Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos - 5708·Yechidusספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות - תש"ח·יחידות

איחידות
י"ט מר­חשון תש"ח
במען דאַרף זיין אַנדערש, אַ תלמיד דאַרף זיין אַנדערש.
גדער טאַטע האָט געזאָגט, ער האָט געמאַכט דער ישיבה ניט נאָר אויף לערנען, דער עיקר מען זאָל זיין ירא שמים'ס1. מען דאַרף זיין שטאַרק — מען האָט מיט וואָס צו זיין שטאַרק נאָר מען איז פאַרשלאָפן, מען דאַרף ניט מתפעל ווערן פון קיין מגרעות הזמן.
דדער טאַטע האָט געזאָגט אויף דער ישיבה: איך האָב פאַרפלאַנצט אַ כרם — אַ וויינגאָרטן — פון אתרוגים. אתרוגים נעמען צו אַלע אוירים און בלייבן גאַנץ2, מען דאַרף זיין גאַנץ און שטאַרק. מען דאַרף זיין אַ קובע עתים לתורה און דער אויבערשטער וועט העלפן.
האח"כ נתן פ"ש להישיבה שבמאָנט­רעאַל.