Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Sefer HaSichos Rayatz· 5706 to 5710· Sefer HaSichos - 5708· 19 Elul 5708ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ· תש"ו-ה'שי"ת· ספר השיחות - תש"ח· י"ט אלול תש"ח
אי"ט אלול תש"ח1
כ"ק אדמו"ר שליט"א שאל: מה למדתם?
כ"ק אדמו"ר שליט"א שאל: מה למדתם?
בואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: העיקר אינו הלימוד אלא דער אויסלערנען.
גאויף תורה שטייט2 "כי טוב סחרה כו'", תורה איז די בעסטע סחורה.
דוואָס האָט איר איינגעהאַנדלט? וואָס נעמט איר מיט זיך? איך האָב גערעדט מיט דעם ראש הישיבה, האָט ער מיר געזאָגט אַז איר האָט געהאָרעוועט, איר האָט געוואָלט האָרעווען, אָבער וואָס האָט איר זיך אויסגעלערנט? אַז איר קומט אַהיים, פרעגט מען וואָס האָט איהר געהאַנדעלט; זייענדיק אין דער היים דאַרפט איהר דאָרטן טאָן, טאָן מיט זיך און טאָן מיט יענעם, מאַכן יענער זאָל אויך לערנען.
האיר דאַרפט צונויפקלייבן קליינע קינדער, און די וואָס זיינען שייך צו פאָרן אין ישיבות — דאַרף מען זעען זיי זאָלן פאָרן אין ישיבות; די וואָס זיינען דערצו ניט שייך, דאַרפן זיי דאָרטן לערנען.
ופאָרט געזונטערהייט. דער אויבערשטער זאָל אייך געבען אַ כתיבה וחתימה טובה, אויך די עלטערן מיט זייער פאַמיליע, זיי זאָלן האָבן פון אייך נחת; און אַ שנה טובה ומתוקה.
זאיר וועט דאָך מסתמא לאָזן וויסן אַז איר וועט קומען געזונטערהייט.