Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos - 5708·First day of Sukkos 5708 at the mealספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות - תש"ח·יום א' דחג הסוכות תש"ח בסעודה

איום א' דחג הסוכות תש"ח בסעודה
א. אחד מהמסובים אמר: לחיים! עס זאָל זיין שמחה.
בואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:
גדער אויבערשטער זאָל העלפן אַז מען זאָל דערהערן די שמחה. מלמעלה גיט מען דאָך נאָר גוט, כמאמר הידוע1 אין רע יורד מלמעלה, דאָס ווערט דאָך ערשט אין השתלשלות, אָבער מלמעלה גיט מען דאָך נאָר גוט. זאָל דער אויבע­רשטער העלפן אַז מען זאָל דאָס טאַקע דערהערן.
דויאמר א' מהמסובים הנ"ל: אין אַ טוב הנראה והנגלה.
הואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:
ועס איז דאָך מסתמא ידוע, וואָס מען האָט גערעדט דעם חילוק פון טוב הנראה והנגלה און טוב האמיתי.
זב. אין מיינע קינדער יאָרן, אין מיינע וואַלגערישע יאָרן ווען איך האָב זיך גע­וואַלגערט אין החסיד ר' הענדל'ס2 חדר, האָב איך אַמאָל בייגעוואוינט ווי החסיד המלמד ר' אהרן נ"ע קוגעל מדאָקשיץ3 — הי' בר דעת בחסידות והוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט זיך דורכגעשריבן מיט איהם — האָט געזאָגט צו החסיד ר' הענדל'ען: שטייסט אויף אינדערפרי און זאָגסט מודה אני און דו וויינסט שוין, דו ביסט דאָך אַ קליינער בעל מוחין און אַ גרויסער בעל מדות, איז מילא, אַז עס גייט דורך אַ גאַנצער טאָג, און מ'טוט זאַכען וואָס מען דאַרף ניט טאָן און מען טוט ניט אַזעלכע זאַכען וואָס מען דאַרף יע טאָן, איז נאָכדעם ביי קרשעה"מ וויינט זיך; אָבער באַלד אין דערפרי ביי זאָגען מודה אני, וואָס וויינסטו שוין.
חהאָט אים החסיד ר' הענדל געענט­פערט: איך וויין ניט, נאָר עס פאַר­קוועטשט מיר די האַרץ, עס איז שוין 67 יאָהר ווי ער — הנה"ב — מאַטערט מיר, עס איז אַדורכגעגאַנגען אַ טאָג און ער האָט דאַכט זיך געהאַט וואָס ער וויל, איז אַז ער האָט זיך געלייגט שלאָפן האָב איך געמיינט אַז ער וועט שוין אייננעמען אַ פגירה; ערשט אינדערפרי, ער איז ווייטער דאָ. ער לאָזט מיר ניט זאָגען מודה אני ווי אַ איד דאַרף זאָגן, קען איך דאָס ניט פאַרנעמען און עס פאַר­קוועטשט מיר די האַרץ און עס וויינט זיך.
טוסיים כ"ק אדמו"ר שליט"א: איך בין זיך יעצט מצייר דעם עוה"ז פון ר' הענדל'ן, זיין קליינע שטיבל מיטן בעטל מיט די גאַנצע שטימונג און זיין אָרימע הויז, ומ"מ אמר כנ"ל.
יאַמאָל אַז מען האָט געזאָגט אַ וואָרט האָט מען דאָס פאַרנומען, מען האָט דאָס איינגענומען; אָבער היינט אַז מען זאָגט דעם אמת האָט מען פאַראיבעל — מען מיינט, אַז דאָס מיינט מען ניט אים. ער איז דאָך גאָר ניט, ניט קיין בעל מוחין, ניט קיין בעל מדות, נאָר אַזוי ווי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דאָס אָנגע­רופען: אַ "צוצעלע" — צוויי פלאָקענס אַרומגעוויקלט מיט אַ שמאַטע און אָנגעטאָן אַ אָפּגעריבענע היטעל, און מען שטעלט עס אַוועק אין גאָרטען אָפּצושרעקען די פייגלען. דער טאַטע פלעגט עס אויך רופען: ניט דערקאָכטע אַרבעס; קלייניקע קיילעכדיגע, אָבער אַז עס שטעלט זיך אין האַלדז קען מען זיך דערמיט דערווערגען.
יאהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט אַמאָל געזאָגט דעם טעם פאַרוואָס ביי אַ פאַר­בריינגען מאָנט מען אין עניני עבודה, ווייל אַ חסידישער פאַרבריינגען איז אַזוי ווי אַ קעסיל, דער אש של מעלה קאָכט אויס דעם גאַנצען לא טוב.
יבג. משה רבינו האָט מקבל געווען די תורה און האָט זי איבערגעגעבן אידן כמאמר משה קיבל תורה ומסרה כו'4 ווייל משה איז געווען אַ טוב עין5.
יגדער אַלטער רבי איז אויך געווען אַ טוב עין6, ער האָט אַ פולע אַוועק געגעבן פאַר חסידים, וואָס באמת יעדער חסיד, אפילו אַ איש פשוט דערהערט, ער ווייס ניט וואָס, נאָר ער דערהערט אַ גילוי אור.
ידד. אין יאָר תרנ"ג האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט — אין סוכה — צו רז"א: געדענקסטו וואָס דער זיידע — כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק — האָט געזאָגט, פאַרוואָס ביי חסידים זאָגט מען ניט קיין אושפיזין אין סוכה7?
טווסיפר הרז"א
טז— הרז"א הי' בעת הסתלקות אדמו"ר הצ"צ בערך ז' שנים8 והוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק הי' אַז בערך חמש, חמש וחצי שנה9 —
יזדער זיידע — כ"ק אדמו"ר הרה"ק צ"צ — האָט געזאָגט: אַז זיי זיינען דאָ איז נאָכוואָס דאַרף מען זאָגן?! אַז מען זעט זיי ניט — דאַרף מען זאָגן, זיי צו פאַר­בעטן, אָבער אַז מען זעט זיי — איז נאָכוואָס דאַרף מען זאָגן?!
יחהוד כ"ק רבינו הזקן — האָט זיי יע געזען. ער האָט מיר — היינו כ"ק אאזמו"ר הצ"צ — געפרעגט: דו זעסט זיי? האָב איך געענטפערט: ניין. ואמר רבינו הזקן: אַה, אַז מען דערהערט ווי מען זעט, זעט מען. און האָט אַרויפגעלייגט די הענט אויף מיין קאָפּ — און מער האָט הוד כ"ק אאזמו"ר הצ"צ ניט מסיים געווען.
יטכשסיים הרז"א לספר, אמר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק: דער זיידע — הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צ"צ — האָט געזען און האָט אונז מנחיל געווען10.
כמען דאַרף דאָך יעדע זאַך פאַרשטיין אין השכלה והשגה, הגם השגה איז נאָר צוליב עבודה, אָבער צוליב עבודה דאַרף מען דאָך האָבען השגה, איז דער ביאור אין דעם וואָרט זען — ראיית השכל, השגת המהות.
כאה. נאָך מנחה הויבט זיך אָן דער זמן שמחת בית השואבה11. איך מיין ניט שולל זיין איצטער, נאָר עס איז חילוקי דרגות אין זמן השמחה.
כבו. אַז12 דער אַלטער רבי איז געווען דעם ערשטען מאָל אין מעזריטש13, האָט ער געהערט אַ תורה פון מעזריטשער מגיד בשם הבעש"ט, אַז פון ענן הקטרת פון יוהכ"פ ווערט נמשך דער סכך הסוכה14, וואָס דאָס איז דער אהבתי אתכם אמר ה'15, האָלט האָבן אַ אידן.
כגפון דענסטמאָל אָן איז געוואָרן אַ שינוי אין דרך פון אַלטן רבי'ן, וואָס ער האָט אָנגעהויבן מקרב זיין אנשים פשוטים. פריער איז דאָך געווען בדרך הבדלה און ריחוק פון אנשים פשוטים, אָבער פון דענסטמאָל אָן האָט ער אָנגעהויבען מקרב זיין אנשים פשוטים16.
כדביים טאַטן17 איז דאָ אַ ביאור אויף דעם ענין וואָס פון ענן הקטרת של יוהכ"פ ווערט דער סכך הסוכה, בבחי' אהבתי אתכם אמר ה'.
כהבכלל איז פון דעם קירוב צו אנשים פשוטים איז מען משלים וואָס עס פעלט זיי בגילוי; בהעלם האָבען זיי דאָך אַלץ, און דורך דעם אהבת ישראל און קירוב צו די אנשים פשוטים איז מען משלים וואָס עס פעלט זיי בגילוי.
כוז. אין יאָר תרמ"ח האָט מען פאַר­בראַכט אצל הרבנית הזקנה18. און הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט גערעדט בענין אהבת ישראל, און האָט אַ זאָג געטאָן: אַי! אַ איד. והי' שם ג"כ החסיד ר' הענדל, ואמר: אַי! רבש"ע, דו ווייסט דאָך אַ ודאי וואָס אַ איד איז און וואָס ער טוט אויף דיין וועלט, גיב זיי פרנסה בהרחבה זיי זאָלען זאָגען תהלים בשמחה.