Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Sefer HaSichos Rayatz· 5706 to 5710· Sefer HaSichos - 5708· Purim 5708 at the mealספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ· תש"ו-ה'שי"ת· ספר השיחות - תש"ח· פורים תש"ח בסעודה
אפורים תש"ח בסעודה
א. עס איז אַ מנהג — בפרט ביי חסידי חב"ד, אַז ביי יעדער חסידישע שמחה, שמחה של מצוה, איז די התחלה מיט אַ דבר מלכות1.
א. עס איז אַ מנהג — בפרט ביי חסידי חב"ד, אַז ביי יעדער חסידישע שמחה, שמחה של מצוה, איז די התחלה מיט אַ דבר מלכות1.
באַ וואָרט פון בעש"ט ותלמידיו דער מעזריטשער מגיד ותלמידיו — די רביים פון רבי'ן, אַ וואָרט פון רבי'ן, וואָס ביי אונז איז סתם רבי — דער אַלטער רבי.
גדבר מלכות איז אַ ענין פון הודאה. דערפאַר הויבט מען אַן אינדערפרי גלייך מיט "מודה אני"; מיט דעם הויבט מען אָן היינט, נעכטן, אייערנעכטן, און אַ וואָך צוריק, און פאַראַיאָרן. "מודה אני" איז הודאה וואָס איז העכער פון השגה — פון כלי השגה און ניט פון כלי השכל, וויילע השגה איז לפי ערך המשיג ולפי אופן המושג, אָבער הודאה איז מצד העצם, הודאה איז בלתי מושג; אין השגה איז דאָ קשיות, וואָס באמת איז די מעלה פון השגה איז קשיות, ווי מיר זעען באַ אַ מלמד אַ בר פועל, אַז ניט נאָר וואָס ער קען זאָגן דעם ענין בפרטיות, נאָר ער קען אויך אויף מאַכן אַז דער תלמיד זאָל פרעגן אַ קשיא, און מיט דערויף איז מען מרחיב די כלי השגה פון דעם תלמיד2.
דעס איז דאָ אַ מקובל'דיקער וואָרט פון טאַטן. — ביים איבערזאָגן אַ וואָרט, דאַרף מען דערציילן דעם זמן ומקום ומצב ווען דער וואָרט איז געזאָגט געוואָרן, וואָס דאָס לעבט אויף דעם וואָרט; נאָר מצד כמה טעמים וועל איך דאָס איצטער מעלים זיין.
המ'האָט געפרעגט ביי דעם אַלטן רבי'ן, וואָס האָט אויפגעטאָן מעזריטש? והכוונה: וואָס האָט אויף אים אויפגעטאָן מעזריטש? האָט ער געענטפערט: מעזריטש האָט מגלה געווען*2 דעם פנימיות האור פון בעש"ט, דער בעש"ט האָט אין אים ממשיך געווען פנימיות האור פון נשמת הרשב"י.
וחסידות איז חג"ת, הגם חסידות איז חב"ד, אָבער דער עיקר איז חג"ת3.
זעס איז פאַראַן קאָפּ און האַרץ, השכלה און עבודה, פאַרשטאַנד און געפיל, לערנען און דאַוונען; עס דאַרף אַראָפּ קומען די השכלה אין עבודה. דער לערנען איז צוליב דעם דאַוונען, דער דאַוונען איז צוליב דעם נאָך דעם דאַוונען — אין כל היום; און דער דאַוונען דאַרף מאַכען אַ חלל אין די אבנים וואָס פאַרשטיינען די האַרץ4, און דאָס מאַכט אַ חלון עס זאָל אַריינלייכטן אור און ניט אַריינלאָזן די שלעכטע ווינטן.
חדער אור אלקי איז פועל אַ המשכת החיות און צחצוח הכלי, צחצוח הכלי מיינט, ניט זיין קיין פרא אדם; ער רעדט זיך איין אַז ער איז עפּעס, אויב ער טוט אַ אידן אַ טובה פּאַטשט ער זיך אין בייכעל. המשכת החיות איז אָפּמינטערן, דורך דעם וואָס מען טוט פאַר עבודת התפלה.
טחסידים זיינען דאָך קלוגע: ניט מעלים דעם טוב, און ער ווייסט דעם לא טוב, ער זאָגט אשמנו בגדנו. מ'זאָגט דאָך אַלע אשמנו בגדנו, אָבער דער חסידישער אשמנו — ניט סתם זאָגען די ווערטער אשמנו, נאָר דער אַריינדרינגען: וויסען וואָס איז אשמנו, וואָס איז בגדנו.
ידער עיקר איז מען דאַרף דאַוונען.
יאהערן — דאַרף מען נעמען אַ סאַך משקה, דערהערן — גאָר אַ סאַך משקה. און בפרטי פרטיות דאַרף מען דורכלעבן דעם ענין5.
יבב. (ר' מיכאל דוואָרקין6 אמר לחיים, ואמר שהשי"ת יעזור עס זאָל ווערן שלום אויף דער וועלט — ומה בקשתך — עד חצי המלכות! ואמר עוד כמה מלים — לשון של בקשה בנוגע המצב7, וע"ז אמר כ"ק שליט"א:) אין פּאַראַדקעס דאַרף מען זיך ניט מישן. דער אויבערשטער זאָל העלפן, אַז די כוונה פנימית זאָל אויסגעפירט ווערען בחסד וברחמים.
יגג. אַמאָל האָט מען ווינציגער געטאָן*7, און מער אויפגעטאָן, און מען איז געווען פאַרבונדן מיט פנימיות העצם; היינט — איז גאָרניט! מען טוט גאָרניט! ער רעדט זיך איין אַז ער איז אַ משכיל, ער איז אַ עובד — עס איז פאַראַן אַ געבאָרענער משכיל, אַ געבאָרענער עובד: בשעת דער מוהל איז מתקן וואָס מען דאַרף, און זאָגט "זה הקטן גדול יהי'" — מיט דעם איז ער אַ חסיד! עס איז ניטאָ דעם פאַרן דאַוונען, ניטאָ קיין דאַוונען, און עס איז ניטאָ נאָכן דאַוונען. זיי האָבן גאָרניט אָנגעפאַנגען טאָן. יונגעלייט, ובפרט תלמידי התמימים טוען ניט אין עבודת התפלה, צייטןווייז ברענגט דאָס אַ גיעול נפש8.
ידפון די גרויסע פינסטערניש אין וועלט זעט מען אַז עס הויבט זיך אַן צו טאָגען — מיר זיינען ניט מגביל קיין זמן, און דער וואָס איז מגביל איז קלאָר אַז ער ווייסט ניט — און אין דער פינסטער זעט מען ניט ווי די בגדים זיינען איינגעשמירט, די שערות צופודעלט, פון מויל פיהלט זיך אַ ריח, די אויגן פאַרקלעפּטע, און אַלע אברים זיינען ניט ווי עס דאַרף צו זיין. אַמאָל נאָך חצות האָט מען זיך משמח געווען מיט אַ דבר תורה, און דאָס איז אַ הכנה צו דעם דאַוונען.
טוד. ביי חסידים, האָבן זיך די נעמען ניט געביטן. עס איז היינט אויך דאָ די נעמען: משכיל, עובד; אָבער דער מהות איז אַ אַנדערער. פאַראַן אַ קליין מהות, און אַז ער איז זיך מתעסק אין דעם וואָס מען דאַרף טאָהן, איז "זה הקטן גדול יהי'". אָבער אַז עס איז גאָר קיין מהות ניט. . .
טזלערנען קאָן ער דאָך, דאַוונען פוילט מען זיך, און מען מאַכט זיך גרינג דעם לעבען.
יזער רופט זיך אַ "משכיל", און ער איז לא ידע מאי קאמר, ניט נאָר ווייס ער ניט וואָס ער זאָגט, נאָר ער פאַרשטייט גאָרניט וואָס יענער זאָגט. ער האָט אַ כח הדיבור — לאפאטשעט ער. אַיי דער אַלטער רבי, דער צ"צ זאָגט ניט אַזוי, איז וואָס; דער אַלטער רבי זאָגט אין לקו"ת אַזוי און דער צ"צ אין הגה"ה זאָגט אַזוי — ער ווייס גאָרניט אַז עס איז אַ סתירה, ער זאָגט און ווייס אַליין ניט וואָס ער זאָגט; אָבער דאָס איז ניט אַזוי מזיק, און פאַר יענעם איז דאָס ניט אַזאַ היזק. משא"כ העדר העבודה, העדר מדות חסידות, ער איז מבזה תורת החסידות — "פוק חזי מאי עמא דבר"9, "דבר" (אויך) מלשון "דַבֵר" — "רעדן", וואָס עמא מדבר וועגן אים: ער איז אַ חסיד? דאָס איז מדת חסידות?
יחדי נשמות פון די רביים ווי זיי זיינען העכער פאַר גופים וועלען זיך אַריינמישן, קענען זיי מאַכן אים פאַר אַ בעל מום אויף זיין גאַנצן לעבן. עס איז שווער צו ריידן אין היפך, נאָר מ'דאַרף ריידן אין טוב, וועט מען וויסן דעם לא טוב10.
יטה. ווען איינער וויל טאָן דעם צווייטן אַ טובה וואָס דאָס איז שלא לפי ערכו הן מצד מצבו הגשמי. . . ער וויל אים טאָן די טובה מיט אַ אמת, העלפן אים די רביים צו זיך אויפהויבן למעלה ממדריגתו אַז עס זאָל אַראָפּקומן אין פועל.
כו. חסידים גייען לאט לאט, אַ טראָט נאָך אַ טראָט11 מיט אַ תוקף, דער חסרון איז וואָס מען בריינגט ניט אַראָפּ אין פועל, עס דאַרף זיין "טאָפּאָראַ דאַ פּלאַחאַ"12, מ'דאַרף זיך קענען אויף דעם קלוגינקען מיט אַלע זיינע חכמה'לעך: ער זאָגט צום מענטשן: איך האָב דיר געזאָגט פריער; עס איז אַזוי מצד המצב; ער איז ניט שולדיג; די אַלע תביעות איז מצד המצב. — אָבער מ'דאַרף אים קענען, חסידים חאַפּן דעם קלוגינקען ביים האַנט13, וידוע המעשה מיט ר' נחום מטשערנאָבעל וועגן הבחנה שכלית מיט די הונדערט רענדלעך14.
כאז. אַ וואָרט פון אַלטן רבי'ן: מען דאַרף פאַרשטיין וואָס מען וויל, און מען זאָל איבערלעבן וואָס מ'איז. אַז מען וועט וויסן וואָס מען וויל, וועט מען איבערלעבן וואָס מען איז, און עס וועט ליכטיגער ווערן אין דעם איבערלעבונג15.
כבעס דאַרף זיין מדות חסידות. מדות טובות איז פאַראַן ביי אַלע אידן, ביי אַלע אידן איז פאַראַן גוטס, נאָר מ'דאַרף קוקען מיט אַ שפאקטיוו, מיט אַ פאַרגרעסערונגגלאָז, כדי דאָס צו זען. מדות חסידות איז מדות נעימות, ווען ער טוט אַ צווייטן די טובה, פילט זיך ניט די טובה, נאָר די זיסקייט. מדות טובות איז "פּאַרעווע", ער טוט יענעם אַ טובה מצד רחמנות; עס איז בעסער ווי גאָרניט, אָבער ביי חסידים דאַרף זיין מדות חסידות.
כגח. דער אויבערשטער זאָל העלפן מ'זאָל אַראָפּנעמען דעם פאַרהאַמערקייט פון מוח און דעם פאַרשטיינטקייט פון האַרצן.
כדדער אויבערשטער זאָל העלפן, ער זאָל אויפרעכטן די אידישע הערצער, וועט ער זען וואָס זיי קענען16.
כהעס זאָל ניט זיין נאָר גערעדט, נאָר בפועל.
כודער אויבערשטער זאָל העלפן אַז מען זאָל זיך זען געזונטערהייט, און די ווערטער זאָלען אַראָפּקומען אין אַ פנימיות.
כזט. מצד חומר הענין וויל איך נאָכאַמאָל מזהיר זיין פאַרוואָס מ'טוט ניט אין עבודת התפלה, חסידישע יונגעלייט ובפרט תלמידי התמימים מוזן טאָן אין דאַוונען.
כחדער אויבערשטער זאָל העלפן עס זאָל אַראָפּקומען אין עבודה בפועל.
כטי. כשניגנו את הניגון של הבינוני צוה כ"ק אדמו"ר שליט"א לחזור עליו כמה פעמים.
ללפני שניגנו את הניגון של ד' הבבות מכ"ק אדמו"ר הזקן אמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: מ'דאַרף זינגען דעם אַלטן רבין'ס ניגון, נאָר מ'דאַרף זיך פריער מכין זיין, אפשר דאַרף מען פריער זאָגן אַ ניגון פון טאַטן (וניגנו הניגון הידוע בשם: "דער ראַסטאָווער ניגון"17).