Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Sefer HaSichos Rayatz· 5706 to 5710· Sefer HaSichos - 5708· Meal of the second day of Rosh Hashanah 5708ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ· תש"ו-ה'שי"ת· ספר השיחות - תש"ח· סעודת יום ב' דראש השנה תש"ח
אסעודת יום ב' דראש השנה תש"ח
א. הרמ"ש שי' סיפר לכ"ק אדמו"ר שליט"א אודות סדר תהלוכות התשליך ביום א' דר"ה, והעיר שאחד אמר בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א שאינו שבע רצון שירקדו בשובם מן התשליך, וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א:
א. הרמ"ש שי' סיפר לכ"ק אדמו"ר שליט"א אודות סדר תהלוכות התשליך ביום א' דר"ה, והעיר שאחד אמר בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א שאינו שבע רצון שירקדו בשובם מן התשליך, וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א:
באדרבא איך האָב זיך נאָכגעפרעגט אויב מען האָט געטאַנצט, און אַז מען האָט מיר געזאָגט אַז ניט, האָט עס מיר געוואונדערט.
גווי קען מען גאָר זאָגן, אַז איך בין ניט צופרידן פון אַ אידישע טאַנץ בכלל, פון אַ חסידישן טאַנץ בפרט און פון אַ תמימים טאַנץ בפרטי פרטיות. דאָס גייט ביי מיר אַריין בגדר לה"ר.
דב. אַ סאַך אידן האָבן געבעטן און אויסגעבעטן אַ מפלה אויף די שונאי ישראל, און אַז אַלע זאָלן וויסען דעם אמת. סתם מענטשען האָבען אַ אויסשפּראַך, דער איז שולדיג "די פּאָליטיקע איז שולדיג", און מען פאַרגעסט אַז טבע איז אלקות1, און בפרט אין כלליות ענינים, וואָס זיינען נוגע אידען און ארץ ישראל.
האיך בין ניט קיין פּאָליטיקער און וויל דאָס ניט זיין, איך בין אַ אהבת ישראל מחונך איד, אַז מען דאַרף האָבן מסי"נ אויף אידישקייט און אידן.
ואין אה"ק ת"ו זיינען פאַראַן יונגע לייט וואָס זיינען זעך מוסר נפש פאַר אידען, זיי טוען זייער אַ גוטע אַרבעט, דער אויבערשטער זאָל זיי שטאַרקען די הענט בהצלחה. זיי דאַרפן האָבן תיקון אין קיום מצות מעשיות, זיי דאַרפן היטן שבת, לייגן תפילין, כשרות וכו', אָבער דאָס זיינען מענטשען, נאָר מיט חסרונות. מען באַדאַרף לייגן די גרעסטע כחות מקרב זיין זיי צו קיום המצות מעשיות. אָבער אויף די גוטע זאַכן וואָס זיי טוען מיט דעם אידישן ברענענדיגן מסירות נפש באַדאַרפן אַלע אידן — בלי הבדל מפלגה — זאָגן און בענטשען: תחזקנה ידיהם.
זג. אין ליובאַוויטש פלעגט מען דעם צווייטען טאָג ר"ה נאָכ'ן מאמר גיין אַ ריקוד אין הויף2.
חהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט שטיין ביי זיך אין חדר נעבען פענסטער — די פענסטער איז געווען פאַרהאָנגען אַזוי, אַז מען האָט געקענט אַרויסקוקען און ניט ווערען געזען — און זיך צוקוקען, און דערביי האָט ער אַמאָל געזאָגט:
טאיך בין ניט קיין בעל התפעלות, נאָר דאָס דערנעמט מיר אין אַ ענין פנימי דפנימי, זיי קנעטן אויס די ערד.
יליובאַוויטשער בלאָטע איז דאָך אַ מדריגה3. עס איז ידוע וואָס הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק הצ"צ האָט געזאָגט אויף די ליובאַוויטשער בלאָטע: אַלע לאָזען דאָ איבער און איך דאַרף עס אויסטריקענען.
יאאון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מסיים געווען: מה דאָך אַז אויף ליובאַוויטשער בלאָטע דאַרף מען האָבן חסידישע פיס, כל שכן אויף די בלאָטע בעלמא.
יבד. רשב"ץ4 פלעגט מאַכען אויף יעדע זאַך ר"ת, אויף תומכי-תמימים האָט ער געזאָגט צוויי תוי'ן ר"ת תילים, תניא. מען דאַרף זאָגן תהלים ווי מ'לערנט תניא און לערנען תניא ווי מ'זאָגט תהלים. אַלע אידן זאָגן תהלים און קיינער ווייס ניט דעם פשט, אין תניא אויך אַזוי5.
יגהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט ניט ליב געהאַט די וואָס לערנען תניא מיט חכמה'לעך. אין עבודה קען מען יע ריידען6, דאָס איז דער פטטיא דאורייתא טבין7 — פטטיא וואָס בריינגען לאורייתא8.
ידדי וואָס זיינען קלאָר פרקים תניא אויסווייניג, נו, אָבער אַזוי דאַרף מען האָבן אין פּאַקעט — קעשענע — אַ תהלים און אַ תניא9.
טוה. די סקאַרבאָווע ניגונים זיינען מקובל. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז ניט געווען קיין זאָגער, ניט געווען שייך צו מישען זיך אין די זאַכען — ער פלעגט שטיין ביי דער זייט אויף זיין אָרט, אָבער הוד כ"ק אאזמו"ר מוהר"ש — יע.
טזהוד כ"ק אאזמו"ר מוהר"ש פלעגט דאַוונען יוכ"פ אין אַ בעזונדער חדר נעבען ביהמ"ד, בעת דער חזן פלעגט זאָגען די עבודה איז ער אַרויסגעקומען אין ביהמ"ד, מ'פלעגט שטעלן אַ קרעסלע — כסא — און ער פלעגט צוהעלפן דעם חזן אין די סקארבאווע ניגונים10. ר' אלי' אבעלער11 איז געווען פון די גיבורים, וואָס פלעגן שטיין ביי דער זייט צוהעלפן הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש נ"ע ביי כורעים.
יזו. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט אַמאָל געזאָגט צו איינעם וואָס איז געווען אַ וועגעטאָריער — מי שאינו אוכל מבעלי חיים: פאַרוואָס עסט דו דאָס ניט — משום בעלי חיים, נו און וואָס דו עסט יע, ביזטו זיכער? צי דען וואָס מען זעט ניט און מען הערט ניט, איז מחייב אַז די מציאות איז ניטאָ12.
יחז. כ"ק אדמו"ר שליט"א סיפר מהסדר שהי' בליובאַוויטש בעת אמירת דא"ח אצל הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, סדר עמידת השולחנות, ושהיו כמה מוחזקים בקביעת מקום עמידתם בעת אמירת מאמר דא"ח.