות א"ס איז זיך מתענג פון דעם אויפטו פון ירידת הנשמה למטה.
חאח"כ פנה כ"ק אדמו"ר שליט"א להתמימים משאַנחאַיי ואמר: איר זייט דורכגעגאַנגען אַ סאַך יסורים, אָבער מען דאַרף דאָס דערהערען אין אַ פנימיות. מען דאַרף וויסען וואָס מען האָט אויפגעטאָן און וואָס מ'קען אויפ­טאָן. דער אויבערשטער זאָל אייך העלפען אין גשמיות, וואָס אידישע גשמיות איז רוחניות. און דער אויבער­שטער זאָל אייך העלפען אין רוחניות אויסצופירען די כוונה פון ירידת הנשמה בגוף וואָס עצמות און תורה ווילען אין אייך.
טו. דעם אַלטען רבי'נס טאַטע ר' ברוך איז געווען אַ גרויסער גאון. דער פעטער ר' יוסף יצחק איז געווען אַ גאון מפורסם. ער איז געווען אַ ראש ישיבה אין וויטעפּסק4. זיי זיינען ביידע געווען מקושרים צום בעש"ט, אָבער זיי זיינען געווען מוזהר באזהרה גדולה ניט מגלה זיין צום רבי'ן וועגען בעש"ט5.
יווי עס איז ידוע האָט דער רבי עוד בילדותו געהאַט גרויס הצלחה בלימוד נאָך איידער ער האָט געוואוסט ווער ער איז. ער האָט געוואוסט אַז ר' יוסף יצחק איז אַ גאון נעלה, איז ביי אים געווען אַ וואונדער די הנהגה פון ר' יוסף יצחק; ר' יוסף יצחק איז געווען אַ לב נשבר, ער פלעגט דאַוונען מנחה כמה שעות, אַזוי מעריב און אַנדערע תפלות, און פלעגט אַ סאַך וויינען. האָט אים דער רבי געפרעגט: וואָס איז דאָס? האָט ער אים געענטפערט: אַז דו וועסט עלטער ווערען, וועסט דו וויסען אויף וויפעל מ'ווייס ניט.
יאדער רבי האָט זייער ליב געהאַט פעלד6. עס פלעגן קומען צו ר' ברוך'ן עוברים ושבים, דאָס זיינען געווען שלוחים פון בעש"ט, אָבער זיי זיינען געווען פאַרשטעלט פאַר אנשים פשוטים און פלעגן טאָן מלאכות פשוטות, ווייל זיי האָבן ניט געוואָלט נהנה זיין מסעודתו של חברו. זיי זיינען געקומען איבערגעבן הדרכות ווי צו מדריך זיין דעם אַלטן רבי'ן7, אָבער זיי זיינען געווען באזהרה ניט צו דערציילן פון בעש"ט. אַז דער רבי איז עלטער געוואָרן, און האָט שוין געקענט אַ סאַך לערנען, איז ער געקומען אין וויטעבסק, האָט ער געזען ווי ר' יוסף יצחק וויינט זייער אַ סאַך, ביי מאַכען אַ ברכה וויינט ער, ביי קריאת שמע שעל המטה וויינט ער, אפילו שבת וויינט ער אויך, איז דאָס ביי אים געווען אַ פלא.
יבנאָך דעם בעש"ט'ס הסתלקות, ביי דעם מעזריטשער מגיד, האָט מען אַלץ מעלים געווען פון רבי'ן, ווייל מען האָט געוואָלט אַז ער זאָל קומען בכח עצמו.
יגאז דער אַלטער רבי איז געקומען אין מעזריטש, האָט ער געזען אַז די גדולי התלמידים איז שטאַרק מוקשה די התנהגות פון מגיד צו מקרב זיין אנשים פשוטים. דער מגיד פלעגט די אנשים פשוטים מקרב זיין און רופען מיט אַ כינוי שם — ר', וכו'.
ידשפּעטער האָט דאָס דער רבי מבאר געווען, ווייל באמת איז דאָך אפילו די וואָס ווייסען, ווייסען דאָך אויך ניט, מען דאַרף דאָך אַ סאַך האָרעווען מען זאָל וויסען אויף וויפיל מען ווייס ניט — תכלית הידיעה שלא נדעך8, און אַ איש פשוט מיט אמונה פשוטה גייט גלייך צו צו דעם.
טומער ניט אַז פאַר דעם בעש"ט האָט מען דערפון ניט געוואוסט. אַז דער בעש"ט איז געקומען האָט ער געעפנט די אויגען און האָט געזאָגט: אַז די פשיטות העצמות איז זיך מתגלה אין די עבודה פשוטה פון אַ איש פשוט9.
טזאח"כ פנה כ"ק אדמו"ר שליט"א להתמימים שבשאַנחאַיי ואמר: יעדע תנועה קלה פון אַ אידען איז בהשגחה פרטית, איר זייט געוועזען אין אַסאַך ערטער, אַ איד גייט ניט אַליין, אַ אידען פירט מען בהשגחה פרטית, און אויף יעדען אָרט דאַרף מען אויפטאָן, והשי"ת יצליח לכם.