Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Sefer HaSichos Rayatz· 5706 to 5710· Sefer HaSichos 5707· Purim 5707ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ· תש"ו-ה'שי"ת· ספר השיחות — תש"ז· פורים תש"ז
אפורים תש"ז
א. (התחילו לנגן את הניגון1 של הר"מ זלאָטשעווער2 ואמר:) עס איז נאָך צו פרי, מ'דאַרף ניט איילען, איילעניש איז שלא בזמנו שלא במקומו. ביי אַ פנימי איז אַ דבר בעתו, ער טוט ניט אַן אַ הקדמה. צום דאַוונען איז פריער פאַראַן פאָרן דאַוונען. פאַרן דאַוונען איז די טבילה — ניט די טבילה המוכרחת נאָר טבילת טהרה3; איז דאָס איז נאָך אַ געזונטן שלאָף, און ווען איז אַ געזונטער שלאָף? ווען קודם השינה איז דאָ ק"ש שעל המטה; וואָס ביי ק"ש שעל המטה דאַרף זיין די הנחה אַז מאָרגן דאַרף זיין אַנדערש4. אפילו אין טוב אלקי דאַרף זיין די הנחה אַז מען דאַרף זיין מאָרגען אַנדערש, און נאָך דער הכנה איז דער שלאָפן גאָר אַן אַנדערער און דער דאַוונען איז אַן אַנדערער.
א. (התחילו לנגן את הניגון1 של הר"מ זלאָטשעווער2 ואמר:) עס איז נאָך צו פרי, מ'דאַרף ניט איילען, איילעניש איז שלא בזמנו שלא במקומו. ביי אַ פנימי איז אַ דבר בעתו, ער טוט ניט אַן אַ הקדמה. צום דאַוונען איז פריער פאַראַן פאָרן דאַוונען. פאַרן דאַוונען איז די טבילה — ניט די טבילה המוכרחת נאָר טבילת טהרה3; איז דאָס איז נאָך אַ געזונטן שלאָף, און ווען איז אַ געזונטער שלאָף? ווען קודם השינה איז דאָ ק"ש שעל המטה; וואָס ביי ק"ש שעל המטה דאַרף זיין די הנחה אַז מאָרגן דאַרף זיין אַנדערש4. אפילו אין טוב אלקי דאַרף זיין די הנחה אַז מען דאַרף זיין מאָרגען אַנדערש, און נאָך דער הכנה איז דער שלאָפן גאָר אַן אַנדערער און דער דאַוונען איז אַן אַנדערער.
בב. דער אַלטער רבי איידער ער איז געפאָרען אין מעזריטש איז ער געווען אַ של"ה איד5, ער האָט שוין געהאַט אַרום זיך יונגעלייט בר דעת'ן אין נגלה און אין קבלה און האָבן געטאָן להתלמד אין עבודת החסידות.
גווען ער איז צוריקגעקומען פון מעזריטש, האָט דער אַלטער רבי געזאָגט6: אין מעזריטש האָב איך געלערנט וואָס אַ איד איז, מען דאַרף האָלט האָבן אַ אידן ווייל ער איז אַ איד, דער תשלום שכר ע"ז איז אהבת השם; ניט מצד עבודה נאָר אהבה עצמית. דער אויבערשטער זאָגט: דו האָסט האָלט מיינע קינדערלעך — בין איך זיך צו דיר מתגלה, עצמות איז זיך מתגלה.
דדער רבי ווען ער איז געקומען פון מעזריטש האָט ער מיט זיך געבראַכט חבילות חבילות7 של אור עצמי, ניט התפשטות האור, וואָס דאָס האָט אַרומגענומען פון פנימיות המוח ביז צו די נעגל (בלשון הזה קבלתי).
העס איז ידוע דער וואָרט וואָס דער רבי האָט אַמאָל געזאָגט אַז אַ געשמאַק אין תורה ועבודה איז דורך עבודה בפועל.
ואַמאָל האָט מען געלעבט מיט אַ וואָרט, מ'האָט געהאַט אַ געשמאַק אין אַ וואָרט. עס איז געווען השכלה, השגה, עבודה בפועל; נאָר געלעבט האָט מען מיט אַ וואָרט.
זג. מ'דאַרף נעמען משקה, שיכור דאַרף מען ניט ווערן8, מ'דאַרף ניט געבן דעם נפש הבהמית, מ'דאַרף משמח זיין דעם נפה"א עס זאָל זיין בהתפשטות און ניט בכיווץ.
חליידיק דאַרף מען ניט שטיין, אָדער נעמען משקה אָדער זינגען אַ ניגון9.
טד. אַמאָל ביי אַ פאַרבריינגען וואָס דער טאַטע האָט פאַרבראַכט — הייתי אז בן י"א י"ב שנה ועמדתי אחורי הכסא של כ"ק אדמו"ר נ"ע כי יראו להעמיד אותי נגדו כי יראו מפני הדוחק שמא יבלבלו — האָט ער דערציילט פון עלטער זיידען דער רבי דער צ"צ, וואָס דער רבי דער צ"צ האָט דערציילט פון די סיפורים וואָס דער אַלטער רבי האָט אים דערציילט, ובתוכם, פון די מס"נ וואָס דער אַלטער רבי האָט געהאַט אויף אהבת ישראל.
ידער אַלטער רבי איידער ער איז געגאַנגען אין מעזריטש איז ער געווען מיוסד אין גליא שבתורה ד. ה. גרונטיג — דאַכט זיך עס איז ניט געווען קיין ווינקעלע וואו עס איז ניט געווען דורכגעטאָן אין פאַרשטאַנד; חיות אין מצות — אַ איד וואָס איז אַ שומר תורה ומצות, האָט חיות אין מצות; צוגעקומען איז אים אין אהבת ישראל.
יאער האָט דאַן אַרומגערעדט ג' מיני אהבות: אהבת השם, אהבת התורה, און אהבת ישראל, און אַרומגערעדט די ג' מיני אהבות עפ"י נגלה, עפ"י קבלה ועפ"י חסידות. ואמר: אהבת ישראל דאָ תרעא לאעלאה10, האָלט האָבן אַ אידן ווייל ער איז אַ איד11 — ניט קוקן אויף זיין התפשטות נאָר אויפן עצם.
יבווען מען זעט אַז יענער פירט זיך ניט כדבעי, דאַרף אים וויי טאָן די האַרץ. און דאָס איז תיסרך רעתך12: דאָס זעט ער פון זיין רע; דער עצם ביי יענעם איז דאָך גוט, אַזוי ווי עס איז דאָ ווילד פלייש, ווייסט מען דאָך אַז די ווילד פלייש ניט דאָס איז דער עצם.
יגעס שטייט: כי ה' אלקיך אש אוכלה13, מים מעביר ומכבס, אש איז מכלה; דורך מים ווערט אָפּגעוואַשן אָבער די שמוץ בלייבט, אש מכלה ואח"כ וואַרעמט מען זיך אָפּ דורך דעם — יש ע"ז הרבה ביאורים —
ידמהחסידים שהיו באותו הפאַרבריינגען היה ר' מאיר מרדכי14, ר' ניסן15, ר' קאָפּל16, ור' שלמה חיים17. זיי זיינען געווען חסידים ווי מ'רופט זיי הארלאטשיקעס (די כלים וואָס מאַכט זויער מילך). ר' ניסן איז געווען אַ פנימי.
טוווען אפילו מ'לערנט און מ'פאַרשטייט חסידות, מען דאַוונט מיט אַ קאָך; איז דאָס נאָך ניט אַלעס, עס מוז זיין אהבת ישראל. ואפילו ווען עס איז דאָ אהבת ישראל, מוז עס זיין מיט אַ חיות, ער לעבט אין דעם. ווען עס גייט דורך אַ טאָג און ער איז ניט מחי' — פשוט אין גשמיות — אַ אידען, דאַרף ער זיין ביי זיך אַראָפּגעפאַלן, ווייל ער האָט ניט דעם זכות דערצו צו מחי' זיין אַ אידן.
טזה. אין נעמען משקה איז פאַראַן ב' לשונות: א) נעמען משקה, ב) אַז די משקה זאָל אים נעמען. מ'דאַרף נעמען משקה אַז די משקה זאָל אים נעמען.
יזו. דער רבי דער צ"צ האָט געזאָגט: דער אַלטער רבי איז געווען אַ נשמה דאצילות18, אַ נשמה כללית. ער האָט געוואוסט אַז ער נעמט אויף זיך אַ פּעקל.
יחעס איז ידוע אַז די צען ניגונים פון אדמו"ר הזקן19 זיינען כנגד עשר ספירות. דער ניגון הידוע פון די פיר פאַלן20 איז מבואר שוין בארוכה באחד המכתבים21.
יטמיר האָבן אַ הבטחה אַז ווען מ'וועט זינגען דעם ניגון — מהד' בבות — אין וואָס פאַר אַ צייט און אין וועלכען אָרט אין וועלכע העכסטע מדריגות דער רבי וועט זיין — וועט ער אים הערען, און מאַכן דערהערן און דאָס ווענדעט זיך לויט די הכנות המקבל.
כמען קען זיך משער זיין דעם רבי'נס מס"נ, אַז 2 מלמדים וואָס האָבן ניט אויף די הוצאה, פאַרבריינגען ביי אַ ביסל משקה און פאַרבייסן און זינגען דעם רבי'נס ניגון; פאַרלאָזט דער אַלטער רבי דעם גן עדן העליון און איז זיך צו זיי מתגלה און דאָס איז זיי מעודד22.
כאמיר לעבן באמונה פשוטה, עס איז ניטאָ קיינע חילוקים פון די מדינה און די מדינה, אַ למדן, אַ איש פשוט, אַ תהלים איד — דער רבי איז דאָ מיט אונז.
כבמ'זאָגט אַז חסידים האָבן ניט קיין דרך ארץ. באמת בפנימיות זיינען חסידים יע בעלי דרך ארץ, מיר זיינען דעם רבי'נס אידן, מיר ווייסן גאָר ניט; מיר דאַרפן וויסן אַז מיר האָבן מס"נ אויף דעם רבי'נס אַ וואָרט חסידות, מען דאַרף זיך ניט רעכענען מיט אַלע זייטיקע ענינים, מיר זיינען דעם רבי'נס, מילא אַז דער רבי איז דא, דאַרף דער דרך ארץ גאָר זיין אַן אַנדערער.
כג... עס זאָל נמשך ווערן חיי החיים ניט אין גן עדן העליון נאָר חיים ממש.
כדז. צוה לנגן את הניגון הידוע של ארבע הבבות, וניגנו בדביקות גדולה וכ"ק אדמו"ר שליט"א בכה הרבה בעת הניגון.
כהח. בירך: דער אויבערשטער זאָל העלפען אַלע אנ"ש את אשר ישנו פה ואשר איננו פה, בבני חיי ומזוני רויחא בתוך כלל ישראל.
כוהוי' הוא האלקים23, הוי' זאָל מאיר זיין בגילוי למטה, למעלה מהטבע זאָל מאיר זיין אין טבע, אַז אין טבע ממש זאָל נמשך ווערן — בגשמיות — דער למעלה מהטבע.
כזדער אויבערשטער זאָל געבן ברכה מרובה בגשמיות, עס זאָל קענען זיין עבודה רוחניות בשמחת לבב.
כחדער אויבערשטער זאָל העלפן עס זאָל נמשך ווערן אַ חיות פנימית על כל השנה.