Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos - 5708·At the meal of the first night of Shavuos·5708ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות - תש"ח·בסעודת ליל הראשון דחג השבועות·תש"ח

אבסעודת ליל הראשון דחג השבועות, תש"ח1
א. מען האָט אַמאָל באריכות מבאר געווען אַז די לבושי הנפש מחשבה ודיבור זיינען ניט נתפס אין די גדרים פון עבר הוה ועתיד, עס איז אָבער פונדעסטוועגן פאַראַן אַ אונטערשייד צווישן עבר והוה און עתיד, אַז עבר און הוה זיינען אַ כך הוה אין אַ ציור מוגבל­געשטאַלט, אַזוי איז דאָס געווען און אַזוי איז דאָס, אָבער עתיד איז נאָר אַ השערה פון אַ חיוב שכלי, וואָס דער שכל איז מחייב אַז לויט דעם עבר און הוה בעדאַרף זיין אַזאַ עתיד.
בדער צד השוה, וואָס עס איז גלייך אין די לבושי הנפש מחשבה דיבור ומעשה איז, אַז די איבערלעבונג פון עבר והוה און די פאָרשטעלונג פון עתיד ווערן באַאַיינפלוסט פון מקום וזמן — צייט און אָרט.
גאָבער דאָך איז דער זכרון בכלל און דער עיון אין דער פאָרשטעלונג בפרט, טרייסלען אָפּ דעם אבק — שטויב — פון דעם זמן ההוה, ביז דער וואָס האָט אַ חוש טוב אין ציור — כמעשה הידוע2 — לעבט איבער די זאַך ווי ער האָט זי געפילט אין עבר מיט אַלע פרטים.
דאון דאָס איז איינע פון די הויפּט­זאַכען אין דרכי החסידים פון קדמונים אַז מען זאָגט נאָך אַ תורה פון רבין.
הדי זקני החסידים וועלכע איך האָב נאָך זוכה געווען צו קענען פלעגען דערציילען וואָס זיי האָבען געהערט בילדותם פון די זקני חסידים הראשונים תלמידי אדמו"ר הזקן, אַז דער עיקר מהות פון חסיד איז התקשרות, צו­געבונדענקייט און איבערגעגעבענקייט בכל מהות כחות נפשו צום רבין.
ואיך האָב אייך שוין אייניגע מאָל דערציילט3 אַז נאָך גאָר אין מיינע יונגע קינדער­יאָרן האָט מיך כ"ק אאמו"ר הרה"ק זצוקללה"ה נבג"ם זי"ע געפרעגט וואָס געדענקסטו פון דעם וואָס דו האָסט געזעהען און געהערט.
זאַז איך האָב מצייר געווען וואָס איך האָב געזעהען, דעם ציור פון די מסבות ווי מען איז געזעסען, שבת אָדער יום­טוב אָדער אין אַ חסידישן יומא דפגרא, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק מיך מקרב געווען בחסדו הגדול און מיר דער­קלערט אַזוי אַז איך זאָל קענען תופס זיין לויט מיין קינדערשן פאַרשטאַנד, און האָט מיך שטאַרק מזהיר געווען איך זאָל אָפטער איבערטראַכטען בכדי איך זאָל געדענקען וואָס איך האָב געזעהען בכדי אַז איך וועל עלטער ווערען זאָל איך קענען פאַרשטיין וואָס איך האָב גע­זעהען און געהערט.
חב. דער סדר הקבלה פון די סיפורי קדש פון הוד כ"ק אבותינו רבותינו הקדושים זצוקללה"ה נבג"ם זי"ע איז וואָס זיי האָבן מקבל געווען פון הוד כ"ק רבנו הזקן וואָס האָט מקבל געווען מרבו הוד כ"ק המגיד ממעזריטש און כ"ק חברי' הצדיקים ר' אברהם הקדוש, ר' פנחס מקאָרעץ4, ר' מיכל מזלאָטשוב4, רמ"מ מהאָראָדאָק, ר' יששכר בער מליו­באַוויטש5 ור' יחיאל חתנו של מורנו הבעש"ט נ"ע6.
טאַ ריבוי עצום סיפורים האָבען זקני החסידים הראשונים דערציילט וואָס זיי האָבען מקבל געווען פון הצדיק נסתר הר' ברוך וגיסו הצדיק הגאון ר' יוסף יצחק וועלכע זיינען געווען תלמידי הבעש"ט7 — וואָס דאָס איז אַ יסוד מוסד אין דרכי החסידות, וואָס האָט אַוועק­געשטעלט עדת החסידים אויף אַ מעמד ומצב של חסידיות לדורותיהם.
יג. שבועות תר"ן, בשעת'ן קידוש באַ כבוד א"ז הרבנית מרת רבקה נ"ע האָט החסיד ר' אבא פערסאָן נ"ע8 דערציילט בשם זיין עלטער שווער הרה"ח ר' זאב ווילענקער נ"ע שהי' בעל עסק גדול — במסחר פאדראדן — אשר לרגלי עסקיו פלעגט ער קומען אין פאַרשידענע ערטער במרחבי מדינת רוסיא וואו עס זיינען געווען מנגדי החסידות והחסידים.
יאבאַ אַ געוויסער מסיבה האָט ער געזאָגט אַז דער רוקן­ביין פון חסידים איז דער געפיהל און יוקר אין אַ חסידישן סיפור, אין אַ חסידישן ניגון און אין אַ פאַרמאַכט­אויגנ'דיקען דביקות­טאַנץ.
יבדער סיפור, וואָס החסיד ר' אבא האָט דערציילט בשם חותנו זקנו הר"ז, האָט כ"ק אאמו"ר הרה"ק משבח געווען, און על פי בקשתו9 האָט כבוד אמי זקנתי הרבנית מרת רבקה מיר דערציילט כמה וכמה סיפורים און אין משך פון כ"ה שנה האָב איך געהערט אַ מספר עצום סיפורים וואָס אַ טייל פון זיי — וואָס איז מיר דערלויבט מגלה צו זיין בדיבור או בכתב — האָב איך במשך פון די 27 יאָר מגלה געווען באַ פאַרשידענע מסיבות. און דער טייל וואָס לא ניתן לגלות איז שמור אצלי כיום שמעתיו, כברכת הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק.
יגנאָך אָט דער הקדמה כללית גיב איך איבער צוויי סיפורים וואָס איך האָב געהערט מכבוד אמי זקנתי הרבנית הצדקנית מרת רבקה נ"ע.
ידד. אין די קינדער­וואַלגער­יאָרן האָב איך געהערט בשם החסיד הגאון הצדיק ר' הלל נ"ע (מפּאַריטש) אַז די ד' דברי' וואָס אַ חסידישער מחונך איז מקבל פון זיין חסידישן פאָטער אָדער מלמד — א) אַ תורה­וואָרט אָדער אַ סיפור וואָס מען האָט געהערט פון אַ רבין. ב) אַ ניגון וואָס מען האָט געהערט בשם פון אַ רבין. ג) איבער ריידן דאָס וואָס מען האָט געזעהן און געהערט. ד) אַ תורה אָדער הנהגה אָדער אַ תנועה פון אַ עלטערן חסיד — איז אָט די ד' דברים זיינען די ד' דפנות פון דער חסידישער סוכה.
טונאָך די הקדמות און הצעות ואזהרות, זאָלט איר און די אַלע וואָס ווילן זוכה זיין בחסדי השי"ת ובזכות הוד כ"ק אבותינו רבותינו הקדושים דערהערן אין אַ פנימיות, אַז עס זאָל באַלייכטען אייערע הייזער און בני בית מיט דער אמת'ר תורה­ועבודה — ליכטיקייט מתוך פרנסה טובה בהרחבה ודורות ישרים יתברכו בגשמיות וברוחניות.
טזה. סיפור ראשון:
יזדער שווער10 האָט געזאָגט דיין זיידן11 אַז דער אַלטער רבי האָט אים געזאָגט ערב ראש השנה תקנ"ט12 אַז די מנהגים וואָס מורנו הבעש"ט האָט זיך נוהג געווען זיינען הלכה למשה מסיני.
יחווען משה רבינו איז געגאַנגען מיט די לוחות איז ער געגאַנגען דורך די ד' עולמות אצילות בריאה יצירה עשי' הרוחנית און זיי געבראַכט אין עולם התחתון, איז די ספירות און מלאכים וואָס בכל עולם ועולם האָבן געשענקט מתנות צו משה רבינו מדות און מנהגים כלליים ופרטיים.
יטגעוויסע מנהגים האָט מורנו הבעש"ט קובע געווען באַ אידן, און ער האָט געהאַט מסירות נפש אַז די מנהגים וואָס זיינען שייך לכלל ישראל זאָלן זיך איינפלאַנצען אין אַלע חסידישע הייזער לדורותיהם און מיט די מנהגים זאָלן אידן מקבל זיין משיח צדקנו.
כו. סיפור שני:
כאדי שוויגער13 האָט דערציילט14 אַז ווען זי איז געווען אַ קינד האָט זי געהערט פון דער באָבע שטערנא15 אַז דער זיידע16 איז געקומען פון מעזריטש, האָט ער דערציילט17 אַז די מנהגים וואָס ער האָט מקבל געווען פון דעם מעזריטשער מגיד זיינען ברובם וואָס דער מגיד האָט מקבל געווען מרבינו הבעל­שם­טוב בשם מורו הבעל ח"י18: מנהגים כלליים19 ומנהגים פרטיים20.
כבז. אין די זמני הטיולים, וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט מוזן יעדן טאָג גיין בשביל חיזוק בריאותו, על פי הוראת הרופאים, כמבואר בהיומן מזמן ההוא, האָט מיר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק דערציילט וועגען די סדרי הנהגה פון הוד כ"ק אבותינו רבותינו הקדושים. עס איז געווען אַ סדר מיוחד אין די ניגוני הטעמים21 פון קריאת התורה, בחול בשבת וביו"ט וימים נוראים וכן באמירת ההפטרות דשבת ויו"ט וימים נוראים, וכן בניגון התפלות דר"ה ויוהכ"פ וביחוד ליל א' דר"ה, אמירת פסוקי התקיעות, מנחת ערב יוהכ"פ, תפלת נעילה, הניגון דקדיש תתקבל שאחר נעילה, אמירת שמע ישראל, תפלת ערבית, קידוש לבנה, סיפורי מוצאי יום הכפורים, השכמת מחרת יום הכפורים, ההתעסקות בבדיקת הד' מינים, ועבודת הד' ימים שבין יוהכ"פ לסוכות, סוכות ושמחת תורה ועבודת א"ח ומאמר הקדש: איצטער בעדאַרף מען פאַנאַנדערפּעק­לען דעם פּעקל סחורה וואָס מען האָט אַריינגעהאַנדעלט אין די ימי המועדים22 און ויעקב23 הלך לדרכו24 אין דער עבודה פון תורה ומצות מיט דעם באַ­גלייטונג פון דרכי החסידות, און אלקי הוד כ"ק אבותינו רבותינו הקדושים זצוקללה"ה נבג"ם זי"ע זאָל אונז מצליח­זיין און עס זאָל זיין אַ שנת ברכה בגשמיות וברוחניות.
כגח. (בשעת הסעודה האָט אָנגעהויבען דונערן און בליצן, האָט כ"ק אדמו"ר שליט"א געזאָגט:) גוט אַזוי, עס זיינען זייער צייטיקע קולות וברקים, עס דערמאָנט אויף די אמת'ע קולות וברקים פון בשעת מתן­תורה25, וועלכע האָבען אַרויסגערופען ביים עם ישראל דעם ויחרד כל העם25, דער אידישער פשוט'ער עם האָט זיך אַ טרייסל געטאָן.
כדט. ר' יוסף מרדכי26 — המשרת של הוד כ"ק אאזמו"ר הצ"צ והוד כ"ק אאזמו"ר מוהר"ש — האָט זייער מורא געהאַט פאַר דונערן און בליצן. אין יאָר תרנ"א שבועות איז געווען אַ גרויסער שטורעם, עס האָט געבליצט און גע­דונערט, יעדער בליץ האָט געבלענדעט די אויגן, יעדער דונער האָט געקנאלט ווי מען שיסט פון אַ הארמאט27, ר' יוסף מרדכי איז געווען איבערגעשראָקען, עס האָט אים פשוט געטרייסלט הענט און פיס.
כהי. בשעת מתן­תורה, פון דעם ויחרד העם וואָס דער פּראָסטער עם ישראל האָט געציטערט, איז משה פאַרוואונ­דערט געוואָרן און האָט זיי מקנא געווען.
כוהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מבאר געווען28 דעם ענין פון והאיש משה ענו מאד מכל האדם אשר על פני האדמה29, אַז די ענוה פון משה רבינו איז געווען פון דעם אדם שעל פני האדמה, פון דעם פשוטן וועלט­מענטשן, אַז משה האָט געזעהען ברוח הקודש אַלע דורות וואָס וועלן זיין אויף דער וועלט עד ביאת המשיח און אַז בעקבות משיחא וועט זיין אַ דור גאָר פשוט'ע אידן און זיי וועלן זיין בעלי מסירות נפש אויף אמונת הוי', האָט דאָס באַ אים גע'פועל'ט אַ טיפע ענוה.
כזיא. זונטאָג ג' סיון תרנ"ה בין איך געווען אויף יחידות באַ הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, נאָכדעם ווי ער האָט מיר געענטפערט על עניני הפרטי האָט ער געזאָגט:
כחדער ערשטער טאָג פון ימי הגבלה, פאַר קבלת התורה זיינען ימי הגבלה. די ימי הגבלה זיינען אויך ספירה­טעג אַזוי ווי אַלע ספירה­טעג, אָבער די דריי טעג זיינען הגבלה­טעג, עס זיינען די טעג פון התכללות הגבלה און קדושה. אין עולם איז הגבלה יש, און יש פון עולם איז מציאות וואָס מציאות איז ענינו — פירוד, ווי דער ענין פון נפשות וואָס שטייט באַ עשו'ן30 לשון רבים31. אָבער יעקב איז קדושה יחוד והתכללות אַז שבעים זיינען אחד, שבעים נפש32. ווייל די הגבלה פון קדושה קומט פון אחדות אמיתית.
כטיב. דעם ערשטען טאָג פון די ימי­הגבלה אין שנת תר"מ — האָט הוד כ"ק אאמו"ר ווייטער געזאָגט — בין איך געווען אויף יחידות באַ הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק. נאָך זיין ענטפער אויף מיין יחידות הפרטית האָט מיך הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק מכבד געווען מיט אַ ענין פנימי וואָס ער האָט געהערט פון זיידן — הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק — אַז הוד כ"ק רבינו הזקן האָט געזאָגט בסעודת לילה הראשון דחה"ש תקנ"ז:
ליג. שבועות איז דער זמן פון מתן­תורה און דער זמן פון קבלת התורה. מתן­תורה איז דורך הכנה פון ספירת העומר, וואָס מצותה איז למימני יומי ולמימני שבועי33. דער פירוש פנימי פון דעם איז אַז ספירת העומר איז מצותה קלאָר צו מאַכן דעם ענין פון ירידת הנשמה, וואָס משביעין אותו תהי צדיק34, און דער פירוש שובע איז וואָס מען גיט מלמעלה יעדן איינעם כחות אויף תיקון המדות35, וואָס דאָס איז ספירת העומר און דורך דעם — ניט דורך מוחין — קומט מען צו גילוי העצמות אין מ"ת.
לאדי דאָזיקע תורה האָב איך זוכה געווען צו הערן אייניגע מאָל מהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, מיט פערשידענע דער­קלערונגען. אָבער אויף דער עלטער דערהערט מען דעם געשמאַק פון אַ וואָרט וואָס מען האָט געהערט אין דער יוגנט.
לביד. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיך מזכה געווען, אין דער עיר הבירה דחסידות חב"ד ליובאַוויטש, מיט דעם תואר מנהל פועל דישיבת תומכי-תמימים36, און אין געוויסע זמנים האָב איך בעדאַרפט מאַכן הרצאות בכתב און אויך בעל פה וועגן די מהלכי עניני הישיבה און הנהגת התלמידים וסדרי הלימוד בנגלה ובחסידות.
לגאין איינע פון מיינע הרצאות איז געווען די רייד וועגען המשפיע החסיד ר' מיכאל נ"ע בלינער37. איך האָב באַשריבן זיין אופן השפעה אין לימוד החסידות און התעוררות בדרכי עבודה און איך האָב מוסיף געווען בעל פה:
לדהמשפיע הר' מיכאל ציט זיך צום אמת, זיין השכלה און אופני הביאורים והסברים זיינען ניט אַזוי מבהיל'דיק, נאָר זיינע געגועים און ציען זיך צום אמת מאַכן אַ שטאַרקן רושם אויף די תלמידים.
להאויף דעם האָט כ"ק אאמו"ר הרה"ק געענטפערט:
לודער אמת ציט זיך צו אים, ווייל אמת ציט זיך נאָר צו דעם וואָס איז אַ כלי צום אמת, כידוע בענין מעלת הכלים דתיקון אַז ניט נאָר וואָס זיי זיינען מכיל דעם אור נאָר זיי זיינען אויך ממשיך דעם אור38. ר' מיכאל ווען ער איז נאָך געווען אַ יונגער­מאַן אַ מוליער — עושה תנורים39 — האָט ער שוין געהאַט אַ חוש אין אמת.
לזטו. החסיד ר' גרשון­דוב מפּאַהאַר איז געווען אַ מחונך פון זיינעם אַ פעטער40 דעם אַלטן רבינס אַ חסיד41, און בנערותו האָט ער געהערט סיפורים און תורה­ווערטער פון זקני החסידים וואָס האָבן נאָך געדענקט די זמנים פון אַלטן רבין און פלעגען איבערדערציילן געוויסע תורה­ווערטער און סיפורים וואָס זיי האָבען געהערט פון חסידים הראשונים, תלמידי החדרים, וואָס רבינו הזקן האָט מסדר געווען בתחלת התיסדות שיטת חב"ד42, און מהם זיינען געווען וואָס האָבן נאָך געקענט את כ"ק אביו וכ"ק דודו הריי"צ החסידים הנסתרים, תלמידי מורנו הבעש"ט43.
לחטז. הרג"ד איז איינמאָל געקומען אין ליובאַוויטש און האָט געוואַרט אין פאָדער­צימער פון דעם יחידות­חדר של הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אויף אַריינ­צוגיין אויף יחידות. דערווייל האָט ער זיך אַוועקגעשטעלט לעבן דעם אָרט וואו מען פלעגט אויפהיינגען די אויבערשטע קליידער און האָט זיך פאַרטראַכט. מענדל דער משרת44, ניט וויסענדיק ווער דאָס איז און זעהענדיק אַז ער שטייט לעבן די קליידער האָט חושד געווען אַז ער וויל עפּעס צונעמען, האָט ער גענומען רג"ד'ן און האָט עם צוגע­פירט צו דער אַרויסגאַנג­טיר.
לטהרג"ד בכה ואמר — על יסוד המובן ומבואר בענין השגחה פרטית אַז יעדער זאַך איז אַ הוראה מלמעלה — פון דעם רבינס פאָדער­צימער טרייבט מען מיך אַרויס.
מדי גאַנצע פּאַסירונג איז דאָך מער ניט ווי אַ נאַרישער טעות פון אַ דאָרפס­מענטש. מענדל דער משרת האָט זיך געהאָדעוועט באַ זיין טאַטען דובער דער ישוב'ניק45 אין אַ ישוב לעבן חאלא­פעניטש — פלך מינסק —, אַ ערליכער מענטש אָבער גאָר אַ קליינער בר­דעת.
מאהרג"ד, לבד זאת שהי' בר­דעת גדול בידיעת התורה בנגלה ובחסידות איז ער אויך געווען אַ חכם אין געוועהנליכן לעבן.
מבעס איז זיכער אַז בשום ענין ואופן האָט הרג"ד אין שכל ניט געמאַכט קיין וועזן פון דער מעשה­שטות פון אַ דאָרפס­מענטש אַ שוטה, נאָר דאָס זיינען די דרכי עבודה וואָס רבינו הבעש"ט האָט מחדש געווען, אַז אַ פשוט'ער דאָרפס מענטש איז אויך אַ שליח פון השגחה פרטית.
מגיז. אַה, די אלטע חסידים וועלכע זיינען אויפגעהאָדעוועט געוואָרען אויף די דרכי החסידות פון די וואָס האָבען געהאַט מסירות נפש אויף אַ חסידישער תנועה, זיינען גאָר אַנדערש.
מדהיינט — געלויבט השי"ת — זיינען אויך פאַראַן חסידישע מחונכים וואָס אין כמה ענינים זיינען זיי בעלי מסירות נפש און ליידען פאַרשידענע עניני מצור ומצוק איבער אַ גאַנצער — ניט קיין גערירטער — באָרד, גייען אין ליינגערע מלבושים און טראָגען דעם ארבע כנפות בגלוי, אַ יאַרמולקע אונטערן העט וכדומה, נאָר מען איז פאַרהאַוועט.
מה(עד כאן ניתן להעתיק).