Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos - 5708·Night of Simchas Torah before Hakafos 5708ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות - תש"ח·ליל שמח"ת קודם הקפות תש"ח

אליל שמח"ת קודם הקפות תש"ח
א. דער "תכין לבם"1 איז דאָ, דער אויבערשטער זאָל העלפן, אַז עס זאָל אַראָפּקומען אין אַ פנימיות.
בשמיני עצרת און שמח"ת זיינען צוויי דרגות חלוקות, אָבער ביידע אין המשכה פנימיות.
גב. איך וויל אייך איבערגעבן אַ גערוס פון זעכציג יאָר צוריק. אין יאָר תרמ"ח האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט שמח"ת: וואָס פרייט זיך דער אויבער­שטער שמח"ת; בשלמא אידן פרייען זיך וואָס זיי האָבן מקבל געווען די תורה, אָבער למעלה, שטייט דאָך אַז אלפים שנה קדמה תורה לעולם2, איז מיט וואָס פרייט זיך דער אויבערשטער שמח"ת?
דאון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט געענטפערט:
הדער אויבערשטער פרייט זיך מיט דעם, וואָס אידן זיינען מקבל די תורה בדעת.
ודער אויבערשטער זאָגט: איך גיב זיך אַוועק אין תורה צו דעם וואָס גיט זיך אַוועק צו תורה.
זרש"י איז מפרש התורה, אין רש"י האָט מען געגעבען דעם כח, אַוועק­צוגעבען די עצמיות פון תורה צו די עצמיות פון אַ אידן.
חמען דאַרף לערנען אַלע טאָג אַ פרשה חומש עם פרש"י, ווייל רש"י איז ממשיך די עצמיות פון תורה אין עצמיות פון אידן.
טג. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט געזאָגט אַ כלל, אַז ווען דער זיידע3 זאָגט: "עס איז אַ דבר ידוע", מיינט דאָס, ווי עס איז בהרגש נשמתו אין ג"ע העליון.
ידער רבי האָט געזאָגט, אַז אַ איד דאַרף זאָגן שמחת תורה לחיים4.
יאאויף בני חיי מזוני האָט זיך דער אויבערשטער משעבד געווען, וואָס מיר בעטן איז אַז עס זאָל זיין רויחא.
יבוואס מיינט רויחא — דאָס איז שוין מיין אייגענער ביאור — אַז די גשמיות זאָל דערהערן די כוונה פנימיות וואָס איז לכתחלה געשטאַנען אין יש הגשמי.
יגאין רויחא איז פאַראַן חילוקי מדרי­גות, רויחא פון אַ בעל עסק פון אַ בן תורה און פון אַ חסיד. דער רויחא פון אַ חסיד מיינט, אַז ער שטעלט זיך דאַוונען טראַכט ער גאָר ניט וועגן דעם שטיקל ברויט, וואָס ער דאַרף עסן נאָכן דאַוונען אַ גאַנצן טאָג, ע"ד ווי הרה"צ ר' זושא פלעגט זאָגן: "זושא דאַרף עסן".
ידד. מיט 58 יאָר צוריק האָט הוד כ"ק אאמו"ר מבאר געווען בעת אַ פאַרבריינ­גען דעם ענין: לוו עלי ואני פורע5.
טושבת איז די עבודה פון יחודא עילאה — הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט אויף יחודא עילאה זאָגען: עפּעס גאָר אַנדערש —
טזא חסיד אַז עס קומט שבת, ווייס ער אַז היינט איז שבת, שבת דאַרף מען גיין אינדערפרי אין וואַסער, מעביר זיין די סדרה6, זאָגן תהלים, נאָכן דאַוונען מאַכען קידוש, עסען. ער ווייס אַז היינט איז שבת, ער איז מסולק פון אַלע דאגות, דאגת הפרנסה, דאגת ב"ב וכו'; אַז ער שטעלט זיך דאַוונען איז ער פאַרנומען נאָר מיט'ן דאַוונען און איז מסלק פון זיך אַלע דאגות.
יזדאָס איז דער לוו עלי, מלשון באַ­העפטן זיך, אַז מען בעהעפט זיך מיט דעם עלי איז דאַן ואני פורע, פורע מלשון אָפּדעקן, עפענען. ואני פורע איז דער פירוש אַז השי"ת עפענט אויף די גשמיות, אַז עס זאָל זיין אַ כלי צו עצמות. וואָס דאָס מיינט ברויחא — אַז עס איז ניט שולט קיין עין לא טובה, אַז מען גיט איהם אַ מתנה איז דאָס בהרחבה ובשלימות.
יחה. אחד מהתמימים שבא לא כבר ממדינה שמעבר לים (אפריקה הדרומית) בשליחות כ"ק אדמו"ר שליט"א, אמר לחיים. וענה לו כ"ק אדמו"ר שליט"א: לחיים ולברכה.
יטדו ביזט אַ מהיר, גיסט אַ שמיר מיט די ליפן און יוצא. מען דאַרף מאַכן אַ תוך אין מקבל, אַז ער זאָל נתעורר ווערן מיט אַ תמידיות.
כהחסיד ר' בערע וואָלף7 פלעגט זאָגן: שאוני והטילני8, טראָג מיר וכו'.
כאאיר ווייסט ניט ווער עס גייט פאַר אייך. דעם וועלטישן טעות, צו מיינען אַז איר זייט "מאַכערס" — אַז איר אַליין טוט דאָס אויף, דאָס האָט איר ניט; אָבער איר ווייסט ניט ווער עס גייט פאַר אייך.
כבאַ ודאי דאַרף מען זיין צופרידן וויפל מען טוט אויף. אַז איינער פוילט זיך און לייגט אָפּ דעם דאַוונען אויף מאָרגן און די תפילין אויף מאָרגן און מען פועל'ט אויף אים ער זאָל דאַוונען היינט און לייגן תפלין היינט, דאַרף מען זיין זייער צופרידן, אַיי מנחה און מעריב, איז נאָך דערווייל ניטאָ, נו! מען דאַרף אָבער מקרב זיין, און נעמען יענעמס גוטע זייט און דאָס מגביר זיין; עס איז אָפּגעטויט אַ אבר — ער איז ניט ווי מ'דאַרף, דאַרף דאָס זיין ביי זיך אַ ווייטאָג אין האַרצן, אָבער פאַר יענעם דאַרף מען ווייזען אַ פנים צהובות און אים מקרב זיין.
כגאַז מען זעט אַז די דברי התעוררות וואָס מען זאָגט אים פועל'ט ניט, דאַרף מען זיך גוט אויספּלאָנ'חענען (אויס­וויינען) און אונטערפאַסטען אויך, און זאָגן אַ שטאַרקן פעטן "על חטא", און תולה זיין די אשמה אין זיך, ווייל עס דערנעמט ניט יענעמס רחמנות. אַז מען זעט איינעם אַ מחוסר לחם, אָדער ער האָט אַ צער פון ב"ב ח"ו, דעמאָלסט ווערט מען נתעורר מיט רחמנות אויף יענעם, אָבער אַז מען זעט יענעמס חסרון אין רוחניות דערנעמט דאָס ניט. און דער ניט דערנעמען מאַכט אַ סתימה אין כלי המקבל.
כדמען דאַרף ניט זיין קיין מהיר. דער אויבערשטער זאָל העלפן, אַז די "זרעא" וואָס דו האָסט פאַרזייט בדרך אגב, זאָל זיין חייא וקיימא.
כהו. א' מאנ"ש מפליטי רוסיא אמר לחיים לכ"ק אדמו"ר שליט"א. ואמר לו כ"ק אדמו"ר שליט"א:
כודו ווייסט מסתמא נאָך וואָס דו ביסט געקומען אַהער. קיין דאגת הפרנסה דאַרף מען ניט האָבן, דער אויבערשטער איז אַ זן ומפרנס לכל בריותיו, דאַרף מען קיין דאגת הפרנסה און דאגת ב"ב ניט האָבן.
כזוענה הנ"ל: דער אויבערשטער האָט מיר שוין מזמין געווען אַ פרנסה.
כחואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: איך ווייס. איך ווייס פון יעדערן, אידן בכלל, אנ"ש בפרט, און חסידים וואָס מען האָפט מיט זיי עפּעס אויפטאָן בפרטי פרטיות, איז מיר נוגע אין אַ פנימיות דפנימיות.
כטדאגת הפרנסה דאַרף ניט זיין, אָבער מען דאַרף וויסן נאָך וואָס איז מען גע­קומען אַהער, יעדערער האָט אַ שליחות אין עלמא דין.
לז. איך וואָלט זיך ווינשען, אַז אַלע תמימים זאָלן האָבען בני חיי מזונא רוי­חא בתכלית ההפלגה, נאָר זיין מלמדים. זיי זאָלן האָבן ברויט מיט'ן פולן מויל, ברויט מיט פּוטער, און פלייש מיט קאָמ­פּאָט, מיט אייגענע הייזער און זיידענע זופּיצעס אויף שבת9, אָבער די מלאכה זאָל זיין מלמדות.
לאאַה! וואָס פאַר אַ עושר דער אויבער­שטער וואָלט געווען.
לבעס איז דאָ אַ כתה ביי אידען וואָס האַלטן, אַז זיי האָבן אַ חוש אין תורה — אפשר, תורה לשמה זיכער ניט. אָבער לימוד התורה, זיין אַ מלמד און אויס­לערנען יענעם ווי אַזוי צו לערנען דאָס איז גאָר אַ אַנדער זאַך.
לגח. אידן בכלל, חסידים בפרט און תמימים בפרטי פרטיות, ווייסן ניט וואָס פאַר אַ כחות זיי פאַרמאָגען און זיי ניצן זיי ניט אויס.
לדמען קלאָגט זיך. דאָס וואָס מען קלאָגט זיך אויף גשמיות זיינען זיי גע­רעכט, זיי דאַרפן טאַקע האָבן בני חיי ומזוני רויחא און דער אויבערשטער זאָל זיי העלפן; אָבער דאָס וואָס מען קלאָגט זיך אויף רוחניות איז אַ עוולה.
להצייטנווייז טראַכט איך, אַז דאָס איז דערפאַר ווייל מען פוילט זיך, מען פוילט זיך אויספּאַקן דעם פּעקל, מען מיינט אַז דאָרט געפינט זיך גאָר ניט, ע"ד אַן אָרימאַן וויל ניט עפענען זיין פּעקל; אַ עושר עפענט זיין פּעקל, ווייל ער ווייס ער וועט דאָרטן עפּעס געפינען, אָבער אַן אָרימאַן ווייס אַז ער וועט אין זיין פּעקל גאָר ניט געפינען, סיידן אַ טרוקן שטיקל ברויט, אַ דאַרע סקארינקע אָדער אַ פאַרשימעלטע שטיקל גאמעלקע.
לוזיי ווייסן ניט די אייגענע כחות און נוצען זיי ניט אויס, אַז מען וואָלט געטאָן וואָלט מען געזען אַז אחד יהי' לרבבה10.
לזט. מען האָט אַ טעות, אַז השכלה איז אַ עיקר; ניין, דער עיקר איז עבודה בפועל, נאָר אַזוי איז דער סדר התהוות, חב"ד, חג"ת, נה"י, דער עיקר איז די פיסלעך אויף וואָס צו שטיין.
לחמען דאַרף לערנען שו"ע או"ח, צו וויסען שמירת התורה והמצוות בפועל, מען בעדאַרף אויסמושטירען דעם גוף עפ"י שו"ע.
לטאיך האָב שוין אַמאָל דערציילט11, אַז הרה"ג החסיד. . . האָט אַמאָל געפרעגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, פאַרוואָס ער וואַשט זיך נט"י לסעודה דריי מאָל אויף יעדע האַנט, איז דאָס נאָר אַ מנהג?
מהאָט אים הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געענטפערט: דער מקור הדין געדענק איך ניט, נאָר אַז איך טו אַזוי בין איך זיכער אַז דאָס איז אַ הלכה, ווייל ווען איך האָב — פאַר מיין בר מצוה — גע­לערנט שו"ע או"ח האָב איך אויס­מושטירט מיין גוף אַז יעדער אבר זאָל טאָן דאָס וואָס איז נוגע צו אים עפ"י הלכה12.
מאנאָכדעם האָט אים הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געוויזן אַ ב"י אין טור יו"ד הלכות מליחה13, וועגען הדחת הבשר ג' פעמים אחר מליחה וכן לנטילת ידים.
מבי. הרב"ג14 אמר לחיים והזכיר את אנ"ש והתמימים שבפּאַריז, ואמר כ"ק אד"ש: עס איז קבוע בלב [והראה בידו הקדושה על לבו].
מגאח"כ נתן כוס משקה לרב"ג ואמר: גיב זיי איבער אַ פנימיות'דיגן גערוס און אַ פנימיות'דיקע ברכה.
מדיא. מען האָט אַמאָל גערעדט, אַז דער הפרש פון אַ עצמי און אַ פנימי איז, וואָס אַ עצמי איז מרחיב די כלי המקבל און אַ פנימי איז מכניס אור אין מקבל.
מההוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, מיט זיין פאַרבריינגען שמח"ת פאַר הקפות, האָט געעפנט ביי יעדערן די פנימיות דפני­מיות פון זיינע עצמיות; נאָר מען האָט דאָס ניט געדאַרפט פאַרשלאָפן15.
מוהערט תמימים! אָט דאָס וואָס מען גיט אייך יעצט, זאָלט איר דאָס ניט פאַרשלאָפן און עס זאָל ניט זיין אין דעם קיין סתימה, מיט אַ טרער אָדער אַ טאַנץ יעצט קען מען אַ פולע נעמען.
מזיב. שמח"ת איז ווייניג גערעדט, גוט געטראַכט.
מחיג. אין קדושה אין גורעין אלא מוסיפין.
מטיד. לחיים, אָט דאָס וואָס דער אויבער­שטער גיט אידן זאָל זיי דאָס אָנקומען.
נדער אויבערשטער גיט אידן אַ סאַך, דער אויבערשטער זאָל העלפן אַז עס זאָלן ניט זיין קיין מניעות ועיכובים, עס גייט דאָך פון זייער ווייט און עס זיינען דאָ אויפ'ן וועג אַ סאַך פאראגעס, אָבער אַז עס גייט מיט אַ תוקף ברעכט דאָס דורך אַלץ.