Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Sefer HaSichos Rayatz· 5706 to 5710· Sefer HaSichos - 5708· 12 Tammuz 5708ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ· תש"ו-ה'שי"ת· ספר השיחות - תש"ח· ב· י"ב תמוז· ה'תש"ח
אב, י"ב תמוז, ה'תש"ח1
א. (כבדו לאחד מן האורחים לישב על הכסא הפנוי העומד תמיד לימין כ"ק אדמו"ר שליט"א, ולא רצה, ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: ער איז אַ קלוגער. והשיב האורח: הלואי זאָל עס זיין אַזוי. ואמר כ"ק שליט"א:)
א. (כבדו לאחד מן האורחים לישב על הכסא הפנוי העומד תמיד לימין כ"ק אדמו"ר שליט"א, ולא רצה, ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: ער איז אַ קלוגער. והשיב האורח: הלואי זאָל עס זיין אַזוי. ואמר כ"ק שליט"א:)
באַלעס וואָס השי"ת האָט באַשאַפען בכל העולמות מריש כל דרגין, פון חכמה הקדומה דא"ק ביז דעם ומתחת זרועות עולם2 בעדאַרף האָבן צמיחה, וואַקסען מקטנות לגדלות. דער אופן הצמיחה איז נאָר אַז מען גייט אין אופן וסדר עלי' פון קטנות צו גדלות.
גדער תוכן פנימי פון דעם וואָרט איז, אַז עס דאַרף זיין דער סדר פון קטנות וגדלות. קטנות און גדלות אין דעם חסידות'ן חינוך והדרכה, מיינטניט קטנות שטות און גדלות חכמה, נאָר, קטנות מיינט עניני קטני הערך אָבער קלוגע, המצאה'לעך. און דערפאַר זעהן מיר אַז קינדערשע עילויים זיינען על פי רוב גרויסערהייט בעלי תפיסא און בעלי מוחין אָבער ניט קיין קלוגע.
דדער ענין הצמיחה אין אַ סדר וואָס פריער איז מען אַ קטן און נאָכדעם ווערט מען אַ גדול דאַרף זיין אין אַלע כחות הנפש און בפרט אין כח החכמה. חכמה בעדאַרף האָבען צמיחה, ווערן קליגער, אויב מען שטעלטזיךאָפּ, איז ניט נאָר וואָס מען ווערט אויס חכם נאָר מען ווערט פשוט אַ שוטה.
העס איז מפורסם, אַז אַ געוואָרענער נאַר איז ערגער פון אַ געבאָרענער נאַר. אַ געבאָרענער נאַר ווייס אַז ער איז אַ נאַר און היט זעך בכלל פון אַ סך ריידען, ער ווייס דאָך וואָס ער איז. אָבער אַ געוואָרענער נאַר, בלייבט באַ אים זיין שטעל און בענעמונג צו זאַכען פון דער צייט וואָס ער איז געווען אַ חכם, איז זיין שטות מיט חכמה'דיקע המצאה'לעך, וואָס בלשון בניאדם רופט מען דאָס שאַרף טיפע נאַרישקייט.
ומענטשען מיט יושר אין מדות בני אדם האָבן מיטלייד מיט אַזאַ חכם וואָס איז געוואָרען אַ שוטה מער ווי מיט אַ געבאָרענעם שוטה. און דער עיקר איז דאָס וואָס זיי פאַרטיפען זיך אין אויסזוכן אין זיך פאַרשידענע איינצעלהייטען וואָס זיינען ענליך צו דעם חכםשוטה, און האָרעווען ביגיעה עצומה אויף דעם תיקון מעמדם ומצבם.
זב. אין מיין קינדערשן חינוך וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זצוקללה"ה נבג"ם זי"ע האָט מיך מחנך געווען איז געווען אַ סדר אַז אין די פרייע טעג פון חדר, און אויך יעדען טאָג נאָכן חדר, זאָל איך זיך וואַלגערן צווישן חסידים.
חג. אין יענער צייט זיינען נאָך אין ליובאַוויטש געווען זקנים מיט אַ סך זכרונות מימי קדם, וואָס זיי האָבען געהערט פון אַזעלכע זקנים וואָס האָבען געדענקט דעם רעש וואָס איז געווען בשעת מען האָט דעם ליאָזנער רבין אַוועקגעפירט3 אין אַ שוואַרצער קאַרעטע אַרומגערינגעלט מיט זשאַנדאַרען מיט הוילע שווערדן. זיי אַליין זיינען שוין אין מיין צייט ניט געווען אין ליובאַוויטש. אָבער זקנים וואָס האָבען געזעהן דעם ליאָזנער — מיט דעם נאָמען פלעגן יענע זקנים רופען דעם אַלטען רבין — ווען ער איז געפאָרען פון פּעטערבורג קיין ליאַדי4 זיינען געווען אין ליובאַוויטש עטליכע.
טאין מיין יומן איז דערמאָנט געוויסע נעמען פון ליובאַוויטש'ער תושבים וואָס געדענקען דעם רעש וואָס עס איז געווען ווען עס איז בעוואוסט געוואָרען אַז דער ליאַדיער איז אַנטלאָפען פון דעם פראַנצויז5.
יד. ווי איך האָב שוין דערציילט האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק שטאַרק משגיח און מדייק געווען אויף מיין חינוך. און מיך געמאַכט צו פאַרשטיין וואָס איך האָב געזעהן, ווי איך האָב אייך שוין דערציילט אין דעם חינוךקאַפּיטל "וואָס געדענקסטו"6.
יאאין יענע יאָהרן האָט אַ סך מיטגעהאָלפען די השפעה פון אייניגע חסידים און דער סדר פון מיינע חסידישע מלמדים עליהם השלום.
יבאַ בעזונדער שבח והודי' להשי"ת גיב איך בכל עת פאַר דעם קירוב און חינוך פון די חסידים7 ר' חנוךהענדל, ר' אבא צאַשניקער, ר' שמואל ברוך, ר' מאיר מרדכי, ר' שמואל מאזינקער וכו', וואָס יעדער איינער פון זיי האָט אין מיר ערוועקט און בערייכערט די חסידותאיינגעבאָרענע חושים און כחות הנפש.
יגדער ערשטער מלמד ר' יקותיאל8 מיט זיינע איינדרוקספולע סיפורים.
ידדער צווייטער מלמד ר' שמשון9. ער איז געווען אַ גרויסער קפדן, אָבער ער האָט געהאַט אַ ברכה פון הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק אַז ער זאָל מצליח זיין אין מלמדזיין קינדער. די ברכה איז מקויים געוואָרען און ער האָט זיך גערעכנט פאַר דעם בעסטן התחלת גמרא מלמד.
טומיין דריטער מלמד איז געווען ר' ניסן סקאַבלאָ10. וועגן זיין אופן הנהגה האָב איך שוין דערציילט אין פאַרשידענע זמנים, ווי אויך וועגן זיינע ספרי הסיפורים11 וואָס ער האָט געהאַט פון זיין עלטער זיידן ר' שמשון מלמד וואָס איז געווען אַ בעל שמועה, און בנו ר' אברהם מלמד איז געווען אַ כתבא רבא און האָט פאַרשריבען אַלע סיפורים בסגנון מדויק12.
טזה. איך האָב שוין דערציילט דעם אופן החינוך וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיך מחנך געווען "וואָס געדענקסטו" מיט די איינגעזאַפטע סיפורים האָבן באַ מיר געשאַפען אַ אינערליכע ליבשאַפט מיט אַ גרויסער דורשט אַז אין יעדע פרייע צייט פון חדר זאָל איך זיין באַ החסיד ר' חנוך הענדיל אין צימער, הערן פון אים אַ סיפור, אַ וואָרט; און דרךאגב פלעג איך אויסקערן דעם צימער, אַרויסטראָגען די אומריינע וואַסער און אַריינבריינגען פרישע וכיו"ב.
יזהחסיד ר' ח"ה איז געווען אַ מחנך, ער האָט זיך ניט באַנוגענט מיטן טאָן פאַר זיך, מיטן ללמוד, נאָר ער האָט געטאָן מיט אַ מסירה ונתינה'דיקער עבודה מיט אַ חסידישע איבערגעגעבענקייט אין דעם וללמד. און אַלץ איז באַ אים געווען מיט אַ פייערדיקער אהבת ישראל מיטן חסידותחב"ד געשמאַק.
יחו. מען האָט שוין אַ מאָל גערעדט און מבאר געווען באריכות, אַז אַ משפיע בעדאַרף זיין ווי אַ משפך13, אויבן אַ גרויסער און אַ ברייטער ביתקיבול און דערנאָך גאָר אַ שמאָלער צינור, וואָס דורכן צינור קאָן מען אַריינגיסן אויך אין גאָר קליינע כלים'לעך, וואָס אין דעם זיינען דאָ צוויי מעלות: ערשטענס אַז די קליינע כלים'לעך קענען אויך מקבל זיין די שפע ווי זי קומט גלייך פון מקור אָט אַזוי ווי די גרויסע כלים, און עס זאָל ניט נאבדווערן אפילו אַ טראָפּען.
יטאָט די אַלע מעלות פון אַ משפך זיינען פאַראַן, מיט דעם יתרון מעלה נפשית הרוחנית אויף דער מעלה גופנית הגשמי, אין נמשל באַ אַ חסידישן מחנך און מחונך. ערשטענס אַז די השפעה ווערט ניט נאבד, און צווייטענס אַז די השפעה קומטאָן למקום הראוי, און דריטנס עס זאָל ניט גיין לאיבוד אפילו אַ טיפה אחת, און פערטנס אַז אין איין טיפה איז פאַראַן דער גאַנצער כח און טעם — די קראַפט און דער געשמאַק — ווי אין אַ סך.
כהחסיד ר' ח"ה איז געווען דער אמת'ר מחנך, וואָס מיט זיין חינוך האָט ער מעמיד געווען מחונכים מקבלים אמיתיים באַ וועמען עס האָט זיך דערהערט יעדער וואָרט פון אַ סיפור, און יעדער חסידישער וואָרט אָדער תנועה האָט זיך באַ זיי צוגענומען מיט אַ חיות פנימי און האָט עושה געווען פירות און פירי פירות.
כאז. צווישען דעם ריבוי סיפורים וואָס איך האָב זוכה געווען צו הערן מכבוד אמי זקנתי הרבנית מרת רבקה נ"ע זיינען פאַראַן אַ סך סיפורים ביחוד וועגען זייערע קינדער. אין די סיפורים וועגען הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט זיך הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק אויסגעדריקט אַז אונזער רש"ב'ס חסידישע ערנסטקייט און יראת שמים איז אַ מסירת נפש'דיקע.
כבבאַ אים איז דער עיקר וואָס דער עיקר איז, און ער האָרעוועט בכל כחו צו מאַכען אַז אין דעם טפל זאָל ער אויך האָבען אַ חיות ווי אין דעם עיקר.
כגדער עבודה'דיקער חיות פון עבודה איז אַ כלי צו התגלות פון יחידה14.
כדח. באַ הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז געווען זייער טייער יעדער חסידישער סיפור וואָס ער האָט געהערט מזקני החסידים וואָס זיינען געווען אין ליובאַוויטש15, כמו ר' חנוך הענדיל, ר' אבא, ר' שמואל מאזינקער, ר' מאיר מרדכי, ר' שמואל ברוך וואַרשעווער. ער רופט די חסידישע סיפורים מיטן נאָמען "מרגליות החסידות", די חסידישע פּערעלאַך.
כהט. איך וועל אייך מזכה זיין מיט אַ חסידותפנימיות'דיקע מתנה, וואָס איך האָב געהערט אין מיינע קינדערשע וואַלגעריאָרען צווישען חסידים.
כוהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט געזאָגט באַ אַ געוויסן פאַרבריינגען אַז אַ חסידישע התועדות בעדאַרף זיך אָנהויבן מיט אַ דברמלכות16. אַ דברמלכות פון מלך מלכי המלכים הקדוש ב"ה17.
כזפאַר מתן תורה שטייט18 ויוצא משה את העם לקראת האלקים.
כחמשה רבינו איז דער געטליכער פעלדמאַרשאַל. ער — משה — פירט אַרויס דעם עם ישראל און צושטעלט אים מיט אַ געוויסן צבאסדר. פאַרטיג ווערנדיק מיטן איינאָרדענען דעם עם ישראל אין אַ געוויסן מיליטערישן סדר זאָגט ער צו הקב"ה:
כטדער עם סגולה איז גרייט און וואַרט צו הערן פון דיר אַליין דעם דבר מלך.
לי. עס איז פאַראַן געוויסע תנאים און אופנים ווי אַזוי מען קען איבערגעבן, אַ תורה וואָרט, אַ ערציילונגסוואָרט. אַ ניגון איז אפילו אים ניט אַזוי גרינג איבערגעבן ווי אַ סיפור, ווייל אין אים איז דער געפיהל הרוחני מעהר ווי די אותיות הניגון. אויף דעם חסידות'ן לשון איז דער חילוק פון סיפור און ניגון: אין סיפור איז כלים מרובים, וואָס דאַן זיינען די כלים מגביל דעם אור און דער אור לאָזט זיך מגביל זיין, אָבער אַ ניגון איז אורות מרובים. הן אמת אַז אין אַ ניגון איז אויך פאַראַן כלים אָבער דער אור איז מרובה אויף די כלים. אָבער נאָך אַלעמדעם עס איז אַ אור וואָס עס איז שייך אַ כלי זאָל קענען פאַרנעמען על כל פנים אַ הארה פון דעם אור. פאַראַן אַ אור המאיר אין ווערטער עצמיים, וואָס דיבור זאָגט זיי, אָבער דער תוכן איז אַ אור עצמי וואָס אותיות הדיבור קען עס ניט ערקלערן נאָר מען פילט אַ הפלאה רוחנית.
לאיא. מיט איבער פופציק יאָר צוריק האָב איך זוכה געווען צו הערן פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק שמח"ת צו הקפות, אַז עצמות אין סוף זאָגט צו משה'ן וגם בך יאמינו לעולם19. רשב"י האָט מייסד געווען אַ חדר אויף מגלה צו זיין פנימיות התורה, דאָס מיינט אַ חדר וואָס איז מגלה די התקשרות פנימי פון עצמות הנשמה אין עצמות אין סוף און איז מבאר דעם מאמר20 אתפשטותא דמשה בכל דרא. דער אור העצמי פון משה רבינו איז מאיר אין יעדער דרגא איד, פון דעם גאון הגאונים ביז דעם פשוט שבפשוטים.
לבבאַ חסידים איז דער דבר מלכא וואָס איז נתגלה געוואָרען דורך משה רבינו ווערט דערהערט דורך אַ תורה ועבודהווארט און אַ סיפור פון מורינו הבעש"ט.
לגבאַ חסידי חב"ד איז דער דבר מלכות אַ וואָרט וואָס איז בקבלה פון הוד כ"ק רבינו הזקן און הוד כ"ק אבותינו רבותינו הקדושים וואָס זיי זיינען שושילתא דיחוסא קדישא16.
לדיב. פון די מאמרים וסיפורים וואָס איך האָב זוכה געווען צו הערן מהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק בזמנים שונים, הן זייענדיק בהיכלו און הן בזמנים וואָס איך האָב זוכה געווען מיטצוגיין אין די שפּאַצירן לרגלי הטבת בריאותו, איז לטעם ידוע לי וויל איך אייך איבערגעבן צוויי תורות יסודיות וואָס הוד כ"ק רבינו הזקן האָט מקבל געווען מהוד כ"ק המגיד ממעזריטש בשם מורינו הבעש"ט.
להדי צוויי תורות זיינען פון צוויי בעזונדערע זמנים.
לודי ערשטע תורה איז וואָס הרב המגיד האָט מקבל געווען פון די זקני התלמידים הראשונים וועלכע האָבען נאָך געקענט את מורינו הבעש"ט בילדותו ובצעירותו.
לזיג. באַ תלמידי הבעש"ט איז געווען אַ סדר קבוע אין געוויסע זמנים — על פי צוואת ואזהרת מורם רבינו הבעש"ט — צו דערציילען דעם סדר תולדותיו און וואָס עס האָט מיט אים פּאַסירט בפרטיות ביז דעם זמן ההתגלות.
לחמורינו הבעש"ט איז געווען אַ וואַלגער יתוםאינגעל אויף וועלכען קיינער קוקט זיך ניט אַרום. ער האָט ניט געהאַט קיין באַשטימטען וואויןאָרט. פאַר אַ געוויסע צייט ווערט ער אַ געהילףשמש, פילטאָן ריינע וואַסער אין כיור, גיסט אַרויס די אומריינע, קערט אויס די שול, בריינגט קינדער צו די מלמדים און פירטזייאָפּ צוריק צו זייערע היימען21. שפּעטער לעבט ער אין אַ קליין אָרעמער צובראָכענער שטיבל אין אַ בלאָטיקער געסל, און ווערט אַ לייםפירער פאַרבריינגט טעג און נעכט אין די בערג און וועלדער, און טרעפטזיך מיט די צדיקים נסתרים22. אין אַן אַנדער אָרט ווערט בארוכה באַשריבען ווען און באַ וועלכע אומשטענדען מורנו הבעש"ט ווערט דער נשיא הנסתרים23 און גיט זיך אָפּ מיט פדיוןשבויים24. אידן וואָס זיינען אַריינגעפאַלען צו פריצים אין די הענט פאַר ניט האָבען צו באַצאָלן די אָרענדע אָדער פאַר אַנדערע זאַכען און די פּריצים האָבן זיי באַהאַנדעלט ווי געפאַנגענע. ביז עס איז געקומען די גליקליכסטע הייליקליכטיקע התגלותצייט.
לטיד. דאָס איז די אריכותקיצור'דיקע הקדמה. באַ אייך איז דאָס וואָס איך האָב דאָ מבאר געווען אַ אריכותדברים, עס איז אָבער ניט קיין אריכות לויט ווי איך האָב זוכה געווען צו הערן און אייניגע מאָל אויך איבערגעבען די הפלאת המעלות עצמיות און התעוררות רחמים און אין גילוי כחות הנפש וואָס עס מאַכט באַ חסידים לדורותיהם ווען מען רעדט איבער אַ תורה וואָרט, אַ סיפור אָדער אַ ניגון פון הוד כ"ק אבותינו רבותינו הקדושים.
מטו. אַ עצמי קען זאָגען אַזאַ עצמותוואָרט, און אַ פנימי איז אַ כלי צו אַ עצמותוואָרט — זאָגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק בנאותדשא י"ב תמוז תרנ"ה, און אין די מסודר'דיקע שעות הטיול בכל יום, איז הוד כ"ק אאמו"ר דאָס מבאר בארוכה מיט פערשידענע דערקלערונגען און משלים, זאָגענדיק אַז דאָס איז דער אונטערשייד פון זאָגען חסידות און ריידען אין חסידות.
מאזאָגען חסידות איז יעדער וואָרט געוואויגען און געמאָסטען מיט אַ שטאַרקען דיוק. דער טעם הענין איז, עס בעדאַרף זיין דער תן25 לחכם ויחכם עוד26. תן לחכם אותיות מדויקות, ויחכם עוד וועט באַ דעם מקבל, דעם הערער, נתרחב ווערן דער כח החכמה, און ווען דער כח החכמה ווערט נתגלה איז יעדער וואָרט אַ גילוי מקורי. און השכלה פון חב"דחסידות ווייס ווי צו דערקלערן דעם הבדל, אין וואָס איז דער חילוק אין דעם גילוי צי ער איז אַ מקורי אָדער אַ עצמי.
מבאויף מיין פראַגע באַ הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק גילוי און עצמי זיינען דאָך אַ דבר והיפוכו, אַ גילוי איז ניט קיין עצמי און אַ עצמי איז ניט קיין גילוי, ענטפערט ער: אַז דאָס פאַרשטייט דער וואָס האָרעוועט מיט אַ איבערגעגעבענקייט עצמיית אין עבודת התפלה, אַז מען האָרעוועט אין דאַוונען מיט אַ פנימיות'דיקער איבער געגעבענקייט.
מגפון אַ עבודהדאַוונער — זאָגט מיר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק — ווערט אַ משכיל. דורך די מסירה ונתינה אין דעם כוסף ותשוקה אַז די גאַנצע מציאות זיינע אין די כחות הנפש פון שכל ומדות און די לבושי הנפש פון מחשבה דיבור ומעשה זאָלען זיין לויט ווי עס דאַרף זיין על פי עבודת החסידות, ווערט ער אַ משכיל, אַ כלי בהיר צו שכליים עצמיים.
מדטז. מען רעדט כלל וכלל ניט פון אַ כלומר'שטען משכיל, ער זאָגט אין תורה בכלל און אין חסידות בפרט חכמה'לעך, ער רופט דאָס טיפע השכלות און קלייבט נחת פון זיינע המצאות, און אַזוי וואַקסט אַ נאַרישער חסידישער יונגערמאַן און ווערט אַ שיווער איד מיט קינדערשן שכל.
מהיז. יחוס השי"ת וירחם אַז זכותם של הוד כ"ק אבותינו רבותינו הקדושים און זייער מסירותנפש וואָס זיי האָבן געהאַט אויף תורת החסידות און אויף חסידים זאָל מגין זיין אויף חסידות חב"ד, און זיי זיינען געוויס אויך איצטער מעוררים רחמי שמים על עדתם ונחלתם להוושע בגשמיות וברוחניות בתוך כלל אחב"י, ה' עליהם יחיו*26 ויתברכו בגשמיות וברוחניות.
מויח. הוד כ"ק רבינו הזקן האָט דערציילט להוד כ"ק בנו אדמו"ר האמצעי ולהוד כ"ק נכדו הרה"ק צמח צדק, אַז דער דרך אמיתי אין דרכי החסידות בהנוגע צו חינוך איז אַז עס זאָל זיין עלטערע חסידים מדריכים וואָס זאָלן קענען געבען די אמת'ע הדרכה ווי צו זיין אמת איבערגעגעבען צו אַ רבין און דאַן ווערט מען אַ מקבל פנימי, און באַ מיר — דערציילט רבינו הזקן — זיינען געווען דריי תלמידי מורי הרב המגיד ממעזריטש וואָס האָבן נאָך זוכה געווען צו קענען מורנו הבעש"ט27: א) הצדיק הר"פ מקאָרעץ28, ב) מורי הרה"ק ר' יששכר בער מליובאַוויטש5, ג) הרה"ק ר' מיכל מזלאָטשוב28, וואָס האָבן מיר איבערגעגעבען געוויסע זכרונות פון די נסתרים.
מזאין אַ אַנדער אָרט איז דערקלערט איבער די פילע ביכער כתבים וואָס הוד כ"ק רבינו הזקן האָט פאַרשריבען וואָס ער האָט מקבל געווען מהזקנים בשם הצדיקים הנסתרים.
מחאיצטער גיב איך אייך איבער די צוויי תורות פון מורנו הבעש"ט. די ערשטע תורה איז איינע פון די תורות וואָס אויך ר' פנחס האָט אים איבערגעגעבען, און די צווייטע איז הוד כ"ק רבינו הזקן'ס אַ תורה, וואָס ער האָט געזאָגט פאַר זיינע תלמידים יונגע לייט קומענדיק דעם ערשטן מאָל פון מעזריטש29.
מטיט. תורה ראשונה:
נהריעו להוי' כל הארץ30 איז ר"ת הלכה31. דער הילוך איז אין אַלע מדריגות הנשמה. חמש מדריגות זיינען אין נשמה ווי זי איז בא פון עצמות א"ס, יחידה, חי' נשמה, רוח ונפש, וועלכע טיילען זיך אין צוויי דרגות נר"ן און חי' יחידה. אין נר"ן ווערט דערהערט דורך השגה, אין חי' יחידה דורך אַ הרגשגעפיהל.
נאזקני התלמידים ובראשם הצדיק החסיד ר' יצחק שאול32 האָבען דערציילט אַז די תורה האָט גע'פועל'ט אַז מען האָט געפיהלט דעם בעל השמועה, און כמה שבועות זיינען די שומעים געווען אין אַ גרויסע עבודה התרגשות, און די יונגע לייט די פרחי החסידים האָבען דערפילט אַ חיות חדש.
נבכ. הגאון הצדיק ר' פנחס, בן הגאון ר' הענעך שיק, — הנקרא ר' פנחס רייזעס33 — האָט דערציילט מיט גרויס התפעלות, וועגן אַ תורה וואָס הוד כ"ק רבינו הזקן האָט געזאָגט אין דעם גרויסן ממעמקים ביתהמדרש אין שקלאָוו, לויט דער בקשה פון די גדולי הגאונים, נאָך דעם גאונ'ישלומד'ישן פלפול.
נגדי תורה האָט רבינו הזקן געזאָגט אויף דער גאַס און געזאָגט אין אידיש מיט אַ קול אדיר אַז יעדער וואָרט האָט מען קלאָר געהערט. דער שולהויף פון גרויסן בית מדרש איז געווען פול מיט מענטשן און עס איז געווען שטיל אַז מען האָט געקענט הערן דעם צפצוף פון די קליינע פייגעלעך.
נדכא. תורה שני':
נהכל האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם34, דער וואָס דערציילט אַ זאַך און דערביי דערמאָנט ער דעם וואָס האָט אָט דעם דבר געזאָגט, ווי מיר טרעפן אָפט באַ די חז"ל אַז ר' פלוני האָט געזאָגט בשם ר' פלוני, און אָפט טרעפט נאָך אַז באַ דער מסירת המימרא איז נאָך אָפּגעהיט געוואָרען אַ איכא דאמרי, איז מיט דעם וואָס מען דערמאָנט דעם נאָמען פון דעם וואָס האָט עס געזאָגט איז דורכדעם בריינגט מען אַ גאולה לעולם. אין פלוג וואָס איז די רבותא, פאַרוואָס איז אַזוי גרויס וואָס מען זאָגט בשם אומרו אַז דער שכר דערפאַר איז וואָס מען בריינגט אַ גאולה לעולם, און וואָס איז דער ענין וואָס דער עולם בעדאַרף האָבן אַ גאולה, ווי דען זאָל מען זאָגען ניט בשם אומרו איז דאָך דאָס אַ שקר. אַ גראָבער ליגנער איז מורגל צו זאָגען איך זאָג; דער וואָס איז ניט אַזוי גראָב זאָגטניט אַז ער זאָגטדאָס נאָר זאָגט סתם, נאָר לבסוף לאָזט ער אויס אַזוי אַז די צוהערער זאָלן מיינען און פאַרשטיין פון זיין אויסשפּראַך אַז ער האָט דאָס געזאָגט מעצמו, און אַזוי זיינען פאַראַן כמה אופני אויסשפּראַכן. היינט וואָס איז די רבותא אַז מען זאָגט בשם אומרו און דאָס איז נאָך אַזוי גרויס אַז דער שכר פאַר דעם איז אַז מען איז מביא גאולה לעולם. וואָס פון דעם איז צו פאַרשטיין אַז עולם מוז האָבן אַ גאולה און ער בריינגט די גאולה, ווי עס שטייט35 גאולה תתנו לארץ, ארץ וואָס דאָס איז עולם מוז האָבן גאולה. האָט דער רבי געזאָגט בשם מורו הבעש"ט גאולה בגימטריא מ"ה, און דאָס איז וואָס מביא גאולה לעולם, וואָס בחכמה אתברירו36. עולם איז העלם37. מביא גאולה לעולם דעם גילוי ההעלם. היינו דעם גילוי העלם העצמי.
נוכב. הגאון ר' חנוך הענעך שיק איז געווען אַ בעל חושים נפלאים, און ער האָט זיך באַרימט באספת הגאונים בזמני הירידים אַז אויף בנו הגאון ר' פנחס קען מען זאָגען די מעלות וואָס די משנה38 זאָגט וועמען מען קען מגלה זיין רזי תורה, חכם ומבין מדעתו — חב"ד. הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק האָט אויף זיינע הנחות געזאָגט39 בור40 סוד שאינו מאבד טיפה. הוד כ"ק אדמו"ר האמצעי האָט אים קורא געווען בשם התואר: דער חסידישער פעלדמאַרשאַל41.
נזכג. אין מיינע וואַלגעריאָרן צווישן חסידים האָב איך געהערט אַ וואָרט, וואָס איך האָב אים דאַמאָלסט ניט פאַרשטאַנען, נאָר איך האָב מקיים געווען בדרך קבלת עול, די אזהרה פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געדענקען חזר'ן די פּאָר ווערטער וואָס איך האָב געהערט:
נחכגוונא דאינון מתייחדין לעילא באחד אוף הכי איהי אתייחדת לתתא ברזא דאחד42, איז אויף לעילא זאָגט ער דעם וואָרט באחד סתם און אויף לתתא זאָגט ער ברזא דאחד.
נטשפּעטער מיט יאָרן ווען איך האָב דערמאָנט פון דעם קינדערזכרון וועגן דער פּאַסירונג להוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק דאַן מבאר געווען דעם ענין באריכות.
סדער תוכן הדבר איז:
סארזא איז אור, כידוע43 אַז רז בגימט' אור, דער אור פון אחד איז אין דעם לתתא, די כוונה איז אַז דאָ לתתא זאָל מען ליכטיק מאַכן מיטן אחד.
סבכד. איך האָב שוין איינמאָל דערציילט44 אַז חג השבועות תרנ"ה האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט דעם מאמר וכל העם רואים45. דינסטאָג י"ב סיון46 זיינען הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק וכבוד אמי מורתי הרבנית, מיין מלמד רשב"ץ47 און איך אַרויסגעפאָרן אין דאַטשע באַליווקע, לעבן דער באַןסטאַנציע קראַסנאָיע48. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דאַן מסדר געווען צו גיין דריי שעה אין טאָג שפּאַצירן, חוץ יום ב' מאָנטאָג וואָס איז געווען קבוע צו פאָרן קיין ליובאַוויטש זעהן כבוד אמו הרבנית הצדקנית מרת רבקה און צונעמען מענטשען49.
סגדי שפּאַצירגאַנג צייט נוצט אויס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אין סיפורים פון זיינע זכרונות, ווי דער זיידע הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק האָט אויסגעזעהן, וואָס ער האָט דערציילט, און סיפורים וואָס ער האָט געהערט פון זיין מוטער.
סדמיום ליום ווער איך דאַן רייכער און באַקאַנטער מיטן מצב החיים וסדרי ההנהגה אין לימוד החסידות און לימוד הנגלה ודרכי העבודה, און מיין ספר היומן ווערט פון טאָג צו טאָג רייכער מיט פאַרשריבענע בלעטער.
סהכה. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זיינען כחותיו הקדושים געווען נפלאים, הן אין די חושים און הן אין די כחות דשכל ומדות, ועל כולם די מתינות. באַ הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז געווען יעדע זאַך בעתה ובזמנה על מילואה — אויספירליך. זיין התמסרות צו עבודה אלקית מיט אַ איבערלעבונג. אין אַלץ אָנגעזעהן ווי עס איז איינגעהילט אין לבוש האמת.
סוכו. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז מיך מקרב ברחמים גדולים ובחסדים עצומים און דערציילט מיר פון די גאָר ערשטע קינדעריאָרן וואָס ער האָט געהערט פון זיין זיידען הוד כ"ק אדמו"ר הרה"ק צמח צדק און די זמנים פון ימי בחרותו, און איז מיך מזכה מיט דער ריכטיקער מתנה רוחנית — דערציילט מיר וועגן איינער פון די ערשטע יחידות באַ הוד כ"ק אביו הרה"ק.
סזאין לימוד החסידות וואָס הוד כ"ק אאמו"ר איז קובע זמנים צו לערנען מיט מיר איז איינער פון די ערשטע מאמרים געווען דער מאמר הללי נפשי את הוי' אין סידור50, זאָגענדיק אַז זייענדיק אויף יחידות אין די ערשטע יאָרן באַ הוד כ"ק אביו הרה"ק האָט ער אים געזאָגט, אַז דעם מאמר האָט אביו הרה"ק צמח צדק געהערט פון רבינו הזקן ווען ער איז געקומען פון פּעטערבורג. אין דעם שווערס כתבים — הוד כ"ק אדמו"ר האמצעי — איז דער מאמר באריכות. מיט דעם מאמר הללי נפשי את הוי' האָט דער רבי איבערגעגעבען דעם אור עצמי וואָס ער האָט מקבל געווען באַ דעם מגיד אין מעזריטש.
סחדער סיפור איז באַ הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אַ סיפור יסודי, וואָס איך האָב אים געהערט מערערע מאָל אין פאַרשידענע זמנים, און יעדער מאָל מיטן זעלבן סדר און מיטן זעלבן סגנון זאָגענדיק דערביי אַז דברי הרב בעדאַרף מען היטן און מדייק זיין, וואָס יעמאָלט איז מען אַ מרכבה צו אַ אור וחיות פנימי ועצמי.
סטכז. אַ מחנך בעדאַרף האָבן51 אַ געוויסן מסירת נפש אויף דעם חינוך, און דער מסירת נפש פון דעם מחנך שטעלט אַוועק דעם מחונך אין אַ קרן אורה, אין אַ ריכטיק ליכטיקן ווינקל.
עכח. איך האָב אייך שוין מערערע מאָל דערציילט וועגן דער הצלחה וואָס איך האָב געהאַט אין מיין חינוך דורך די זקני החסידים וואָס זיינען געזעסן אין ליובאַוויטש, ווי ר' חנוך הענדיל, ר' אבא, ר' שמואל הורוויץ52, ר' מאיר מרדכי, און אויך די וואָס פלעגן קומען מזמן לזמן אין ליובאַוויטש געוויסע בעלי שמועה ווי די דאָקשיצער מלמדים ר' אהרן און ר' יקותיאל53 וואָס יעדער וואָרט זייערער איז געווען מיט חב"דחסידיש פנימיות'דיקן עבודתהלב געשמאַק.
עאאיינמאָל האָב איך זיך געקלאָגט פאַרן מלמד ר' ניסן אַז איך פאַרגעס די סיפורים וואָס איך הער. האָט ער מיר גע'עצה'ט צו פאַרשרייבן דאָס וואָס איך הער און פון וועמען און אין וועלכן זמן איך האָב געהערט54.
עבאיך האָב אויסגעפאָלגט זיין עצה און ווען איך האָב געהאַט פרייע צייט פון חדר פלעג איך אַלץ פאַרשרייבן. מובן אַז מיין דאַמאָלסטדיקן כתב האָט מען שווער געקענט לייענען54, און איך אַליין האָב געדאַרפט אַ סך האָרעווען צו פאַנאַנדערקלייבען דאָס וואָס איך האָב געשריבן, אָבער סוף דבר האָב איך פאַנאַנדערגעקליבן55.
עגדער תמימות'דיקער אויספאָלגן וואָס מיין מלמד ר' ניסן האָט מיר גע'עצה'ט, ווי שווער עס איז מיר ניט געווען דער פאַרשרייבן, האָט מיר געבראַכט צו דעם אַז באַ מיר זיינען געווען פאַרשריבן כמה וכמה סיפורים, וואָס שפּעטער מיט יאָרן האָב איך זוכה געווען אַז הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט זיי מיר מבאר געווען.
עדכט. אין ליובאַוויטש איז די מקוה געווען אין אַ פּלאַץ אַז מען האָט בעדאַרפט פאַרבייגיין די צוויי גרויסע בתי מדרשים, און ווען הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט גיין שבת גאַנץ פרי פון מקוה פלעגט מען דאָרטן זאָגען תהלים בציבור56.
עהנאָכן סדר נטילת ידים און ברכת השחר, וואָס עס פלעגט נעמען אַ געוויסע צייט, זאָגט מיר איינמאָל הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק56:
עודער גרעסטער בעל חוש וואָס פאַרמאָגט אַ אוצר פון ווערטער קען ניט אַרום ריידן אין ווערטער די הפלאת המעלה פון אַזאַ תהלים זאָגען, און קינסטלער און בעליהרגש קענען זיך ניט משער זיין דעם קורת רוח למעלה פון אַזאַ תהלים זאָגען.
עזמלאך מיכאל מיט אַלע זיינע מחנות זיינען מחבק ומנשק57 די ווערטער מיט די קרעכצען פון די אנשים פשוטים ביים זייער אמונהתמימות'דיקן תהליםזאָגען.
עחל. אין מיינע רשימות איז פאַראַן אַ צייכנונג פון אַ פנימיותדפנימיות'דיקן וואָרט:
עטאנשים פשוטים מיט זייער איבערגעגעבענער אמונה פשוטה זיינען כלים עצמיים צו פשיטות העצמות58.
פאט דער עצמיות'דיקער וואָרט בעדאַרף ניט קיין ביאורים. דאָס איז אַ הרגשעצמי וואָרט וואָס באַ אַ חסידישן התועדותפאַרבריינגען ווערט ער נתעצם באַ יעדער חסידישן מחונך.
פאלא. חסידישע מחונכים זיינען בדרך כלל און על פי רוב בעלי מעלות. דער חסידישער חינוך בדרך כלל און ביחוד דער תומכי-תמימים חינוך. זייענדיק הי אין לאַנד מיט פילע יאָרן צוריק59 האָב איך געזעהן בעת מיינע ביקורים אין פאַרשידענע ערטער אַז די חסידישע רבנים, שובי"ם, מלמדים און בעליבתים האָבן מיטגעבראַכט דעם חסידיש היימישן רוח אָבער שוין אַביסעלע פאַרמישט מיט אַמעריקאַנער סמעטענע פון זחות הלב60.
פבער איז אַ חסיד צו אַ טאַנץ, זינגט אַ ניגון מיט אַ קנאַק באצבע צרדה61, גייט אַ חסיד'ישןטאַנץ.
פגדער זינגען און טאַנץ זיינען צוויי פון די זאַכן וואָס זיינען וויכטיג אין דרכי החסידים. איבערלעבן אַ יחידות וואָס מען האָט געהאַט ביים רבין, אַ סיפור וועגן אַ רבין און אַריינפלעכטן זיך אין דעם חסידישדביקות'דיקן קאַראַהאָד.
פדמאַנכע יונגע חסידישע מחונכים מיינען אַז דאָס איז אַ טייל פון עיקרי דרכי החסידות. זיי מאַכן זיך גרינג און ווילן מיט דעם יוצא זיין דעם עיקר.
פהדער דרך פון אַזעלכע איז, אַז אויף זיך געפינט מען כל ערליי הצטדקות62. מען לערנט ניט קיין חסידות, און מען איז יוצא מיט אָפּבראָקן אַ פרק תניא, אָפּברומען אַ פּאָר עמודים פון אַ מאמר חסידות.
פואון ועל כולם איז מען נאָך מטהר את השרץ בק"ן טעמים63.
פזתורת החסידות איז אור החיים, אַ ליכטיקן לעבן, און ווען עס ווערט ליכטיק פאַרשווינדען אַלע שרצים. שרצים זיינען פאַראַן פאַרשידענע: בגדיםשרצים, קערפּערשרצים, הייזערשרצים, און אויסראַמען זיי איז נאָר מיט וואַסער, מען וואַשט זיך אַרום, מען קאַמט זיך אויס, פאַרטיליקט מען די ניטריינע ברואים, און מען ווערט ריין און פריש באמת.
פחאיך בין זיכער אין דעם חסידישן אוזן שומעת בכלל און אין דעם חב"דחסידישן אוזן מילין תבחן בפרט64, אַז כל אנ"ש ותלמידי התמימים, ה' עליהם יחיו, פיהלן ווי שווער, ווייטאָגטיק מיר איז דאָס צו זאָגען65. אָבער אין דער חב"דחסידישער הדרכה איז יעדער יחיד טייער ווי אַ רבים. דער חסידישער אהבתישראל וויל אַז יעדער אידישקינד זאָל זיין אַ עמוד אש אלקי.
פטלב. אידן. אַלע אידן, זיינען בעלי מעלות בכלל, און חסידים זיינען בעלי מעלות בפרט, און חסידיחב"ד זיינען בעלי מעלות בפרטי פרטיות.
צעס איז ידוע דער גאָר אַלטער וואָרט וואָס נאָך די זקני החסידים פלעגן זאָגען וואָס זיי האָבן מקבל געווען ווען זיי האָבן זיך געוואַלגערט אין די קינדעריאָרן אַרום די חסידים הראשונים:
צאמלאכי מעלה בכלל און מלאך מיכאל מיט אַלע זיינע קפ"ו אלף מחנות66 בפרט מאַכן פון יעדער בן און בת ישראל אַ העל לייכטענדיקן היינגלייכטער.
צבדער אמת איז אַזוי.
צגדער חסרון באַ די איצטיגע גזע החסידים איז וואָס מען איז זיך מסתפק מיטן עבר, מען האָט אַמאָל געטאָן.
צדאַי די הסתפקות. אַלטע חסידים מיט פופציק זעכציק יאָר צוריק פלעגן נאָכזאָגען קרעכץווערטער וואָס זיי האָבן געהערט פון זקני החסידים אין זייער צייט, מיוסד אויף אַ תורהוואָרט פון רבין.
צהאין די ערשטע יאָרן ווען הוד כ"ק רבינו הזקן האָט מייסד געווען די אַזויגערופענע חדרים67 פון גרויסע בעלימוחין וידיעה, פלעגט ער פאַר זיי זאָגן תורה, קורץ און שאַרף, מיט אַ קאַלטן בראנדברען און מיט אַ נקודה'דיקן ביאורוואָרט.
צולג. דאָס איז דער תורהוואָרט:
צזעבדו את הוי' בשמחה68. אין עבודת הוי' זיינען פאַראַן צוויי אופני עבודה מרירות על העבר ושמחה בהעבודה בקבלתעול על להבא. כמו אַ בעלעסק ווי רייך ער איז, האָרעוועט ער פונדעסטוועגן מיט גאָר אַ שטאַרקער איבערגעגעבענקייט. אין די לאַנגע הייסע זומערטעג, אַזוי אויך אין די שנייפראָסטיקע טעג — אַלץ מיט אַ איבערגעגעבענקייט, וואָס אַזוי בעדאַרף זיין אין עבודת הוי'. אין דער עבודה פון קבלתעול בעדאַרף מען דערהערן דעם שמחת הנפש וואָס מען איז זוכה צו זיין אַ עובד הוי'.
צחלד. עס איז געוויס ריכטיג וואָס מאנכע חב"דחסידישע מחונכים וועלן זיך פאַרטראַכטען וועגן דעם אריכות הדיבור אין דעם ביאור ענין וואָס אַ חב"דחסיד בעדאַרף זיין לויט תורת חב"דחסידות. דער טעם — ווייל משרבו החכמים בעיניהם און שלעפּן דעם חסידישן וואָגן אין זייער ישותעצמיות'דיקע מציאות, איז וויפל מען וועט ניט מזהיר זיין איז אַלץ ווייניק.
צטלה. החסיד הרה"ג ר' יצחק אייזיק נ"ע מוויטעבסק האָט געהאַט אַ ברכה פון הוד כ"ק רבינו הזקן אויף אריכות ימים69.
קהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, צווישן די כיבודים פנימיים מיט וועלכע ער האָט מיך מזכה געווען, איז פאַראַן אַ סיפור וועגען הרה"ג הרי"א וואָס ער האָט דערציילט להוד כ"ק אאזמו"ר מוהר"ש בשנת תר"ז: איך האָב זוכה געווען צו ברכת צדיקים עתיקא קדישא מורנו הבעש"ט, מורנו הרב המגיד ממעזריטש וכתרא עילאה הוד כ"ק רבנו הזקן.
קאדער זיידע — זאָגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק — האָט זייער מייקר געווען די זקני החסידים וועלכע זיינען נאָך געווען באַ רבינו הזקן, ובפרט די חסידים הראשונים תלמידי החדרים.
קבמיך — האָט רי"א געזאָגט להוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק — האָט הוד כ"ק רבינו הזקן מכבד געווען מיט פסקי הלכות לאמיתתה של תורה, און איך האָב זוכה געווען כל ימי חייו בעלמא דין מברר צו זיין כל הלכה והלכה להעמידה על בורי'.
קגהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק — דערציילט מיר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק — האָט מיר געזאָגט בברכת הברמצוה שלי: איך פיהל נאָך כהיום דעם ציטער וואָס הרי"א האָט אַ ציטערגעטאָן איבערזאָגענדיק די ברכת הצדיקים, און ע"פ בקשת הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט ער — הרי"א — מיך געבענטשט.
קדלו. זקני החסידים לדורותיהם האָבן אין יעדער זמן שטאַרק מזהיר געווען זייערע מחונכים און צעירי החסידים בכלל אַז אין יעדער זמן פון זמני השנה זאָל מען דערמאָנען ווי האָט אויסגעזעהען דער זמן בהנהגת החסידים מיט יאָרן פריער, ווי האָט אויסגעזעהען אַן אַמאָליקער חודש אלול, דער חסידישער זמן סליחות, די הקדמה צו ראשהשנה ויום הכיפורים, און דער חסידישער זמן שמחתינו, די ימי החול און שבתים ומועדי השנה.
קהמיר פיהלן נאָר אונזער ניטגוט, אונזערע גשמיותמחסורים, מען טראַכט ניט וואָס מען האָט יע, און בפרט צו פאַרטראַכטן זיך אין דער נקודת האמת צי מען איז ווערט אפילו דאָס וואָס מען האָט יע.
קועס איז קלאָר אַז ווען מען מאַכט באַ זיך אַ חשבון צדק אדעתא דנפשי', וואָס מען האָט אין גשמיות און וואָס מען איז ווערט צו האָבן מצד העדר עבודה אין דאָס צוליעב וואָס עס איז געווען די ירידת הנשמה ממקור חוצבה, ווערט שטאַרק ניטגוט אַז די האַרץ וויינט.
קזיעדער איינער ווייס זיין מצב הרוחני עס איז שטאַרק, זייער שטאַרק ביטער70.
קחלז. הוד כ"ק רבינו הזקן אין זיין הערה לתיקון חצות זאָגט בלשונו הקדוש:
קטואחר הדברים והאמת האלה, כל החיל71 אשר נגע יראת הוי' בלבם יסירו מסוה הבושה ויתאספו אגודות אגודות עשרה או פחות או אפילו ביחידות ויעשו כסדר תיקון חצות הנדפס בסידורים.
קיחסידים ווייסן בקבלה מסודרה מהוד כ"ק אבותינו רבותינו הקדושים נ"ע דעם אופן וסדר הכתיבה ווי הוד כ"ק רבינו הזקן האָט געשריבן.
קיאהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיר געזאָגט:
קיבדי וועלט זאָגט אויף אַ גדול אַ הפלאה, ער שרייבט מיט קאָפּ. מען זעט אַז יעדער אויסשפּראַך איז אַ אויסגעפולטער מיט טיפע השכלה, דעם רבי'נס אַ וואָרט איז אַ נשמה אור עצמיוואָרט, יעדער וואָרט איז אַ נשמה איבערלעבונג.
קיגמיר זאָגן איבערלעבונג ווייל מיר זיינען אָרעם אין באַדייטונגס אויסשפּראַכן די אויסשפּראַך, טיפע השכלה, איז אַ באַווייז אויף השכלה עצמית.
קידיעדער וואָרט דעם רבי'נס וועקט דעם עצם הנשמה, ער זאָל נתעורר ווערן, דערלייכטן די התפשטות פון נר"ן.
קיהלח. מיר אידן זיינען דער עם אחד המיוחד צו זיין איבערגעגעבן מיט דעם פולסטן מסירת נפש דורכצופיהרען אונזער מיוחדיקע עבודה מיט, מסירת נפש, דעם אמיתת ענין אחדות הוי'72.
קיועס איז פאַראַן דריי אחדים: אתה אחד, תורה אחת און גוי אחד, דריי איינהייטן וואָס זיי זיינען יעדער אַ איינציקער, אַ יחיד. אָבער אין תוך גענומען זיינען די דריי איינהייטען דורכגעדרונגען פון אַלע דריי.
קיזדער אתה אחד וואָס הוא לבדו הוא ואפס זולתו איז דורכגעדרונגען פון דער תורה אחת, וואָס די תורה איז רצונו וחכמתו ית', און יעדער אידישער קינד איז מהות נשמתו חבוקה ודבוקה אין עצמות אין סוף ב"ה און כל אחד ואחד איז ענינו ממשיך זיין דעם הוי' אחד דורך דער תורה אחת.
קיחיעדער איינער וואָס פאַרטיפט זיך אין דעם תוכן פנימי פון דעם ענין בכלל און מיט דעם חסידות'ן הרגש פנימי בפרט, איז זיין האַרץ באמת פאַרביטערט וואָס דער כלל ישראל בארצנו הקדושה ת"ו ובארצות פזורנו איז אַזוי בזוי ושסוי.
קיטהשי"ת זאָל העלפן אַז מיר אַלע, דער כלל ישראל, זאָהלען זוכה זיין צו דעם חסד אמיתי בטוב הנראה והנגלה73 אַז מען זאָל זעהן און פיהלן דעם חסד בגשמיות, ווי מען זאָגט בלשון המדובר, בעשיינפערליך.
קכלט. הוד כ"ק רבינו הזקן אין הערה לתיקון חצות איז ער קורא דעם עדת החסידים בשם כל החיל אשר נגע יראת הוי' בלבם, ווי עס איז אָפטער ערקלערט געוואָרן דער עבודהחסידותפנימיות'דיקערוואָרט: אַ איד איז אַ זעלנער.
קכאאַ זעלנער איז אַ מסירותנפש מענטש, ער רעכנטזיך מיט קיין זאַך ניט, באַ אים איז נאָר איין זאַך "משמעת" — סלושאיו, איך הער — הנני מוכן לקיים — טוטאָן דעם ראניעץ אויף דעם רוקן, דעם אקדח — רעוואָלווער אויף איין זייט, דעם שווערד אויף דער צווייטער זייט, גאַרטעלטזיך אַרום מיט אַ גאַרטעל וואָס איז אָנגעפילט מיט פיסטאנעס פולווער, און מאַרשירט מיט אַ מסירות נפש שטאַלץ74.
קכבאון אָט די זיינען דער אויפריכטיקער חיל וואָס יראת הוי' נגע בלבם.
קכגקינדער תלמידי התמימים, "תומכי תמימים" לערנט אייך, אין דעם לימוד התורה וואָס מען לערנט אייך, צו דעם לימוד פון לימוד התורה אויך זיין אַ תורהבןחיל, און מיט די לימודים פון תורה ועבודה זאָלט איר בעזרתו ית' מאַכען ליכטיק די אידישע וועלט.
קכדמ. תמימים. מען בעדאַרף גיין אין דעם אידישן תורהפּאַראַד. יעדער איינער פון אייך תלמידיי יקיריי, זאָל אָפּגעבען מעשר פון זיין אָפּרוצייט, און דעם מעשר אָפּגעבען אויף מאַכען ליכטיק די וועלט מיט די דריי אהבות: אהבת השי"ת, אהבת התורה און אהבת ישראל.
קכהמען בעדאַרף ריידן צו אידן מיט אַ קירוב און מיט דער אויסשפּראַך וואָס זיי קענען פאַרשטיין, האָבן מיטלייד מיט זייער מצב הרוחני, מיט זייער פאַרנומענקייט אין חיי עולם, כנוסח המדינה "מאַכן אַ לעבן", אָבער נאָך אַלעמען, אַז מען רעדט צו אידן, ווי פאַרנומען זיי זאָלן זיין, און ווי חלילה ווייט פון שמירת התורה והמצוה זיי זיינען, איז אַז מען רעדט בקירוב הדעת מיט דעם אהבתישראלברען הערט מען, און עס איז זיכער פועל.
קכואויב ער רעדט און עס איז ניט פועל, מען הערט ניט, בעדאַרף ער — דער ריידער — תולה זיין דעם חסרון אין זיך. ער בעדאַרף מתקן זיין זיינע כלי המבטא, און בעדאַרף אויפריכטיק אויסגעפינען דעם חסרון, און פאַריכטן, און דאַן וועט בעזרת השי"ת זיכער דערהערט ווערן אין די צוהערערס הערצער און ער וועט פועל זיין.
קכזמען בעדאַרף ריידן צו אידן מיט אהבה און קירוב, אָנהויבן מיט די מעלות וואָס עס איז פאַראַן אין יעדער אידישער גזע, און דערמאָנען — בשפה ברורה — וואָס מען בעדאַרף פאַריכטן. און בהנוגע זיך אַליין בעדאַרפמען אָנהויבען איבערלייגן זיך אין דעם וואָס עס פעלט און פאַריכטן דאָס, און דערפרייען די האַרץ פון דעם וואָס עס איז גוט.
קכחתלמידי התמימים! גייט געזונטערהייט אין די אָפּרוהערטער, פאַרבריינגט גוט די צייט, רוהטזיך גוט אויס. קומט געזונטערהייט, גוט אויסגערוהטע און אָפּגעפרישטע.
קכט* * *
קלהשי"ת זאָל אונז אַלעמען, און דעם כלל אחב"י יחיו געבן אַ געזונטן זומער, אַ געזונטן אלול — אני75 לדודי ודודי לי76 — און אַ גוט יאָהר בגשמיות וברוחניות.