Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Sefer HaSichos Rayatz· 5706 to 5710· Sefer HaSichos - 5708· Meal of the second night of Rosh Hashanah 5708ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ· תש"ו-ה'שי"ת· ספר השיחות - תש"ח· סעודת ליל ב' דר"ה תש"ח
אסעודת ליל ב' דר"ה תש"ח
א. אין יאָר תרמ"ח האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק ביי אַ פאַרבריינגען געזאָגט, אַז דער אַלטער רבי האָט געמאַכט אַ סדר פאַר ימות החול, שבתים, ר"ח, מועדים און ימים נוראים.
א. אין יאָר תרמ"ח האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק ביי אַ פאַרבריינגען געזאָגט, אַז דער אַלטער רבי האָט געמאַכט אַ סדר פאַר ימות החול, שבתים, ר"ח, מועדים און ימים נוראים.
בעס איז געווען אַ ספק, אם כבנים אם כעבדים, אויב דער סדר איז שייך אויך צו עבדים — חסידים, אָדער נאָר צו בנים — נשיאים, ויש בן שהוא עבד ויש עבד שהוא בן.
גדער סדר פון די ערשטע נאַכט אין ערשטען טאָג ר"ה איז, מען איז טרוד אין מחשבה1 ביז מחשבה הקדומה, אין ענינים כלליים. דער צווייטער טאָג איז אין דיבור.
דשאלה: מהו ענינים כלליים?
התשובה: עס זיינען דאָ ענינים וואָס אָדער מען דאַרף ניט קיין ביאור, אָדער עס העלפט ניט קיין ביאור. בכלל איז אפילו אַ נשמה פרטיות האָט אויך ענינים כלליים, בפרט אַ נשמה כללית ובפרטי פרטיות אַ נשיא בישראל.
והוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט זאָגען דעם ראש השנה'דיגען מאמר די צווייטע נאַכט ר"ה נאָך מעריב2. און האָט געזאָגט דעם טעם אויף דעם: מען דאַרף אַז דער דיבור הרשות אין דער המשכה חדשה זאָל זיין אין תורה און חסידות, הגברת הצורה עצמית על החומר און ווערען אַ כלי צו עבודה פנימיות3.
זב. ביי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זיינען געווען פיר סדרים א) דער סדר פון יום א' דר"ה, ב) דער סדר פון צווייטען טאָג ר"ה ביז יוהכ"פ, ג) דער סדר פון די ד' ימים בין יוכ"פ לסוכות, און ד) דער סדר פון די ימי חג הסוכות.
חבמשך די זמנים פלעגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק דערמאָנען יעדען טאָג, אַ סיפור, אַ וואָרט אָדער אַ הנהגה פון רשב"י, האריז"ל, הבעש"ט, המגיד ממעזריטש, און ביחוד פון הוד כ"ק רבנו הזקן און הוד כ"ק רבותינו הק' זי"ע4.
טיעדער וואָרט אָדער סיפור איז געווען אַ אור מקורי וחיוני.
יג. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דערציילט, אַז ביי דעם אַלטן רבי'ן איז געווען אַ זמן, וואָס ער האָט געזאָגט תורות אין "ווערטער"5.
יאאיינמאָל האָט דער אַלטער רבי געזאָגט אַ תורה: כי נר מצוה ותורה אור6, כי נר מצוה אַ מצוה איז אַ ליכט, זי בעלייכט דעם גאַנצען גשמי, ותורה אור, אור היום.
יבושאלתי אז את הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק: אין אַ קורצען וואָרט קען מען דאָך האָבען אַ טעות?
יגוענה לי:
ידאַז מען טשעפּעט זיך אָן אין אמת, האָט מען ניט קיין טעות, דוק ותשכח.
טוושאלתי עוד: ווי אַזוי?
טזוענה לי:
יזדי ערשטע זאַך לייג "עם" אַוועק. "איך בין אַ משכיל", "איך בין אַ עובד", מען דאַרף אַוועקלייגען דעם "איך".
יחד. בעת מיין בר מצוה7 האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פאַרבראַכט8 יעדען טאָג מיט חסידים במשך אַ גאַנצע וואָך9.
יטהרי"מ מפּאָלטאַווא10 האָט דאַמאָלסט אין איינע פון די פאַרבריינגענס געזאָגט צו הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אַז מען האָט נאָך ניט פאנאַנדערגענומען די אותיות פון חסידות.
כהאָט אים הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געענטפערט:
כאדאָס קען מען ניט זאָגן, יעדער דאַרף זאָגן נאָך זיין הרגש והשגה. וואָס מען קען יע זאָגן איז, אַז עס האָט נאָך ניט דערנומען.
כבולקח הרי"מ כוס משקה ובכה ואמר: אַזוי לאַנג געהאָרעוועט.
כגאון אַזוי ווי רשב"ץ11 פלעגט מיר זאָגען, בעת ער האָט מיט מיר אָנגעהויבען לערנען: אַז מען לערנט חסידות, אָבער אין עניני עבודה — לא פגע ולא נגע12.
כדה. מ'קען זאָגען: אַ ליכטיגן ג"ע זאָל האָבען מיין מלמד ר' ניסן13, ער האָט מיר מסביר געווען קליינערהייט אַ פולע ענינים. איך האָב געהערט, אָבער נאָך ניט געווען שייך צו פאַרשטיין, און ר' ניסן פלעגט מיר מסביר זיין אויף דעם וואָס איך האָב געהערט תילי תילים14.
כהו. דער עלטער זיידע פון ר' ניסן15 און דער זיידע פון המלמד ר' יקותיאל16 זיינען געווען, די צוויי זקנים מלמדים ביי דעם אַלטן רבי'ן אין הויז17.
כועס איז ידוע די מעשה18, וואָס דער אַלטער רבי האָט געזאָגט צו איינעם פון זיי: איך וויל מיט דיר בייטען אַ מצוה פאַר אַ מצוה.
כזדער אַלטער רבי האָט דאַן געזאָגט: איך גיב דיר לחם, וואָס דאָס איז פנימית, און דו זאָלסט אויך געבען אין אַ פנימית.
כחז. קומענדיג פון מעזריטש האָט דער אַלטער רבי געזאָגט19, אַז דאָרט האָט ער גענומען די מעלה פון אַ חסיד, חסיד העכער פון אַ צדיק. דער טאַטע20 איז געווען אַ צדיק, ער איז דאָך געווען דעם בעל שם'ס אַ מענטש21.
כטאיידער מען האָט געוואוסט אַז די פשיטות פון אַ איש פשוט איז די פשיטות העצמות22, בין איך אויך געווען אריינגעשטעלט אויף דעם סדר פון אַ צדיק, אַז איך בין געקומען אין מעזריטש האָב איך דערהערט די מעלה פון אַ חסיד.
לח. די עבודה איז אין דער הארת הנשמה שבגוף, אָבער עס איז פועל אין עצם הנשמה23. הנשמה עצמה אינה צרי כה תיקון24, אָבער אור דאַרף זי; דער עונג איז, אַז די הארת הנשמה שבגוף זאָל דערהערן דעם עצם הנשמה.
לאאָבער דער עונג פון עצם הנשמה איז, אַז זי דערהערט די הפלאה פון די עבודה פון הארת הנשמה שבגוף.