Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos - 5708·Night of Hoshana Rabba 5708ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות - תש"ח·ליל הושענא רבה תש"ח

אליל הושענא רבה תש"ח
א. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט אַ זייגער זעקס אין אָווענד אַריינגיין אין סוכה און זאָגן משנה­תורה פאַר זיך, תהלים פלעגט ער זאָגן מיט דעם עולם.
בהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט זאָגען נאָך יעדען ספר תהלים דעם "יהי רצון" פאַר הושענא רבה, און דעם "יהי רצון" וואָס נאָך צאת הלבנה, אָבער ניט דעם יום טוב "יהי רצון" וואָס איז געדרוקט אין די תהלים'ס.
גב. שאלה: מאחר ואמירת תהלים בליובאַוויטש נמשך רק לערך שעה ורבע1, האם היו בליל הושענא רבה עוד ענינים מיוחדים?
דתשובה: הכנות צו דעם שמיני עצרת'דיגען מאמר.
הלייענען די פדיונות בליל הושענא רבה נאָך אַמאָל — איז נאָך אַ ענין.
וג. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט אויף זיין אַ גאַנצע נאַכט הושענא רבה2, דערנאָך גיין אין וואַסער; קומענדיג פון וואַסער, פלעגט ער טרינקען אַ גלאָז מילך און זיך צולייגען, און דאַוונען אַזייגער 9.
זד. שאלה: אם כן הטבילה היא לא בתור הכנה לתפלה, רק שייכת לעניני ליל הושענא רבה?
חתשובה: אַזוי איז דאָס3.
טה. זיין אויף שמיני עצרת ביינאַכט געדענק איך מער ניט ווי איין מאָל, בשנת תרמ"ח או תרמ"ט.
יו. הושענא רבה איז דער מנהג ליובאַוויטש, אַז מען נעמט אַרויס צו אמירת הושענות אַלע ספרי תורות.
יאז. ווינשען הו"ר גמח"ט אַ פתקא טבא4 וכיו"ב — האָט מען זיך ניט נוהג געווען אין ליובאַוויטש5.