Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos - 5708·Lag BaOmer 5708ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות - תש"ח·ל"ג בעומר תש"ח

אל"ג בעומר תש"ח1
אבינו שבשמים, ית' ויתעלה, טיטו­לירט אונז אידן, עם סגולתו, מיט פאַר­שידענע הויכגעשעצטע טיטול­נעמען, ווייל דער דורכשניטלעכער אידישער קינד, זין און טעכטער אָן אונטערשייד, פאַרמאָגט זעלטן שיינע און איידעלע געבאָרענע אייגנשאַפטן, וואָס זיי פּראָ­דוצירן די איידלסטע פאַרשטאַנדן און בריינגען די שענסטע זיטן אין דעם אידישען טאָג­טעגליכען לעבן.
בבא אידן ווי באַ אַלע פעלקער, להבדיל, איז פאַראַן דער אונטערשייד: איינפאַכע מענטשען — אנשים פשוטים, בעלי ידיעה והשגה — תורה לערנער, און אַזעלכע וועלכע גיבען אָפּ זייער צייט, מיט דער גרעסטער אָנשטרענגונג אויף צו טאָן און אַרבעטן אין אויס­איידלען זיך, הן אין פאַרשטאַנד און הן אין מדות טובות.
גב. יעדע אידישע התועדות און מסיבה של שמחה, וואו אידען קומען זיך צונויף בכלל, און אַ חסידישער פאַר­בריינגען וואו מען הערט אַ חסידישן סיפור בפרט און אַ חסידישער עבודה­פאַרבריינגען בפרטי פרטיות דאַרף זיין די התחלה מיט אַ דבר מלכות2.
דבא חסידים מיינט אַ דבר מלכות איבערזאָגען אַ תורה­וואָרט אָדער אַ התעוררות הנהגה­וואָרט פון אַ רבי'ן, אַ נשיא בישראל3 וואָס דאָס איז מעמיד — שטעלט אַוועק — סיי דעם זאָגער און סיי דעם צוהערער אין אַ התקשרות­צושטאַנד, אַז מען ווערט מקושר צו דעם בעל השמועה, און דער רבי­בעל השמו­עה איז מעורר רחמים רבים אויף זיי און זייערע בני בית.
האין דעם ענין פון מלוכה איז דער עיקר די טובת המדינה, וואָס אין דעם זיינען פאַראַן צוויי ענינים: א) די עניני השמירה, הן אין לאַנד גופא און הן אויף די גרענעצען מיט פרעמדע לענדער. ב) מאַכען די לאַנד פאַר אַ ארץ ברוכה, פאַרבעסערן איר צושטאַנד און פאַרגרע­סערען איר רייכטום.
ודער בן המדינה וואָס זוכט נאָר צו פאַרבעסערען זיין אייגענעם מצב און פאַרגרעסערן זיין אייגענעם רייכטום און איבער דעם פאַרנאַכלעסיגט ער, אָדער שטערט די טובת המדינה, יענער איז אַ בוגד בעמו ובארצו. דער וואָס טוט דאָס בטעות, מיינענדיג אַז אַזוי ווי ער טוט איז גוט, דער איז גלאַט אַ שוטה.
זדאָס איז אין משל. אין נמשל מיינט דאָס, אַז אָט דער וואָס טראַכט נאָר וועגן זיך אַליין און וויל ניט וויסן אַז מען בעדאַרף אויך טאָן אַ טובה אמיתית בתורה ועבודה בדרכי החסידות דעם צווייטען, אָט דער ווייס ניט פון טוב האמיתי וואָס מען בעדאַרף צו דעם זוכה זיין דורך ירידת הנשמה בגוף בחיים בשרים4.
חג. אין מיינע קינדער יאָרן האָב איך זוכה געווען צו הערן אַ וואָרט:
טדער בעש"ט האָט מגלה געווען דעם ענין פון דער התקשרות אהבת השם, אהבת התורה ואהבת ישראל. דער מעזריטשער מגיד האָט מגלה געווען די השכלה והשגה אין דער התחברות פון די דריי אהבות מיט דעם ביאור פנימי פון די דריי אופני אהבה בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מאדך, און רבנו הזקן האָט מגלה געווען דעם דרך ווי יעדער איינער קען, דאַרף און מוז בריינגען אָט די ג' אהבות אין אַ בפועל, זאָגענדיק אַז אהבת ישראל איז דער שער העלי', וואָס אויף דעם שער איז אָנגעשריבן מיט ליכטיקע אותיות "דא תרעא לאעלאה"5.
ידי וועלט מיינט אַז דער אויפטו פון חסידות איז נאָר השכלה און השגה, אָבער באמת איז כל ענין החסידות דורכצופירן די כוונה אלקית אין ירידת הנשמה בגוף6.
יאמען האָט שוין עטליכע מאָל דער­ציילט די מעשה הידוע7 וואָס כ"ק רבינו הזקן נבג"ם האָט אַמאָל געזאָגט צו אַ גרויסן חסיד.
יבוזה לשונו הקדוש:
יג"דו זאָגסט אַלץ וואָס דו דאַרפסט, אויף וואָס דאַרף מען דיר זאָגסטו גאָר ניט".
ידמיט די דרייצען ווערטער וואָס רבינו הזקן האָט אים געזאָגט האָט דער רבי מעורר וממשיך געווען אין דעם חסיד אַ אור עצמי אַז עס האָט אים דערנומען.
טובאַ חסידים איז דאָ אין דעם אַ מקובל'דיקער לשון פון חסידים הרא­שונים אַז "דאָס האָט אים דערנומען ביז די שפּיץ נעגל פון די פיס האָבן גע­ברענט".
טזאון דאָס הייסט דערהערן.
יזהערן און דערהערן זיינען צוויי בעזונדערע בעגריפן8.
יחהערן מיינט אַ דרך אגב'דיקער און חיצוניות'דיקער הערן, כמאמר העולם אין איין אויער אַריין און פון צווייטן אַרויס, דאָס מיינט אַז הגם מען האָט געהערט איז דאָס מער ניט וואָס עס איז דורכגעגאַנגען די אויערן אָן קיין שום פעולה און עס האָט ניט געלאָזען קיין שום רושם.
יטדערהערן מיינט אַז דאָס וואָס מען הערט מאַכט אַ רושם. און מען בעטראַכט דעם אייגענעם מעמד ומצב, וועלכע מדות זיינען גוט און וועלכע בעדאַרפן האָבן תיקון.
כד. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זצוקללה"ה נבג"ם זי"ע האָט מיך מזכה געווען מיט זיין קירוב פנימי, מיר איבערגעגעבען פאַרשידענע ענינים פנימיים, הן אַלגעמיינע, וואָס זיינען נוגע געווען צו דעם כללות מעמד ומצב העולם בכלל, און הן וואָס זיינען נוגע לאחב"י בפרט און לאגודת חסידי חב"ד ביחוד אין ענינים פרטיים מיט פאַר­שידענע הוראות הנהגה אין כמה ענינים, און האָט מיר געזאָגט בזה הלשון:
כאראה הזהרתיך, איך האָב דיר ליכטיג קלאָר געמאַכט דו זאָלסט זיין שטאַרק אין די אַלע זאַכן, דו זאָלסט וויסן אַז דער זמן איז פרייטאָג נאָך חצות9, וואו דו וועסט זיין, זיי שטאַרק בדרך אבותינו רבותינו הק' הנצחי.
כבשיחותיו הק' ובפרט הזהרותיו ה­כלליות והפרטיות האָבן פועל געווען אַ פאַרביטערטן נמיכות רוח.
כגאיך דערמאָן די דברי קדש הקדשים זי"ע בתור התעוררות רחמים ווי איך שטיי בהיכלו הקדוש זי"ע.
כדבעלי הרגש פנימי ווייסן און פילן אַז עס איז זייער אַ טומלדיקע צייט, עס איז יתגעשו ויתפוצצו הררי עד10, עס קאָכט. אמת, מאותות השמים אל תחתו11, מען בעדאַרף זיין שטאַרק, אידן וועלן גאַנץ זיין, אָבער בעת עס קאָכט איז עליונים למטה ותחתונים למעלה.
כהלויט דעם גשמיות'דיקן מעמד ומצב פון דער פאַרגשמיות'דיקער וועלט בכלל און פון דער פאַרחומריות'דיקער אַמעריקע בפרט*11 דאַרף מען לעבן מיט אַ וואָרט.
כואַ וואָרט פון אַ רבין.
כזצווישען די חידושים וואָס חסידות האָט אויפגעטאָן איז אַז חסידים האָבן אַ רבין, מען לעבט מיטן רבינס אַ וואָרט, מיט אַ תנועה, מיט אַ ניגון.
כחה. ווען אַ חסיד הערט אַ וואָרט אָדער אַ תנועה אָדער אַ ניגון פון אַ רבין; ווערט ער אין יענער רגע, מיט זיין נר"נ — נפש רוח נשמה — אַ מקושר צום רבין.
כטדאָס נאָכזאָגן אַ וואָרט אָדער אַ ניגון, וואָס דער רבי האָט געזאָגט אָדער געזונגען, אפילו ווען מען חזר'ט איבער דעם וואָרט נאָר בחיצוניות הייסט דאָס אָנקלאַפּען אין טיר.
לדאָס אָנקלאַפּען אין טיר הייסט אַז מען איז דאָ און מען וויל אַריינגיין. מען וועט דאָך ניט אָנקלאַפּען אין טיר און ניט וועלן אַריינגיין, מען איז דאָך חלילה ניט אַזאַ עזות פנים מען זאָל אַ קלאַפּ טאָן און ניט וועלן אַריין גיין, מען איז דאָך ניט אַזאַ נאַר חלילה צו זאָגן משטה אני בך12.
לאדער אָנקלאַפּען אין טיר איז וואָס אַ חסידישער מחונך זאָגט: רבי איך בין אייערער, איך גיב זיך איבער צו אייך אינגאַנצען, עס איז מער ניט וואָס דער קלוגינקער, דער חכם13 להרע14, דער יצר הרע, וויל מיך אויסנאַרען, אַריינאַרען אין זאַק, איך בעצם וויל דאָס ניט, איך בין אייערער, איך וויל זיין ווי מען בעדאַרף זיין, האָט רחמנות רבי און נעמט מיך אַרויס פון וואַנען איך בין, און שטעלט מיך אַוועק דאָרטן וואו איך דאַרף זיין.
לבעס איז ניט מער ווי קלות הדעת, וואָס מען הערט אַליין ניט וואָס מען רעדט. עס איז דאָך ניט בעסער ווי אין דאַוונען, מען דאַוונט און מען הערט ניט וואָס מען דאַוונט, מען לערנט חסידות און אין עניני עבודה און מען הערט ניט וואָס מען רעדט.
לגדי העדר­עבודה טויבקייט איז נאָר אין נפש רוח נשמה חי', אָבער אין יחידה דערהערט מען. מען דאַרף מאַכען לעכעלעך אויף צו דערהערן אין נרנ"ח אויך, עס איז ניט פאַרשטאָפּט נאָר פאַר­מאַכט.
לדפאַראַן אויך אַזעלכע באַ וועמען עס איז ניט פאַרמאַכט נאָר פאַרשטאָפּט מיט פסולת און מען הערט ניט.
להו. עס טוט וויי דאָס וואָס חסידים טוען ניט אין עבודת התפלה. עס פעלט חלילה אינגאַנצען די חסידות­חב"ד עבו­דת התפלה.
לוזיכער געדענקען די עלטערע תל­מידי התמימים יחיו די דברי קודש הקדשים של הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זצוקללה"ה נבג"ם זי"ע:
לזהתחלת העבודה איז פון ק"ש שעל המטה. ווען מען לייענט קשעהמ"ט שלאָפט זיך אַנדערש און ווען מען שטייט אויף זאָגט מען מודה אני לפניך, מען בעטראַכט זיך ווער איז דער לפניך, און דאָס איז אַ התחלה טובה אויף דעם ענין פון עבודה.
לחאין עבודה הרוחנית איז ווען מען לייענט ניט ווי עס בעדאַרף צו זיין די ק"ש שעל המטה איז מען שטענדיק ווי אַ פאַרשלאָפענער. עס איז דאָ אַזאַ מחלה ר"ל וואָס מען גייט אום אין שלאָף, מען רעדט אין שלאָף, אַלעס איז אין שלאָף, אַזוי אויך דאָ, מען דאַוונט, מען לייגט תפלין אָבער שלאָפעדיק. שוין צייט מען זאָל זיך אויפכאַפּען.
לטז. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט געהאַט אַ קבלה — מהוד כ"ק אבותינו רבותינו הק' — אין געוויסע זמני התועדות ברבים צו זאָגן קורצע ווערטער. אַמאָל באַ אַ פאַרבריינגען האָט ער געזאָגט:
מהשמש יצא על הארץ15, ווען די זון שיינט­אויף אַנטלויפן די מזיקים. די אַרבעט פון די מזיקים איז נאָר אין דער פינסטער16.
מאאַ צווייטען מאָל האָבען מיר דעם דאָזיקן וואָרט זוכה געווען צו הערען אין אַזאַ אויסשפּראַך:
מבהשמש יצא על הארץ. ווען די זון פאַנגט אַן שיינען איז זי רויט פון בושה17, פאַר וועמען שיין איך, קיינער וויל מיך ניט, קיינער דאַרף מיך ניט.
מגאין דער איצטיקער צייט, אין דער פאַרקילטער עבודה­לופט, איז זיך שווער פאָרצושטעלן דעם פנימיות'דיקן עבודה­באגער וואָס דאָס האָט פועל געווען אין עבודה בפועל.
מדח. עס איז ניט ריכטיק וואָס די יונגע לייט זאָגען אַז עס איז פאַר זיי נאָך צו פרי צו טאָן אין עבודת התפלה.
מהמען בעדאַרף וויסן אַז דאָס איז אַלץ די אַרבעט פון דעם קלוגינקען, אויף אַלעס איז ער מסכים, אויף לערנען נגלה, אויף לערנען חסידות, אויף אַ טובה טאָן אַ אידן, זיין אַ משכיל, אַ חכם, אָבער ניט אויף טאָן אין עבודה18.
מוער זאָגט דעם מענטשן: דו ביזט אַ שקרן, דו האַלסט דאָך ניט דערביי ווי קומסט דו שוין צו עבודת התפלה, דאָס איז שקר. וואָס צייטנווייז איז דאָס טאַקע אמת, אַ ווייטערדיקער אמת; אָבער מען דאַרף אים ענטפערן: מום שבך אל תאמר.
מזחסידים בכלל, תמימים בפרט און עובדים ביחוד; דאַרפן טאָן אין עבודת התפלה.
מחריידען רעדט מען גאָר אַ סך, זאָל חאָטש זיין עפּעס אַ פועל.
מטט. ווען איך האָב זוכה געווען צו זיין אין אה"ק תובב"א19 און צו זיין — אויף דעם ארץ ישראל חסידיש­אידישן אויס­שפּראַך — באַ דעם רשב"י און די בעלי אידרא קדישא20, האָב איך געהערט ווי מען זאָגט:
נמירון איז אַ פרייליכער אהל21. ווען מען קומט קיין מירון ווערט מען באַ זיך שטאַרקער.
נאדאָרט האָב איך געהערט אַזאַ אויס­שפּראַך:
נברשב"י איז אַ פרייליכער רבי ער האָט גענומען22 אַלץ וואָס אידן פאַרפעלן — ח"ו — אין קיום התורה ומצות, אויף זיך23.
נגעס שטייט24 שמחנו כימות עניתנו, מיר האָבן שוין גענוג טועם געווען דעם טעם מרירות. מען האָט שוין אַמאָל געזאָגט אַז עס איז שוין דאָ אַ לאַנגער צעטיל פון כימות עניתנו, זאָל שוין זיין די התגלות.
נדעס ווערט שוין אַלץ נעהענטער, נאָר גייענדיק אויפן וועג פאַרשמירט מען זיך מיט נאַרישקייטן. דערפאַר דאַרף מען זיך אַרומוואַשן און אויך איבערבייטן די לבושים, אָבער מען ווערט אַלץ נעהענ­טער.
נה(אח"ז צוה לנגן "אַ פריילעכען פני­מיות'דיקן ניגון").
נוי. ווען כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיט מיר אָנגעפאַנגען לערנען חסידות גלייך נאָך מיין בר מצוה איז דאָס געוועזן סידור און לקוטי תורה אין שיר השירים. די התחלה איז געווען דער מאמר אדם כי יקריב25. דער מאמר בריינגט אַז מען איז מדדה, מען שפּרינגט אַוועק פון דעם אָרט וואו מען איז.
נזאיך האָב שוין אַ סך מאָל דערציילט אַז פאַר יעדן לימוד פלעגט מיר כ"ק אאמו"ר הרה"ק דערציילן אַ סיפור אין אַ ענין פון עבודה.
נחאין שיר השירים האָט מען געלערנט דעם מאמר שיר השירים26. ער האָט דאַן גערעדט דעם חילוק פון זריעה און נטיעה; עס איז דאָ אַ אדם אַ בעל שכל, הגברת השכל על המדות27.
נטנטיעה ווערט נקלט אין אַ פנימיות, וואָס דאָס בריינגט אַ המשכה לדורי דורות.
סאין דעם דאָזיקן מאמר28 איז דאָ אַ קליינע הגהה, וואָס דער רבי דער צמח צדק האָט געהערט פון כ"ק אדמו"ר הזקן, דער הפרש פון גלות מצרים ביז גלות זה האחרון, און פאַרוואָס דער גלות האחרון איז אין אַזאַ אריכות הזמן ווייל עס דאַרף זיין גילוי העצמות בפנימיות ע"י משיח.
סא* * *
סבדער אויבערשטער זאָל העלפן מען זאָל האָבן אַ הכנה טובה צו קבלת התורה בפנימיותו. וואָס הייסט בפנימיות אַז אַלעס וואָס די תורה הייסט טאָן אין קיום המצות זאָל מען טאָן מיט אַ חיות, מיט לעבן.