Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos 5707·Night of Simchas Torah 5707ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות — תש"ז·ליל שמחת תורה תש"ז

אליל שמחת תורה תש"ז
א. למעלה זיינען אַלע ידיעות ע"י הכרזה, וואָס די הכרזה קומט ע"י המלאכים, אַ מלאך איז דאָך ניט קיין מציאות לעצמו, נאָר דאָס וואָס ער פירט דורך די שליחות — ער ווייס אַז דאָס מיינט מען אים ניט — פאַר אים איז דאָס ניט נוגע.
באַ נשמה איז אַ מציאות לעצמו, זי ווייס אַז דאָס אַלעס מיינט מען איר, און איר איז דאָס נוגע, ווייל זי דאַרף דאָס דורכפירען, דורכטאָן.
גדער עיקר עבודה איז עבודה בפועל. . . און דורך דעם ווערט די עליית העצמות בעצמותו.
דב. בשנת תרנ"ח ביי אַ פאַרבריינגען שמחת בית השואבה האָט דער טאַטע אַרומגערעדט דעם חילוק פון מלאכים און נשמות, וואָס מלאכים זיינען בהתפעלות וברעש ווייל זיי זיינען ניט קיין מציאות לעצמו, עס גייט זיי ניט אַן די אַלע הכרזות, נאָר דאָס וואָס ער פירט דורך די הכרזה, קענען זיי זיין בהתפעלות און שפּרינגען קדוש, אַ נשמה איז אַ מציאות לעצמו זי הערט זיך צו די הכרזות און איז קולט אין זיך אויף דורכצופירן זיי.
האַ נשמה שפּרינגט ניט, זי דאַרף גיין, אַ דורך גיין. ער ווייס ווען צו גיין און ווען אַ שפּרינג טאָן, כמו שאומרים העולם: "ביז מען האָט ניט איבערגע­שפּרונגען זאָגט מען ניט האָפּ".
ודער טאַטע האָט דאַן גערעדט די שאלה פאַרוואָס קומט ניט אַראָפּ די עצם הנשמה למטה נאָר הארת הנשמה לבד — ווייל ווען די עצם הנשמה וואָלט אַראָפּגעקומען וואָלט זי אַ דורך גע­ברענט, אָבער די הארת הנשמה איז מברר ומזכך, זי קומט אַראָפּ אין אַ גוף, עס איז איר מלביש אַ נה"ב — ניט קיין יצה"ר: ער פאַרשטעלט זיך אַמאָל פאַר אַ אָרימאַן, פאַר אַ עושר, פאַר אַ בדחן, אַמאָל גאָר פאַר אַ פּריץ, אָבער מען דאַרף אים קענען מיט אַלע זיינע התחכמות'ן — מען דאַרף אים מברר ומזכך זיין, וואָס דאָס איז נאָר דורך עבודת התפלה.
זחסידים דאַרפען טאָן אין עבודת התפלה, מ'דאַרף אָנפאַנגען דאַוונען. דער טאַטע האָט געזאָגט ביי אַ פאַרבריינגען בשנת תרנ"ו1 אַז דער וואָס טוט אין עבודת התפלה — איז דער רבי און אַלע רביים בענטשען אים; און דער וואָס טוט ניט אין עבודת התפלה זאָגט מען אים: צא מכאן, מ'וויל דיך דאָ ניט האָבן, דו זאָלסט אין די ד' אמות ניט זיין. און נאָך שאַרפע רייד וואָס מען קען זיי ניט איבערזאָגן.
חער האָט יעמאָלט גערעדט באריכות גדולה וועגן דאַוונען: אַ משכיל וואָס לערנט חסידות און דאַווענט ניט, זאָג איך אים: צא מכאן, איך וויל דיר ניט אין מיינע ד' אמות. ער האָט גערעדט זייער שאַרפע דיבורים וואָס איך וויל זיי נישט איבער'חזר'ן.
טחוץ דעם וואָס מען האָט אַסאַך מאָל גערעדט אַז אויב ער טראָגט דאָס ניט אַראָפּ אין עבודת התפלה איז פאַרשטייט ער גאָרניט — די השכלה און די הבנה זיינע איז קיין השכלה והבנה נישט, איז בכלל טויג דאָס ניט — דער עיקר איז עבודה בפועל.
יבכדי עס זאָל זיין די עבודת התפלה כדבעי, דאַרף טאַקע פריער זיין קריאת שמע שעהמ"ט, מאַכען אַ חשבון הנפש, און סוף כל סוף דאַרף מען קומען צו דער מסקנא ווי ר' הענדל2 האָט געזאָגט בשם ר' גרשון בער3, אַז מען דאַרף ווערען אַ אַנדערער. ער האָט געזאָגט צו זיך: ווער אַנדערש, דער מאָרגען זאָל זיין אַנדערש ווי היינט.
יאג. בשמע"צ אומרים: "שמיני עצרת החג הזה", איז דאָך אַ שאלה אַלע ימים טובים זאָגט מען פריער חג (כמו: חג המצות, חג השבועות, וכו'), און פאַר­וואָס שמיני עצרת זאָגט מען ("שמיני עצרת החג הזה") דער חג שפּעטער4, נאָר שמיני עצרת אַליין מאַכט דעם חג5. דער אויבערשטער איז שמח וואָס ער האָט אָפּגעטאָן אַ גוטע שטיקל אַרבעט, ער האָט אַלע אידען געגעבן אַ גוט יאָר.
יבכי בר"ה איז דאָך ספרים נפתחים6, און די תובעים מאָנען און זייער טענה איז דאָך אַ ריכטיגע. וואָרום ביי דעם איש הפשוט איז דאָך דער אלול ניט אַנדערש ווי חודש אב און ימי הסליחות ווי אלול, און אַזוי ר"ה, עשי"ת, יוהכ"פ, און די ד' ימים שבין יוהכ"פ לסוכות. אָבער אַז עס קומט סוכות איז ער גאָר אַ אַנדערער: ער גייט אין סוכה הגם עס איז אַ רעגן וואָס עפ"י דין איז ער דאָך פטור7, ער ווערט אַריינגערעגנט, ער טוט דאָס מחמת אהבה8. ער שטייט אויף 6 אַזייגער בענטשען אתרוג. אַ אתרוג האָט ער ניט, לויפט ער אין שול בענטשען אתרוג און דאַוונען. ער פאַר'משכון'ט די כלי המלאכה אויף צו קויפן אַ ביסל משקה אויף יו"ט. און אַז עס קומט שמע"צ טאַנצט ער מיט די ס"ת מיט צעריסענע פּאָדעשוועס, און קוקט ניט אויף די קללות וואָס די ווייב גיט עם, די קינדער זיינען באָרוועס און נאַקעט, די כלי המלאכה האָט ער פאַר'משכון'ט — וועט ער ניט האָבן מיט וואָס אָנפאָנגען נאָך יו"ט צו אַרבעטן9, נאָר ער איז זיך משמח מיט אַ תמימות און ער דערהערט די פשיטות העצמות. איז יעמאָלט פאַלן אַוועק די טענות התובעים און דער אויבערשטער גיט אַלע אידן אַ גוט יאָר, און פון דעם איז ער שמח, און דאָס איז וואָס שמיני עצרת אַליין מאַכט דעם יו"ט10.
יגאט דאָס הייסט אַ איד, די תמימות און מסירה ונתינה, און דערפאַר האָט עצמות בוחר געווען אין נשמות ישראל.
ידואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: מיר האָבען גאַנצע פּאָדעשוועס, דאַרף מען טאַנצען.
טוד. ווען דער רבי דער צ"צ איז אַלט געווען 9 יאָר האָט אים דער אַלטער רבי דערציילט פון דער צייט וואָס ער איז געווען אין מעזריטש, און פון פאַר מעזריטש און פון נאָך מעזריטש, פון דעם בעש"ט, פון זיין פאָטער ר' ברוך און פון זיין פעטער הריי"צ וואָס זיינען געווען דעם בעש"ט'ס מענטשען11.
טזווען דער צ"צ איז אַלט געוואָרן 13 יאָר און ער האָט שוין אַלעס גוט פאַרשטאַנען, האָט ער אַמאָל איבערגע­טראַכט מכח די עבודת התפלה פון אַ איש פשוט, און האָט אויף איינעם אָנגערופען מיט דעם נאָמען: ער איז אויך מיר אַ חסיד!
יזווען ער האָט דאָס איבערגערעדט מיט דעם אַלטן רבי'ן, האָט ער געזאָגט צום צ"צ: אָט דאָס איז אַ חסיד. דו דאַרפסט זיך רייבען אַרום אַלטע חסידים, מען זאָל דיך גוט דורכרייבען, אַזוי ווי מען האָט מיך דורכגעריבען אין מעזריטש.
יחוסיפר לו אדמו"ר הזקן: קומענדיק אין מעזריטש האָב איך געזען דאָס הת­להבות'דיגע דאַוונען פון די אידען אין ביהמ"ד, האָב איך געמיינט אַז זיי זיינען קלאָר בבלי, ירושלמי, ספרא, ספרי, קבלה און חסידות, ווען איך האָב זיך מיט זיי פאַנאַנדערגערעדט האָב איך געזען אַז זיי זיינען עין יעקב אידן און ווייסן אַ שטיקל שו"ע, און די פנימיות פון אגדה ווייסען זיי ניט. בין איך שטאַרק אַראָפּגעפאַלען ביי זיך, און האָב אַ זאָג געטאָן: דאָס זיינען אויך מיר חסידים!
יטואח"כ כשנכנסתי להרב המגיד ביאר לי שיטת הבעש"ט וואָס ער האָט זייער משבח געווען די מעלות פון אנשים פשוטים, והעיקר — זייער תמימות, מס"נ און אמונה פשוטה, און באַ זיי — באַ די אנשים פשוטים — איז התגלות עצם פשוט.
כאדמו"ר נ"ע סיפר בשם המהר"ש והמהר"ש בשם הצ"צ אַז דער אַלטער רבי פלעגט זיך ווינטשען צוצוקומען צו די מעלות התמימות פון אַ איש פשוט, ואמר הצ"צ אַז בעת דער אַלטער רבי פלעגט דאָס זאָגען האָט זיך אים געשטעלט צוויי טרערען אין די אויגען. און דער צ"צ האָט זיך געוואונדערט ווי אַזוי נעמט זיך אַז ביי אַזאַ בעל מוחין ווי דער אַלטער רבי זאָל פון דעם האָבען כיווץ המוחין, כידוע12 שדמעות הם מכיווץ המוחין.
כאה. עס13 איז דאָ אַ מאמר פון מוהר"ש נ"ע14 המתחיל בכ"ה בכסלו15, וואָס דער מאמר16 איז אַ הנחה מר"פ רייזעס17 — ר"פ רייזעס ווען ער איז געווען אין ליאָזנאָ ביי אדמו"ר הזקן איז ער געווען דער מניח המאמרים18 —. אין דעם מאמר איז דער אַלטער רבי מגנה התפעלות הלב, אַלע מאָל פלעגט דער אַלטער רבי מגנה זיין (אין די מאמרים) התפעלות המוחין און משבח זיין התפעלות הלב ביז איין מאָל זיינען די חסידים אַרויס­געגאַנען דאַוונען מחוץ לעיר ווייל זיי זיינען געשטאַנען אין אַזאַ התפעלות הלב אַז זיי האָבן ניט געקענט פאַרטראָגען די הגבלה פון דער שטאָט, דעמאָלסט האָט דער אַלטער רבי געזאָגט דעם מאמר און האָט מגנה געווען התפעלות הלב און מיט דעם האָט ער משקיט געווען און אָפּגעקילט דעם להבה שלהבת פון התפעלות הלב19.
כבו. אַמאָל אין אַ יאָר וואָס עס איז געווען די קביעות כמו השתא שמע"צ שמח"ת און גלייך שבת בראשית, האָט דער טאַטע גערעדט אין דעם ווי שבת איז דאָך אַ קדושה פאַר זיך מיט אירע ענינים. ואמר: עס איז דאָך גאָר ניטאָ קיין צייט פאַנאַנדערפּאַקען די פּעק­לאַך. ווי דער מנהג הסוחרים איז20, ווען זיי קומען צוריק פון יריד21, פּאַקען זיי אויס די סחורה וואָס זיי האָבן איינ­געקויפט, און קוקען איבער יעדער שטיקעל סחורה ווי גוט עס איז, און באַשטימען די פּרייזען פון די סחורה, ער רעכנט אויס: דאָס איז אַזוי פיל ווערט, און דאָס האָט אים אַזויפיל מיה גע­קאָסט, און לייגט אויס יעדער שטיקעל סחורה באַזונדער.
כגכמו"כ איז בין שמח"ת לשבת בראשית איז אַ הפסק, אין צווישען איז דאָ צייט ווען אויסצופּאַקען און אויסצו­לייגען די סחורה22.
כדאון אַזוי איז אויך היינט, אַז ר"ה יוכ"פ און סוכות שמע"צ האָט מען דאָך מקבל געווען און געשעפּט זייער אַ סאַך און אָנגעפּאַקט אַ סאַך פּעקלאַך, און עס איז נאָך ניט געווען קיין צייט פאַ­נאַנדער­פּעקלען זיך, און עס איז שוין שבת בראשית.
כהצוריק אָבער איז פאַראַן אַ מעלה, אַז מען ווייס דאָך אַז עס איז דאָ אין פּעקלאך — אפילו פאַרפּאַקט אָבער עס איז דאָך דאָ, מען קען זאָגען: אַיי וואָס פאַר אַ גוטע סחורה איך האָב אַיינגע­קויפט, עס איז פאַראַן דאָס און דאָס, פון אַלע זאַכען, עס איז טאַקע פאַרפּאַקט אָבער עס איז דאָ. און דערווייל גייט ער אַ טענצל.
כומען דאַרף אָבער ניט פאַרגעסען אויסצופּאַקען די סחורה, עס זאָל ניט פאַרשימעלט ווערען, עס זאָל ניט פאַר­טריקענט ווערען, אַמאָל קענען זיך עכברים אַריינכאַפּען און צו עסען די סחורה.
כזואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: די בני ארץ ישראל האָבען איין טאָג אַ הפסק אויף אויסצופּאַקען די סחורה אפילו ווען די קביעות איז כמו השתא שבת בראשית אחר שמח"ת כי אצלם יום ו' הוא יום חול.
כחז. מען דאַרף אָנהויבען דאַוונען און ווערען אַ אַנדערער. פאַר דעם דאַרף זיין קריאת שמע שעל המטה, און מען דאַרף טאַקע לייענען קריאת שמע שעל המטה. חסידים פלעגען זאָגען על חטא אין קריאת שמע שעל המטה, דאָס זאָגען על חטא דאַרף זיין געזאָגט ניט געבאַלאַבאָצעט. בפרט נאָך יו"ט וואָס עס האָט זיך אָנגעקליבען דער פרש חגיכם23; וואָס דער זאָגט: איך בין דאָך אַ מקורב, אַ שלישי­דיקער אָדער אַ ששי­דיקער. און דער — פון לערנען תורה, וואָס ער קען לערנען ניט נאָר גמרא מיט רש"י נאָר אויך תוספות מיט מפרשים און ער פאַרשטייט זיי, און וואָס אַלע מאמרי חז"ל אפילו אַ פאַרוואָר­פענער ווייס ער אויך, אויך אגדה ווייס ער אפילו דעם פנימיות'דיגען פשט אויך, וואָס פון דעם אַלעם האָט זיך אָנגעקליבען פרש. און אויף דעם דאַרף מען האָבען קריאת שמע שעל המטה מאַכען אַ ריכטיגען חשבון הנפש אדעתי' דנפשי', נאָכהער דאַרף זיין די עבודת התפלה כדבעי, און דורך דעם איז מען משלים די כוונה העליונה.
כטענינים גשמיים בכלל דאָס איז דאָך אַ טפל בלבד, אָבער די גשמיות דאַרף זיין צוליב רוחניות.